נאוועמבער 2006
מראה
(אַריבערגעפֿירט פון נאוועמבער 2006 אקטועלע ארטיקלן)
ארטיקל צו איבערקוקן דער ארטיקל, אדער בלויז דעטאַלן פון אים, זענען מעגלעך נישט געשריבן ענציקלאפעדיש, אדער זענען זיי מעגלעך גאר פֿאַלש, אדער נישט נייטראל אראפגעשריבן. ביטע נישט אראפנעמן דעם מוסטער איידער מען טוט זיך געהעריג דורכשמועסן אין דעם שמועס בלאַט. |
געשעענישן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מיטוואך ט' חשוון תשס"ז (1טן נאוועמבער)
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אינטערנעט
- וועטעראן היימישע קרעטשמע שרייבער אונטערן ניק יענטאש, פארלאזט ווירקליך זיין פאזיציע, צום באדויערונג פון אלע קרעטשמע מעמבערס. [1]
- ירושלים: 9 חרדים אונטער ארעסט איבער ראיאטן נעכטן קעגן די תועבה מארטש. [2]
- ירושלים: פאליציי גרייט זיך אז אראבער וועלן זיך צושטעלן צו די חרדים אין ראיאטן קעגן תועבה מארטש; געיז באשולדיגן פאליציי און נישט טאן זייער ארבייט, און זיך לאזן טעראריזירן. [3]
- געיז טענה'ן די 2 חרדים; יהודא משי זהב און קובי אריאלי האבן ארויסגעבעקט די לעצטע מינוט פון מיטינג צו פארהאנדעלן איבער תועבה מארטש. [4]
- קאמפאני פון ר' אהרן נאה; אוי. טי. אר. קלאגט אן ניו יארק סיטי שטאטראט פאר נייע געזעץ וואס מאכט אים שאדן געלט. [5]
- אידישער בלאגער דעקט אויף היסטארישע ניו יארק טיימס נייעס באריכט איבערן פטירה פון חפץ חיים. [6]
- מאנרוי: טעקסי דרייווער רעיפט עלטערע מיידל. [7]
- קנאים געווינען: גרויסארטיגער רייזע פון גור רבין מיט הרב שטיינעמאן קיין אייראפע בטל; אנגעבליכע סיבה: דאקטאר לאזט נישט. [8]
- מאנסי: מוסד פאר ספעציעלע קינדער; העסק אין סכנה פון בלייבן אן א דאך. [9]
- אהרוינים האבן אפגעפייערט סיום מסכת סוכה; ר' ישראל דוד הארפענעס מיט ר' מלכיאל קאטלער האבן אויפגעטרעטן דארטן מיט דברי תורה. - לייוו באריכטן, און ווידיאו. [10]
- סאטמאר מחלוקת: כל העולם כולו (מאגאזין) איגנארירט זאלוינים, און העולם החרדי טשעפט ארנוים. [11]
- קרוין הייטס: אונטער אטקע פון שווארצע גוים וואס פייערן האלאויווין. [12]
[[ פאליטיק
- רעפובליקאנער זאגן: מיר זענען פאראויס אין פריע וואלן. [13]
- דעמאקראטישער קאנדידאט קענסלט זשאן קעריס קאמפיין אויפטריט פאר אים, צוליב שלעכטע זשאוק וואס מאכט שאדן דעמאקראטן [14]
- וועטעראן וויקיפעדיע באנוצער יודל נאכאמאל ארויסבאלקירט דורך באנוצער:רוני, דאסמאל אויף פיר טאג צוליב אנמאכן שנאה. [15]
- הפגנה אין מאה שערים קעגן די שטאלץ פאראד וואס איז באשטימט צו זיין אין ירושלים. 2 פאליציאנטן און 1 זשורנאליסט פארווונדעט .
- באראזיל: געי קאנגרעסמאן פארדאמט אידן; אז זיי מאניפולירן די האלאוקאויסט געשיכטע. [16]
- על זשאיזירא מעלדט: אז נטרונא האט איבערגעבויט זייער וועב סייט: זשואס אגענסט זייאניזם. [17]
- מינכן: ניאו-נאציס פארבאטן צו פארטעסטירן חנוכת הבית פון נייעם שול. [18]
- מאנטריאל: רבנים פארופען מוחאה אין פארענט פון מאן וואס וויל נישט געבן א [גט]] פאר זיין ווייב. [19]
- לעיקוואד חדר צאלט א מיליאן דאלאר קנס פארן געבן פאלטשע אינפארמאציע צו באקומען שטאטישע פראגראמען. [20]
- וויליזש וואוס קירטיקירט נאכאמאל פאטאקי אדמיניסטראציע פארן העלפן אידן מיט יארן צוריק דורך דעם פדיון שביים עסקן ר' יודא לייב פערלמוטער. [21]
- פערדעראלע רעגירונג פארשט אויס די רעכטע בוש אדמיניסטראציע צו זיי האבן נישט אביוזד זייער כוח צו צענזורירן סייענטיסטן פון זאגן זייער מיינונג. [22]
- שטודיע ווענדט אפ אלטער טאבו אז מערערע סעקס שותפים איז גורם עידס. [23]
- נייער חרידשע אידיש צייטונג שריפט צוגעשפארט; ארטיקלן גייען צוריק אין מאגאזין פארמאט אין צייטשריפט. [25]
- פלעטבוש: 5 אידן אונטער ארעסט; נאכן אטאקירן אראבער. [26]
- שול אין תל אביב וואנדאליזירט; אנגעבליכער סיבה; קאמפ פון פרומע קעגן תועבה מארטש אין ירושלים. ר' יודא משי זהב טראגט אריין אנקלאגע אין העכסטען געריכט אפצוהאלטן די תועבה מארטש צוליב פראוואקאציע און אומרוה. [27]
- אפסטעיט צייטונג; די רעקארד שפאקולירט פאר וועמען קרית יואל וועט וואוטען די קומענדיגער דינסטאג; פארן אמטירענדער רעפובליקאנער סו קעלי, אדער איר שטארקער דעמאקראטישער אפאנענט. [28]
- לונדאן: פרעמיער מיניסטער טאני בלעיר רימט און לויבט די ארטיגע אידישע מוסדות החינוך. [29]
- ניו זערסי: אידישער דאקטער איז שולדיג פארן ווייב מיליאן דאלער קינדער אויסהאלטונג. [30]
- פייוו טאונס: וועד פון לאקאלער רבנים פארבאנד נעמט אראפ השגחה פון ריזן סופערמארקעט און צווינגט בעל הבית צו פארקויפן געשפעט, צוליב צווייטער השגחה וואס געשעפט האט אויפגענומען. [31]
- ברוקלין: שטורם ווען אידיש קינד פארשטלעט זיך און קומט אין שולע ווי היטלער לכבוד האלאווין חגא. [32]
- לאוער איסט סייד: לעצטער גלאט כשר רעסטאראן אין סכנה פון ווערן ארויסגעטריבן פון ביזנעס דורכן לענדלארד. [33]
מוסטער:Portal:Current events/2006 נאָװעמבער 4
- חסידישער טשאפלען, קאפישינץ רביס ז"ל זוהן, ר' אייזעק העשיל פון בארא פארק, גרויסער עסקן ביי די פאליציי ווערט אראפגעטעיפט אויף ווידיאו וויאזוי ער פארט דורך רויט לייטס און אנדערע טראפיק רעגולאציעס מיט זיין לעלו סתם אזוי צו די ארבייט אין דיימאנט דיסטריקט אויסצוקראזן די טראפיק אין פון און צו קיין מאנהעטען. פארלירט לכבוד דעם זיין שטעלע ביי די פאליציי. - ווידיאו. [34]
- עזה: אינטערנעט קאפי הייזער פארברענט מיט באמבעס און גראנעידס צוליב די איסור אויף אינטערנעט. [35]
- דראמא אין וויליאמסבורג ענדיגט זיך מיט בלויז שרעק ווען 2 מיידלעך אפגעפינען לעבעדיג און געזונט אין בדעפארד סטייוועסענט. הונדערטע אינגעלייט חברה הצלה; שומרים; חברים וואלענטורס האבן זיך צושפרייט איבער אלע געגענטער ארום וויליאמסבורג מיט צעטליך פון בילדער זיי צו זוכן. אלעס האט זיך אנגעהויבן ווען באס האט זיי אראפגעלייגט ביי זייערע הייזער אבער זייענדיג דאון סינדראם האבן זיי אנגעהויבן צו שפאצירן ארויס פון וויליאמסבורג פאר 4 שעה. [36]
- נאך אפדעיטס פון אגודה קאנווענשאן קעגן אידישע בלאגס. [37]
- וויליאמסבורג: היימישע סאטמארע אידן, [מארגעטש]] און ריעל עסטעיט האנדלער, ווערן אנגעקלאגט דורכן אטוירני זשענעראל און נייע ניו יארק סטעיט גאווערנער עליעט ספיצער, פארן ארויפשרויפן ריעל עסטעיט ווערד אין בעדפארד סטייוועסענט אזוי אז די ארימע שווארצע זאלן נישט קענען דערהייבן די מארגעטשס און פארלירן זייער לעבן. [38]
- רעכטער אידישער ביליאנער [[קויפט אפ שותפות אין לינקען ליבעראלען ניו יארק טיימס. [39]
- בי.בי.סי. באטראכט די אידישע בתי דינים און פרעגט צו דאס איז די ענדע פון איין געזעץ גלייך פאר אלעמען? [40]
- ר' יונתן ראזענבלום אין משפחה באשרייבט דעם איד ר' שלמה רענן אין זיין ארגענעזאציע אילת השחר, וואס מאכט א רעוואלוציע אין מער ווי הונדערט פרייע קיבוצים אין ארץ ישראל, דורך שיקן וואונען פרומע אידן דארטן אויפן מאדעל ווי די חב"ד שלוחים. [41]
- ניו יארק סיטי: 1 פון יעדע 4 איינוואונער קענען נישט געהעריג קיין ענגליש, יידיש רעדער ציילן זיך 77,392. [42]
- קווינס: אידישער שווינדלער וואס האט ארויסגעצווינגען געלט דורך שלאגן און סטראשען רב און אנדערע איד, פאראורטיילט צו טורמע. [43]
- ירושלים 3 בחורים אונטער ארעסט נאכן אנשרייבן גראפיטי נעבן קבר שמעון הצדיק. [44]
- זשעימס בעיקער עצהט בוש ארויסנעמען מיליטער פון איראק. [45] און אויך צו לייגן דרוק אויף ארץ ישראל נאצוגעבן די אראבער און אזוי ארום זיי חנפענען צו מאכן סדר אין איראק. [46]
- בג"ץ פסק: גוים מעגן ירשענען אידישער פאטער. [47]
- הלכהדיגער פולמוס: מעג דער מאן איינשלונגען די נייע פיל וואס מאכט אים צייטווייליג קענען האבן געשלעכט אבער נישט פראדוצירן קינדער? מנחת יצחק אסערט און ר' משה פיינשטיין מיטן ציץ אליעזר זענען מתיר. [48]
- ארץ ישראל: סטרייק אין לוד עירפארט שאפט כאאס פאר אינטערנאציאנאלע טוריסטן. [49]
- ניו יארק פאסט לשון הרע קאלום, פעידזש 6 דעקט אויף: אקטיאריסקע פאמעלע ענדרעסאן האט זיך גגט צוליב איר ראלע אין אידישער אנטיסעמיטישער פילם: בויראט. [50]
- בילדער פון קאר עקסידענט אין בארא פארק. [51]
- ארכיאלאגען טרעפן גאר היסטארישע אביעקטן ביי בוי ארבעט צו רענאווירן די חורבת רבי יהודה החסיד שול אין אלט שטאט ירושלים. [52]
- געזוכט: אייניקליך פון תימן משורר צו טעסטען זייער זשענעטיקס צו די קבר איז טאקע פון זייער זיידע כדי דאס צו מפנה זיין קיין ארץ ישראל. [53]
- ברוך דיין האמת: אינג קינד אייניקל פון חסידישען חב"ד מקובל און רעכטער ראש ישיבה פון קבר יוסף אין שכם, נפטר געווארן אין עקסידענט אויף זיין ביציקל. [54]
- ר' מעכעלע מנתניה אויפן פראנט בלאט פון חרדישער מאגאזין עולם החסידות. [55]
- ארץ ישראל אין איר שיינקייט: פינעף חרדישע שטעהט געווינען אויסצייכענונג אויף ריינקייט; ביתר עילית; מודיעין עילית; קרית יערים; אלעד; עמנואל. [56]
- עטישער דילעמע אין ארץ ישראל איבער השתלת אברים פון כינע וואס פארדאכטען זענען אז מען הארגעט די מענטשן דארטן ספעציעל דאס צו פארקויפן זייערע גלידער פאר גרויס געלט, אבער ש"ס חבר הכנסת זאגט אז מען זאל ווייטער אנהאלטן די איברים האנדל ווייל א אידס לעבן איז מער ווערט פון א כינעזער. [57]
- ירושלים: מוחאה בעיקר פון ספרדים און רעכטע ציונים איבער באגעגענישען צווישען אראבער מיט אידן. [58]
- דראמא ווען ברית מילה גייט שלעכט, מוהל פארשניידט בטעות די הויפט אדער און זאק זרע. [59]
- קאני איילענד עסטראלענד אויספלוג פארק פארקויפט פאר ריעל עסטעיט דעוועלאופער וואס וועלן דאס פארוואנדאלען אין א רעזארט פלאץ פאר א גאנץ יאר. ראולערקאוסטער פארבלייבט. [60]
- דעמאקראט קאנגרעס ספיקער נענסי פעלאוסיס פאטער איז געווען גאר א שטארקער אידן פריינט אויף אזוי ווייט אז ביי די צווייטער וועלט מלחמה האט ער געארבייט קעגן זיין אייגן פארטייס אינטערסען צו ראטעווען אידן, און האט זיך ארויסגעשטעלט קעגן זיין אייגן פארטייס אמטירענדן פרעזידענט רוזעוועלט לטובת די אידן. [61]
- ארעסט דורכגעפירט אויף אנטיסעמיטישער אטאקע אויף ניו זשערסי רוזעוועלט ישיבה. [62]
- איד וואס איז געווארן א מוסולמענער געבט ארויס געהיימעניסען פון אל קעאידע. [63]
- וויליאמסבורג סאטמארער קרייז טראגעדיע: ברוך דיין האמת: יונג ווייבל קוים א יאר נאך דער חתונה, נפטר געווארן פון קענסער ה"י. קינדערלאז און נאך לאנגע יסורים. אייניקל פון ר' מאיר ראטה, טאכטער פון וועטעראן מלמד ר' דוד פעלדמאן און שנור ביי ר' ישראל מענדל שווארץ. [64]
- בילדער פון פלעטבוש: שוידערליכער קאר עקסידענט. [65]
- רב אין מידטאון מאנהעטען שול האט געפירט א צוויי פאכיג לעבן; פרוי קומט אפיר צו די פרעסע און געריכט מיט טעיפס וויאזוי ער האט איר באצווינגען צו האבן געשלעכטליכע אפירן מיטן צוזאג חתונה צו האבן מיט איר, נאכן גטן זיין אייגן ווייב. בילדער. [66]
- טויש אין מאנסי באס רוט. מאנסי טרעילס וועט מער נישט פארן אין געוויסע זייטיגע געסער. [67]
- ר' חיים הערש טייטלבוים, סאטמאר (זאלי) רב אין ירושלים באטייליגט זיך בראש פון מחאה אין מאה שערים קעגן קלעצקין אין מתמידים. [68]
- א מארמאן גלח אין יוטא לייגט תפילין, א דאנק די ארבייט פון לאקאל חב"ד שליח. [69]
- והשיב לב אבות על בנים: אייניקעל פון שולמית אלוני לערנט תורה אין חב"ד שולע אין דרום קאראליינע. [70]
- קרעמער זאגט אז ער איז טאקע נישט קיין איד אבער פירט זיך אויף אידיש. [71]
- נייער צייטונג אויף ענגליש פאר די וועלט, פון מיטל מזרח קאנפליקט, דאסמאל פון די אראבער אונטערן נאמען פאליסטינער טיימס. [72]
- הערצלס נבואה פון ככל הגוים בית ישראל ווערט צוביסלעך מקוים: שוידערליכע דעטאלן געהערט אין געריכט פון שרעקליכער רעיפ פון טאטע מאמע אויף אייגן קינד אין בית שאן. [73]
- בג"ץ ווארפט אפ אפיעל פון רבנים וואס ווילן נישט וואוינען אין די שטעט וואו זיי דינען ברבנות. [74]
- דער בעל ציץ אליעזר ווערט געדענקט דורך טויזנטער, אלס דער ירושלימער פוסק וואס האט ארויסגעגעבן 12 בענדער אקטועלע שאלות ותשובות, ווי ער האט מתיר געווען השתלת אברים אבער געאסערט אין וויטרא פערטיליזאציע. [75]
- ראשון לציון הרב מרדכי אליהו רופט כנסת צו אומלעגאליזירן געי חתונות צו פארלויפן די וועג פון העכסטן געריכט אין ארץ ישראל. [76]
- ניו יארק: אידענע קלאגט אין געריכט פובליק סקול סיסטעם, פארן נישט גענוג אפטיילן די רעליגיע מיט רעגירונג, זי טענהט אז איר זשאב איז געווארן אין א גיהנום צוליב דעם וואס די מנהל און תלמידים זענען צופיל ערלויבט געווארן זיך צו באנוצען מיט זייער עבודה זרה פראקטיצירונגען אין פארענט פון איר. און אויך ווען מען האט אנגערופען די האלאוקאוסט א רעוואלאציע האט זי איינגעזעהן זיי זענען פאלנע ראסיסטען. [77]
- בילדער פון וויען: וואנדאליזם אין די חב"ד ראן לאודער געביידע. [78]
- גבאי פון ר' יצחק כדורי ז"ל, ארעסטירט נאכן גנבענען 2 ספרי תורה. [79]
- ירושלים באקומט טויזענטע טוליפ בלומען פון האלאנד. [80]
- וויליאמסבורג: רויבעריי ביי טשעק קעשינג אויף פלאשינג. [81]
- בילדער פון קרוין הייטס הינט ענד ראן קאר עקסידענט, אין פארענט פון 770, פארברעכער געזוכט. [82]
- פלארידע יוניווערסעטי פראפעסער: מיטן וואוקס פון חסידים ווערט די אידישע שטימע מער רעכט. [83]
- פראנקרייך ערלויבט אירע פראנצויזישע סאלדאטן וואס האלטן זיך אויף אין לבנון אראפצושיסן איזראעלי עראפלאנען וואס פליען צו אגרעסיוו העכער זייערע קעפ. [84]
- אין בעפארברייטונג צו חנוכה: וויאזוי צו וויסן וואס איז ריכטיגע שמן־זית? [85]
- ב' כסליו געוועזן די יארצייט פון ר' אהרן קאטלער ז"ל; איינער פון די באקאנטעסטע לעגענדארע תלמידים פון ר' שלמה קארליבאך: ר' איציק אייזענשטאט פארציילט איבער די פורים נאכט וואס דער ראש ישיבה האט זיך געטראפן מיט זיין געוועזענעם תלמיד שלמהלע. [86]
- איין טויט, ווען צעיושטער המון פון אנטיסעמיטישע פארנצויזען לויפן נאך איד אים צו שלאגן אינמיטן א סאקער באל מאטש. [87]
- וויען עסטרייך: וואנדאל אונטער ארעסט נאכן שעדיגן די חב"ד שולע פון ראנאלד לאודער. [88]
- קרית יואל: 4 גוים ארעסטירט פארן שיסן מיט בי.בי. ביקס אין חסידישע קארן. [89]
- תורהדיגע דעבאטע: אויב איז דא איין שמחה אין קרית יואל האט דער סאטמארער רבי געוואלט מען זאל נישט זאגן קיין תחנון אין גאנץ קרית יואל? [90]
- זון פון ר' מוטי פאמעראנץ, לעגענדארער גבאי פון ר' יענקלע פשעווארסקער נפטר געווארן פון קענסער ה"י. [91]
- שטודיע: ארץ ישראל האט דעם שלעכטסטן נאמען פון אלע מדינות אין דער גאנצער וועלט. [92]
- נייער מנהג אין ארץ ישראל מען נוצט די סעלפאוין טעכניק וואס הייסט SMS זיך צו פרעגן הלכה פראגעס פון די רבנים. [93]
- בילדער פון איראן: פרויען טרענירען זיך צו זיין פאליציי. [94]
- קרוין הייטס און ליובאוויטש: א פעטיציע גייט ארום אויפן אינטערנעט אויסצורייניגען 770 פון די משיחיסטען. [95]
- משיחיסטען פארשפרייטען ווידיאוי וויאזוי דער רבי לויט זיי דער קעניג משיח אליינס באזוכט 770. - ווידאו. [96]
- דייטשלאנד בערלין: 7 נעא-נאציס אנגעקלאגט אין געריכט פארן לייקענען חורבן אייראפע. [97]
- כשר עסענווארג וואקסט אין די סטעדיאםס. [98]
- צוויי חרדישע דיאמאנטן סוחרים ארעסטירט און ארויסגעלאזט אויף קויציע. [99]
- בילדער פון קרוין הייטס: געלונגענע אקציע פון חברה שומרים ארעסטירט שווארצער גוי וואס ברעכט איין אין קארן. [100]
- הויפט רוסישער שפיאן, קעגענער פון פוטין, וואס איז מיסטעריעז געשטארבן אין ענגלאנד, איז נארוואס געווען אין ארץ ישראל איבערגעבן געהיימע פארש אינפארמאציע וויאזוי פוטין האט פארקויפט אויל פירמע. [101]
- כינע: מענטש וואס האט אקטיוויזירט פארנאגראפיע וועב סייט, מיט 800,000 מעמבערס, באקומט שטראף פון לעבןס לענגלעכער טורמע. [102]
- אמעריקע: טערקישער אנטיסעמיטישער פילם צוריק געוויזן פון טעאטערס. [103]
- אידישע געטא אין רוים פארלירט איר אידישן געזיכט צוליב טייערע ריעל עסטעיט ווערד. [104]
- אגודת ישראל עסקנים און רבנים אין קאנווענשאן אין קאנעטיקעט באהאנדעלן דעם פראבלעם פון אידישע בלאגס. [105] - [106]
- גרעסטע זוך אקציע אין ארץ ישראלס היסטאריע פאר לעגענדארער רעפיסט וואס איז אנטלאפן פון טורמע. [107]
- הרב אזדאבא הויפט דיין פון קרוין הייטס בית דין פארדאמט און איז מוחה אויף די משיחיסטען וואס האבן געהויבן הענט אויף די שלוחים. [108]
- צוויי חרדישע אידן טויט אין קאר עקסידענט נעבן אלעד. [109]
- פראגע צום ניו יארק טיימס עטיקס קאלום: מעג מען אנטאן א קאפל צו געפעלן פאר די סעילסלייט אין אדראמא אדער בי ענד עיטש פאטא? [110]
- מאנסי: 21 מיליאן דאלער פאר אידישע קאמיונעטי צענטער וואס וועט אנטהאלטן א זשים; כשר אינטערנעט קאפע הויז; ארט א.א.וו. [111]
- ר' ישראל בעלסקי שליט"א הויפט פון אוי. יו. הכשר קומט ארויס מיט שארפן בריוו צו פארדאמען די וואס פארשפרייטען די רומערס קעגן מיעל מארט, זאגענדיג אז דאס איז נישט קיין חלב נאר בלויז פעטנס וואס מ'מעג עסען. ער נעמט זיך אן פאר נירבאטור רב און מיעל מארט; זאגענדיג אז מיעל מארט מיט ניראבאטור רב זענען די שטערקסטע מהדרין אין כשרות אין אונזערע [צייט]]ן און אין היסטאריע. (אוי יו געבט אויך הכשר אויף מיעל מארט). [112]
- בארדיטשוב'ער רעביצען נפטר געווארן אין בלויזן עלטער פון עטליכע פופציג יאר פון קענסער ה"י. [113]
- בילדער פון גרויסער סאטמאר (אהרונים וויזניץ (ר' ישראלטשע) חתונה און שבת. [114]
- טשארלס קראוטהאמער פליקט צוריק פאר בויראט פארוואס ער האט געמוזט קריכן ביז אמעריקע צו טרעפן די וועג צום האלאוקאויסט ווי בויראט ערקלערט זיין ציל פאר ראלינג סטאון מאגאזין. [115]
- היסטאריע רעקארד: פאליסטינע אלטע באבע אין זעלבסטמארד טעראר אטאקע פארוואנדעט לייכט צה"ל סאלדאט. [116]
מוסטער:Portal:Current events/2006 נאָװעמבער 25
- דערהיינטיקונגען פון נסיעה און חתונה פון סאטמאר (ארונים) - וויזניץ (ר' ישראל האגער) אין ארץ ישראל
- וויליאמסבורג חב"ד רב און הויפט לאקאלער שליח, ר' קותי פעלדמאן ליינט קריאת התורה, ראש חודש כסליו אויפן עראפלאן מיט סאטמאר רבי - ר' אהרן טייטלבוים'ס מנין, פארנדיג קיין ארץ ישראל מיט ספר תורה פון סאטמאר חברה קדישא געברענגט מיט זיך פון קרית יואל. - בילדער. [117]
- סאטמארער רבי, ר' אהרן טייטלבוים באזוכט ר' משה יודא לייב לאנדא בני ברק שטאטס רב אין זיין שטוב - בילדער. [118]
- פארדעכטיגטער טעראריסט, שטעכט שומר ביי גרויסע סאטמאר - וויזניץ רעבישע חתונה אין בני ברק [119]
- עלעקטעריציטעט האלט אין איין קראכן. [120]
- רבנים פון איבער אייראפע קומען זיך צוזאם אין גיבראלטאר, צו גרינדען בית דין פאר גאנץ אייראפע ווי עס איז נישטא קיין געהעריגע לאקאלער בית דין אלס הויפט רב איז אויפגענומען ר' חנוך ערנטרוי פון לאנדאן, גיבראלטאר אידישער קהילה וואס רעכנט 700 מענטשן געשטארקט פון די באזוך פון אזויפיל רבנים צווישן זיי. [121]
- ערשטער ארבעטער פרנסה צענטער פאר חרדים, דערעפנט אין ירושלים מיט פינאנציעלער הילף פון מדינת ישראל און די דזשוינט, רוב רבנים זענען דערקעגן אדער שווייגן, אחוץ דעם בעלזער רב וואס האט אויפגעפאדערט זיינע חסידים גיין ארבעטן. [122]
- הסדר ישיבה תלמידים וואס דינען אין צהל שרייבן אז זייער קאמאנדיר, זון פון רב וואס איז אחריות אויף די הסדר בחורים אין מיליטער רעקרוטינג, האט זיי געצווינגען צו חילול שבת. [123]
- ניו זערסי: די ישיבה אין רוזוועלט וואס שטייט אויס צו לאנגע רדיפות ווערט אטאקירט פון פארב באל אטאקע. [124]
- פייוו טאונס: פאליציי פארשט ווער האט געשיקט טויט דראונג בריוו אהיים פרומער איד וואס דינט אויפן סקול בארד [125]
- רבנות אין ירושלים זאגט אפ צו געבן אן הכשר אויף די כשר מקעדאנעלד געשעפט, ווילאנג זיי פארקויפן נאך טריפה אפילו נאר אין איין געשעפט אין הייליגען שטאט ירושלים. [126]
- פאליטישע דעבאטע פון חרדישע הייד פארק פארום כל העולם כולו: ווער איז בעסער פאר אונז אידן?: די ראפאבליקאנער מיט אירע שלעגערישע אנטי אראבישע און פרא רעליגיע פאליסיס, אדער די דעמאקראטען מיט אירע ליבעראלע פאליסיס? [127]
- אנאליז: אנגעבליכער חב"ד בלאגער, ר' הירשל ציג געבט אויף האפענונג אויף נארמאלקייט, לויט אים, אין חב"ד, צוליב דעם צוריקשטעלן פון די יחי שילד אין 770. [128]
- ניו סקווירא: עקסידענט ווען קאר פארט ווייטער, אין מאנטל פון פרוי איז נאך פארקלעמט אין טיר, זי איז געשלעפט געווארן א שטיק מהלך אויף די ערד. [129]
- מאנסי: באוואפענטער רויבעריי, אין גראסערי. שומרים און חברים זיכן פארברעכערס. [130]
- מחלוקת סאטמאר: זאליס צייטונג: דער איד אין עדיטאריעל באשולדיגן די ארונים אין מסירה קעגן קווינס ישיבה. [131]
- סקאנדאל אין די וועלט פון כשרות: מיעל מארט בהמה פלייש, וואס ווערט אויך פארקויפט אין די סאטמאר בושטער, געטראפן מיט חלב ד'אורייתא, אין א געשעפט אין בארא פארק; התאחדות הרבנים, און אוי. יו. - וואס געבן אויך השגחה דארטן, פירן דורך זיצונגען וויאזוי דאס האט פאסירט, און צו דאס האט טאקע פאסירט וויאזוי די טרעפער זאגט, און וויאזוי צו פארעכטן די ארבייט פון ניקור עס זאל נישט פאסירן אין די עתיד אפילו קלאנגן איבער אזא פראבלעם; הויפט בעל מכשיר, ניראבטור רב שרייבט בריוו אז די כשרות סטאנדארטן איבער די ניקור פראדעצור זענען אונטער זיין אחריות און לויט די פארשריפטן פון פריערדיגע גאונים ממילא זאל יעדער עסן ווייטער מיעל מארט און זיך נישט שרעקן פון די רומערס. - בילדער מיט נאכאנאנדיגע אפדעיטס [132]
- היינט פייערן די גוים די חגא פון טענקס גיווינג ארויסציווייזן זייער הכרת הטוב פאר די באשעפער פון זייער לעבן. [133]
- פרעמיער מיניסטער פון ארץ ישראל ערקלערט: דאס אידישע לאנד איז מער זיכער צוליב דער איראק מלחמה וואס מען איז פטור געווארן פון סאדאם כוסעין. [134]
- א באריכט פונעם כשר פעסט אין דזשייקאב דזשאוויץ סענטער. יידישער לעדזשער
- פאליציי פארשט רבנים קארופציע אין חיפה בית דין, נעמען פון די העכסטע מיניסטארן ווערן אריינגעדרייט אין דעם שוחד סקאנדאל, הויפט באשולדיגטער איז א משגיח כשרות וואס האט גענומען שוחד. [135]
- סאטמאר רבי - ר' אהרן טייטלבוים קריטיקירט פארן אפפליען קיין ארץ ישראל דוקא מיט אידישע עירליין וואס איז מחלל שבת און האט אויף זיך די סימבאל, מגן דוד, פון די ציונים. [136]
- טשיקאגאוי: אידן קלאגן אין געריכט נאכן טרעפן חזיר אין כשר האט דאג. [138]
- זשואיש וויק שריפט שטעלער, יונתן מארק באשרייבט די תורה ארכיאלאגיע מוזיעם אין בארא פארק און דאס לעבן און שאפן פון איר גרינדער און פירער, ר' שאול שמעון דייטש, וואס רופט זיך ליאזנע רבי. [139]
- נייע פרטים קומען ארויף אז קרעמער איז נישט בלויז א ראסיסט, נאר האט גאר גאזאגט אנטיסעמיטישע ווערטער אינעם עבר. [140]
- נאך בילדער פון די געשלעגן אין 770 ווי מען ווארפט סידורים און מען שלאגט זיך מיט בענק. [141]
- אינטערוויאו מיטן וויעטנאם חב"ד שליח וואס האט זיך צובראכן די פוס: אין וויעטנאם איז מער זיכער ווי אין 770. [142]
- באלטימאר: ווען פאר מוסד צו העלפן אידישע קינדער וואס ליידן ל"ע אויף קענסער געגנבעט און אפגעפינען.
- קאנגרעסמאן, ענטאני ווינער פון פלעטבוש איז מוחה קעגן הויז פון נאצי. [143]
- מדינת ישראל וועט אויפהערן צאלן די לוויות און קברים פאר אירע רבנים, מיניסטארען און ריכטער. [144]
- מאנטריאל: איין רב איז מוחה פארן טוישן די נאמען פון הויפט גאס אין אידישען געגענט פארק עוועניו. [145]
- סידני: 2 אידן בארויבט אונטער ביקס, פארברעכער אנטלאפן. [146]
- פאריז מעיאר פארשפרעכט קליינע אייפל טורעם געשאנק פאר ירושלים. [147]
- חב"ד מחלוקת אפדעיטס: נאך בילדער פון די געשלעגן צווישן די שלוחים און משיחיסטן אינמיטן א פארברענגען אין 770. [148]
- טענה פון די משיחסטען: אז דער גאנצער חילול ה' איז שולדיג די שלוחים ווייל זיי האבן אריינגעלאזט ר' אברהם שם טוב וואס פייפט זיך אן אין א בית דין, און טאר נישט אריינקומען אין א הייליג פלאץ ווי א שול. [149]
- קרוין הייטס חברה שומרים זענען מיט ר' אברהם שם טוב און ר' יודל קריינסקי און זיי האבן געהאלפן די שלוחים פארשטילן די משיחיסטען [150]
- אווענט צו געבן כבוד פאר פילאנטראפ וואס האלט אויס אלע שלוחים איבער דער גארער וועלט פאר זייער ערשטער יאר אויף א פלאץ. סעמי ראהאר און זיין זון דזשארדזש ראהאר. סאטמאר כאר שירה העלפט ארויס ר' אברהם פריד. בילדער. [151]
- קרעמער פון זשערי סיינפעלד טעלעוויזשען זשוי פארעדט זיך מיט ראסיזם. ווידיאוי. [152]
- געי וועב סייט באשרייבט די קאנטער פראטעסט קעגן די חרדים וואס האבן מוחה געווען אין מאנהעטען קעגן די ציונים צוליב די תועבה מארטש, מיט סטעיטמענט פון סאטמאר ספאוקסמאן, וואס זיי שרייבן אז ווילאנג די דעמאקראטישער פארטיי קאנדידאטן וועלן געבן געלט פאר חרדים מעגן זיי שטיצען תועבה און אבורטאציע סאטמאר וועט וואוטען פאר זיי ווי איידער די רעפובליקאנער, און ענדיגן צו מיט א טשעפע אז דאס ווייזט ווי אומטעלארירבאר די אידן זענען, אז די געיס געבן זיי געלט און אנערקענען זייערע רעכטן אבער די חסידים נעמען נאר די געלט און אנערקענען נישט די רעכטן פון די געיז. [153]
- אלגעמיינער: ר' מארק שניאור וועט בויען א שול אין מידטאון מאנהעטן אין ווערד פון פינעף און דרייסיג מיליאן דאלער. [154]
- חסידישע פאליטיק: סאטמאר- ארונים מיט בעלזא פלאנירן וויאזוי צו מאכן א שטיקל שלום, אז בעלזא זאל ווערן אנגעקוקט ביי די ארונים ווי וויזניץ און אלע אנדערע אגודיסטישע חסידותער. [155]
- נייער דעזיין פאר חרידישער בילדער מאגאזין כל העולם כולו. [156]
- שידוך אין בראד קהילה אין וויליאמסבורג. [157]
- תולדות אברהם יצחק רבי באזוכט ביים קלויזענבארג רבי אין בארא פארק. בילדער. [158]
- מאנהעטן דיימאנט דיסטריקט: דימאנטן רויב אין ווערט פון הונדערטע טויזענטע דאלער. פארברעכער נישט געכאפט. [159]
- זשויניט ספענדט 45 מיליאן דאלער צו שיקן חרדים ארבייטען פאר פרנסה. [160]
- בג"ץ אין ארץ ישראל פאסקענט אז רעגירונג מוז אנערקענען געיז אדער לעסביעןס וואס האבן חתונה געהאט אין חוץ לארץ אלס לעגאלע חתונה געהאטע פארפאלק פונקט ווי מאן און פרוי. [161].
- אפסטעיט ניו יארק: שרעקליכע קאר עקסידענט אויף רוט 6 נעבן קרית יואל. [162]
- דער חרדישער נגינה שטערן ר' ליפא שמעלצער באעהטערט ביים ביקור חולים] ד'ראקלענד קאונטי באנקעט. [163]
- קרוין הייטס: נאך הצלחה פון פאליציי טוירעם אפצוהאלטן קריים אין דעם געפאלגטען שווארצע געגענט ווערט די איינפאל נאכגעטאן צו פייטן קריים אין הארלעם. [164]
- אידישער אינטערפאל געפענט אין אייראפע צו כאפן מענער וואס אנטלויפן נישט צו געבן פאר זייערע ווייבער גיטן זיי לאזן פארבלייבן און ליידן עלענד אליינס אלס עגונות, די ספעציעלע פאליצייאישע איינהייט וועט ברענגן אט די מענער צו גערעכטיגקייט פון די הויפט בית דין פון שטאט. [165]
- ענגלישער קרוין-פרינץ טשארלס איז מנדב אידישע קהילה צענטער געביידע אין קראקא. [166]
- דער חרדישער שריפטשטעלער און ליטווישער בעלי תשובה ספאוסקמאן; ר' יונתן ראזענבלום בשרייבט זיין איבערלעבעניש, ווי חסידים מייסטענס בעלזא חסידים באטייליגען זיך אין די מאסן אין א דעיל קאנארגי סעמינאר. [167]
- יערליכער פארברענגן פון חבד שלוחים אין 770 ווערט איבערגעריסן, ווען ר' אברהם שם טוב קומט אן, פון געשלעגן צווישן די שלוחים פון איבער די גארער וועלט מיט די לאקאלע משיחיסטען וואס קאנטראלירן דעם שול מיט כוח. איין שליח פון וויעטנאם צובראכן פוס; יחי שילד אראפגעפליקט; 2 הויפט משיחיסטען אונטער ארעסט; סידורים און ספרי קודש אייער, ליידיגער וואדקע פלעשער, פייער עקסטינגווישער, בענק און די לעקטער גענוצט אלס געווער. פאליציי רייניגט אויס פלאץ און געבט צוריק איבער די קאנטראל פאר קריינסקי (אנטי משיחיסט) - בילדער - [168] - [169]
- בית שמש: מענער פון איין זייט, און פרויען פון די אנדערע זייט, און צניעות פירונג אויפן גאס. [170]
- פאפולערע פילם בויראט, פון אידישער קאמידיען וואס שפילט אלס אנטיסעמיט, רעדט גאר היברו אנשטאט די שפראך וואס די גוים אין די געפאקטע טעאטערס דורכאויס אמעריקע ווארפן זיך פאר געלעכטער מיינענדיג ער רעדט די שפראך פון קאזאכאסטאן. [171]
- פאנאוויטש ישיבה: איין בחור ארעסטירט, אויפן חשד אלס פאראנטווארטליך פארן אויפרייס גראנעיד געווארפן ביי שיעור פון נייעם ראש ישיבה. [172]
- סאטמאר: אין לעצטע מינוט, סאטמאר רבי - ר' אהרן טייטלבוים - באשליסט צו אפרייזן קיין ארץ ישראל צו חתונה פון א שוועסטער-קינד, וועט פארקומען די וואך דאנערשטאג תולדות אין בני ברק. אומבאשטעטיגטע קלאנגען צורקולירן איבער א מעגליכע שלום דורכברוך מיט בעלזא. [173] [174]
- דער איד איז מוחה קעגן ר' אברהם לייטנער און זיינע תלמידים פארן זיך טרעפן מיטן איראן פרעזידענט. [175]
- קרית יואל: שילד קעגן חסידים וואס גלעכענט זיי צו צו אל קאיעדע פארן שטיצען דעמאקראטישער פארטיי קאנגרעסמאן קומט ענדליך אראפ. [176]
- ליטווישע רבנים און ראשי ישיבות אין אסיפה מעורר צו זיין זייער עולם אויף צניעות פון זייערע פרויען. [177]
- הגאון ר' אליעזר יודא וואלדענבערג, נפטר געווארן. [178]
- טשערנאבלער רבי אין שמועס מיט הרב דאמב שליט"א. - בילד. [179]
- ר' מתתיהו סאלאמאן טרעט אויף ביי די אוי.יו.. [180]
- ר' מלכיאל קאטלער באזוכט מאנטריאל פאר חינוך עצמאי דינער. [181]
- עמפייער טשיקען פירט איין שטרענגע תקנות צו פארבעסערן זייער כשרות סטאנדארט. [182]
- ניו יארק: פאליציי ווארענט זיך נישט פארנארן פון טעראריסטען פרויען וואס מאכן זיך שוואנגערן, דערווייל באהאלטן זיי באמבע אונטערן קלייד. [183]
- לעיקוואד: פאליציי פארשט לעצטע רויבערייען אין שולע און אין הויז. [184]
- ירושלים: געטראפן לעכער אין די זיכערהייט וואנט וואס אראבער האבן זיך דורכגעשווערצט פון די שטחים. [185]
- חרדישער בלאג וואס איז נייעס מאכט אן אנטיסמיטישער דיסקוסיע אויף פאליציי שמועס גרופע וועב סייט, אנטקעגן די חברה הצלה. [186]
- סאטמאר מחלוקת: דורכפאל פאר אהרונים. נו יארק קאורט אוו אפיעלס ווארפט אפ Sua sponte פארלאנג פאר באלדיגע אטאמטישע אינטערווענצן אין די סיכסוך איידער אויסהערן דעטאלן פון די ארגומענטן. [188]. [189]. אהרונים פלאנען צו אנגיין מיטן געווענליכן פראצעדור [190].
- דריי תלמידים לייכט פארוואונדעט אין פאנאוויטשער ישיבה גראנעיט אטאקע אין אנגייענדע מלחמה צווישן די 2 שוואגערס. [191]
- איינע פון די ראשי ישיבה אויך פארוואנדעט אפגעפירט אין שפיטאל. [192]
- קאנפארענץ פון רבנים מיט דאקטוירים פרובירן טרעפן אן הלכהדיגן היתר אויף השתלת אברים] צו לייזן דעם פראבלעם פון אברים מאנגל אין שפיטעלער צו ראטעווען לעבענסע. [193]
- כינוס השליחום: די ערשטע מאל אין היסטאריע, חב"ד שלוחים באהאנדעלן אין פובליק פראבלעם פון היימישע אינגווארג נושרים, זיי הערן רוף אפושטעלן מגיפה פון אייגענע קינדער וואס ווערן אפגעפארען אין די מאסן, ר' זלמן לייב מארקאוויטש, א געוועזענער סאטמאר איד קלערט זיי אויף אז נישט מיט אלע קינדער קען מען לערנען חסידות; אז מען לייגט נישט קיין תפילין וועט קיין חסידות נישט מקרב זיין דאס קינד. - בילדער פון מוצש"ק. [194]
- ארץ ישראל: א נייער מוסד וואס געבט זיך אפ בלויז מיט היילן ציגארעט אדיקשאן גייסטיש קרענק פון חרידישע אידן. [195]
- פאשקעווילן אין מאנסי אנקעגן חסידישע זינגער ליפא שמעלצער, צוליב וואס ביקור חולים ד'ראקלענד קאונטי גייט אים באעהרן היינט נאכט ביי זייער דינער.[196]
- דער אידישער זשורנאליסט ר' שלמה שמיר דעקט פארן הארץ איבער די דריי טויזענט חבד שלוחים פארזאמעלט אין קרוין הייטס פון די פארשטופסטע דערפער איבער די גארער וועלט צו שעפן פרישע חיזוק אין זייער גאנץ יערליכע ארבעט פון אקערן אידישקייט. [197]
- בילדער פון הבדלה מוצאי שבת ווי דער עולם זיצט נאך מיט די טלתים פון אינדערפיר פארטיעפט אין געהויבענע פארברענגענס, ווי יעדער שליח פארציילט זיך זיינע מסירת נפש און סייעתא דשמיא וויאזוי זיי האבן צוריקגעברענגט אידן צו אידישקייט. [198]
- בילדער - זיי באלאגערן די קבר פון ר' מנחם מענדל שניאורסאהן ז"ל, זייער משלח. [199]
- ארץ ישראל: רבנים געשטארקט פון נצחון אפצושטעלן תועבה מארטש; פירן דורך צניעות מארטש. [200]
- ישיבה אין ארץ ישראל פאר חרדישע בחורים, וועלן צושטעלן מייקראסאפט דיפלאמעס פאר די תלמידים אינטערגעשריבן פון ביל געיטס. [201]
מוסטער:Portal:Current events/2006 נאָװעמבער 18
- שלום בערגער אין לענגערן אפהאנדעלונג פארן פארווארד, וואס איז דער צווישענשייד, מעלות און חסרונות, צווישען די 3 הויפט וויקיפעדיעס וואס אידן קענען ליינען און שרייבן;
- די ענגלישע וויקיפעדיע האט ווינציג אינפארמאציע איבער יידיש אבער צופיל אומוויכטיגע אינפארמאציע פון די וועלט וואס קיין איין איד וועט קיינמאל נישט דארפן וויסן;
- די היברו וויקיפעדיע האט צופיל אינפארמאציע איבער איזראעלי קאלטור און צו ווינציג איבער די רוב אידישע אינטערעסע פונעם גלות אידס לעבן און לעבנסשטייגער. ווי למשל איר וועט נישט טרעפן קיין רעצעפט דארטן אויף קוגל וואס איז א אידישער יסוד ביי די גלות אידן.
- די אידישע וויקיפעדיע האט צופיל חסידישע אינפארמאציע, ווי למשל דאס מערסטע בארבייטער ארטיקל איז ר' אהרן טייטלבוים, אבער צו ווינציג וועלטליכע קאלטור וויסענשאפט. ווי למשל די ארטיקל האומאוסעקסואל איז פון אלעם ערשט, לויט זיי, נישט קיין אידישער קאנצעפט.
- ער ענדיגט צו דעם באלערנדען ארטיקל מיט א רוף פון הלל: גייט און עדיט, ווייל וויקיפעדיע איז אייערס, פריי פאר יעדן צו פארעכטן און פארבעסערן. [202]
- לעיקוואד: אלי ישי באזוכט לעיקוואד אלס הכרת הטוב פאר איטשע רויזענבוים פארן ברענגן איבער 150 זשאבס קיין ארץ ישראל [203]
- אלי ישי באזוכט בית מדרש גבוה אין לעיקוואד. [204]
- סקווירא רבי שליט"א אין לעיקוואד אויף שבת. [205]
- ראלינג סטאון (מאגאזין) דעקט אויף אז דער אידישער קאמידיען וואס שפילט אלס אנטיסעמיט אין בויראט איז א שומר שבת וכשרות. [206]
- תלמיד פון ישיבה אוניוועסיטעט פאלט ארויס פון פענסטער 3 שטאק רח"ל. [207]
- באבוב: ר' מרדכי דוד אונגער ווארפט אראפ אור אלטער היסטארישע געביידע פון טעמפל אין בארא פארק צו בויען ריזן שול. [208]
- נצחון איז זיס פאר ר' זשאוסעף ליבערמאן; דער ניו יארק טיימס באשרייבט דעם ערשטן טאג אין וואשינגטאן פון דעם קעניג וואס זיינע דעמאקראטישע פארטיי חברים האבן אים געוואלט ארויסוואוטען, אבער ער האט זיי באזיגט מיטן גאר ווערן דער גרעסטער כוח וואס קאנטראלירט זייער מאכט אין אמעריקע, און קען אין יעדע ליאדע סעקונדע איבערקערן דעם סענאט קאנטראל צו זייערע שונאים די רעפובליקאנער. [209]
- אידישער נייעס טעלעפאון האט ליין קול מבשר, מעלדט אז געזונטהייט קאמישענער, טאמעס פרידען, פון ניו יארק סיטי וואס האט געוואלט מאכן גזירה קעגן מנהג ישראל פון מציצה בפה, וועט מעגליך ווערן דערהויבן אויף גאנץ ניו יארק סטעיט. [210]
- ר' משה דוד נידערמאן בארואיגט די פרעסע און זאגט אז די סיטי וועט דילען דערמיט און די סטעיט וועט זיך נישט מישן. [211]
- צה"ל זאגט זיי האבן געטראפן א נייע סארט באמבע טעכניק ביי די אראבער, וואס זיכערהייט מאשינען קענען נישט באמערקן און אויפכאפן. [212]
- כאפצעם (בלאגער) דעקט אויף פאלטשקייט פון חסידישער בלאגער. [213]
- גוי פון נעבן קרית יואל וואס האט אויפגעהאנגן די אנטיסעמיטישער שילד גראטולירענדיג די חסידים מיט אל קעידא פאר די דעמאקראטישער פארטיי געווינס, זאגט פאר די פרעסע אז ער איז א איד און האט געארבייט פאר ביל קלינטאןס קאמפיין. און די קאנטראווערסיע האט אים נאך מער געשטארקט אנצוהאלטן די שילד. [214]
- מאנסי: מיידל סקול באקומט שטראף פארן לאזן שווימען מיידלעך אן שמירה. [215]
- רעכטע רעליגיעזע באקלאגן זיך אויף ארץ ישראלדיגן אטוירני זשענעראל, מנחם מאזוז אז בלויז ווען עס קומט צו געיז צו מארטשירן צווישן חרדים, איז ער פאר פרייהייט פון אויסדרוק, אפילו עס טשעפעט די אידישע רעליגיע געפילען; אבער ווען עס קומט אז אידן זאלן קענען דאווענען אויף דעם הר הבית איז ער דערקעגן נישט צו טשעפענען קיין אראבישע רעליגיעזע געפילען. [216]
- זשעק אבראמאף געזעגענט זיך פון די פרייע וועלט אריינגייענדיג אין תפיסה פאר 6 יאר, פרעסע צושפרייט לעצטן אי מעיל ווי ער שרייט אויס מיט זיין אידישען פעסטן בטחון, גם זו לטובה, מיט א תפילה צו הקב"ה ער זאל אים טאקע אויך אנטפלעקן די טובה דערפון. [217]
- וויינעט באריכט וויאזוי פרומע מיידלעך אין בני ברק שפילן באל מיט די לאנגע קליידער. [218]
- מאנטריאל: אויפרודער אויפן פארלאנג אז ווען פרומע אידן מענער ווערן ארעסטירט זאל די פאליציי ווארטן פאר בלויז מענער פאליצאנטן נישט צו מאכן דעם פארברעכער אנרורען פרויען פאליציי און עובר זיין אויף זייערע גדרי הצניעות. [219]
- פוילישע גוים, ווערן געוואור אז זיי זענען גאר אידן. [221]
- נייע שטודיע: רעליגיע האלט עלטערע לייט געזונט. [222]
- אהרונישער פארמאכטער הייד פארק שמועס גרופע כל העולם כולו איז ווילד ברוגז איבער די אידישע וויקיפעדיע פראיעקט צוליב די נייעס וואס איז לויט זיי מער זאלי געשטימט; און זיי מאכן גילוי אויפצודעקן די פריוואטקייט אידענטיטעט פון ווער עס שרייבט דא.[223]
- קרית יואל: אנטיסעמיטישער שילד פון רעפובליקאנער גוי; וואס רעגט זיך אז דער דעמאקראט האט געזיגט און עס פרייען זיך, לויט אים, די טעראריסטן פון על קאידא און חסידים פון קרית יואל. - בילד. [224]
- בית חב"ד אין אנטעריא קאנאדע דינט אלס שטום פלאץ. [225]
- כבוד התורה: א דריי פערטל מיליאן דאלער פאר א הערליכער לענדסקעיפ ארום א ישיבה. [226]
- די טויזענטע ישראלים יורדים אין בודאפעסט אונגערן זענען באזארגט פון לעצטנס פארמערטע אנטיסעמיטישע אטאקעס. [227]
- וואל מארט פארקויפט שוין מער נישט, טישוירטס מיט נאצי סימבאל. [228]
- פארמערטע סעקיורעטי רעגולאציעס ביים פליפעלד פארשווערט דאס לעבן פאר אידן וואס האלטן כשר. [229]
- אהרן קליין דעקט אויף: פאקס ניוז האט באצאלט צוויי מיליאן דאלער פאר טעראריסטן צו באפרייען צוויי געקידנעפטע רעפארטערס, וואס די טערארסטן האבן דערנאך גענוצט דאס געלט צו קויפן געווער צו שיסן אידן. [230]
- פארשעמטער אסעמבלימאן פון מאנסי, רייען קארבן, וואס האט געמוזט רעזעגנירן אין שאנדע צוליב דעם וואס ער האט געי סעקסואל באלעסטיגט זיינע ארבייטארער אין אלבאני. צוריק אין אידישע געזעלשאפטליכע עסקנות; ער איז אויף א קאמיטע צום בעפארשטייענדער דינער פארן אידישען איגענט קירוב] ארגאנאזאציע; ען.סי.עס.וויי. פון דער אוי. יו.. [231]
- זשעק אבראמאף גייט מארגן אריין אין תפיסה; פארמאסערט דעמאקראטען. [232]
- אידישער קאמידיען, זשעקי מעיסאן פארלירט קאורט אנקלאגע קעגן זשוס פאר זשיסעס [233]
- ליפא שמעלצער וועט אפהאלטן חנוכה קאנצערט אינטער יוחי בריסקמאן'ס פראדוקציע. [234]
- בערך איין פראצענט פון אלע אינטערנעט מאטריאל וואס איז געווארן אינדעקסט דורך גוגל און יאהו איז פארנאגראפיע. [235]
- אידישער אנטיסעמיט בויראט כאפט קלעפ אינמיטן זיין'ס א קאמעדי שטיקל אויף דער גאס אין מאנהעטן. [236]
- ברוך דיין האמת: בעל הבית פון אלגעמיינער זשורנאל; ר' סימאן זשעקאבסאןס שווער איז אוועק פון דער וועלט. [237]
- קידוש ה' און קדושת ישראל: אגודה ספויקסמאן ר' אבי שאפראן ברענגט ארויס די טובה פון אידישע צייטונגען; נישט די אינטערסאנטע נייעס וואס זיי דעקן נישט און מאכן א שווייג; נאר די קלאסיפיידס אפטייל וואס שרייט מי כעמך ישראל! [238]
- חילול ה' און פאראט: קרית יואל רעפובליקאנער ארויסגעשטויסענער סענאטאר טענהט אז זי האט זיך מקריב געווען איר קאריערע אלץ צוליב די סאטמארער חסידים וואס זי האט געמוזט וויילן אין וואשינגטאן קעגן געי חתונות. און צום סוף האט דער וואוט געקאסט איר טייער, בנוסף צו דעם וואס די חסידים האבן איר ארויסגעוואוט פון פאוער אן קיין שום הכרת הטוב. [239].
- אהרונים ענטפערן אז זיי האבן נישט די בלאק וואוט צו צווינגען די גוים איינהאלטן די שבע מצוות בני נח. און עס איז א אנטיסעמיטישער ליגענט אז זי האט געוואוט קעגן געי חתונות בלויז צוליב זיי. [240]
- קראון הייטס: אין בעפארברייטונג צום מעכטיגען כינוס השלוחים שילדן אויף די באס סטאנציעס מקבל פנים די שלוחים מיט אלע שפראכן אויף די וועלט. [241]
- געטומל: קירכע אין לאנדאן שטיצט הארגענען בעיביס ביים געבורט אויב זענען זיי שטארקע אינוואלידן, פאר די רעשט פון זייער לעבן. [243]
- אינטערנעט פארטאל וויינעט אונטער דער טיטל "אביב געפען? לא טעות, יידיש" באשרייבט די יידישע וויקיפעדיע אלס דער חשובסטער וועב סייט פאר טראדיציאנאלע אידן, איבערהויפט די נייעס פון הויפט זייט וואס דעקט אלעס אויף די וועלט איבערהויפט אידישקייט אינטערעסע. [244]
- אסיר ציון יונתן פאלאראד ווערט געוויזן א נארוואס פארעפענטליכן ווידאו ווי ער גנבעט 1500 געהיימע דאקומענטן אין סעקונדעס. - ווידעא. [245]
- קרית יואל: די רעקארד צייטונג שילדערט די שלום פארטי צווישן בני יואלס לויער מייקל סאסמאן מיט הויפט פון ארונים ר' אברהם ווידער. [246]
- בעל נטעי גבריאל זיצט שבעה נאך זיין מאמע [247]
- ירושלים: 8 יאריג קינד צוטרעטען פון באס ביי עקסידענט אין רחוב בר אילן. [248]
- צוויי באמבעס געטראפן ביי דער טיר פון הויז פון נייעם פאנאוועזשער ראש ישיבה. [249]
- פיטסבורג: ריזן סאדא וואסער פאבריק גייט באנקראט, האט שוין אויסגעפאפט אוי.יו. כשרות ארגאניזאציע מיט יארן צוריק. [250]
- נגינה: ליסטע פון אידישע זינגער וואס וועלן אונטערהאלטן דעם עולם ביים יערליכן העס"ק קאנצערט שוין עדווערטייזט. [251]
- אנטיסעמיטישער פילם; בוירעט שארט געלט זייענדיג די פאפולערסטע פילם שוין די צווייטע וואך אין אמעריקאנע טעאטערס. [252]
- לאס אנזשעלעס: א וועלט מלחמה פלאקערט צווישן דעם אידישען ביליאנער דעיוויד גפן מיט אנדערע ביליאנערן אפצוקויפן דעם ליבעראלן צייטונג; לאס אנזשעלעס טיימס. [253]
- באסאטן: אידישע געזעלשאפט וואקסט; צוליב די פילע פארמערטע אסימילאציע און געמישטע חתונות מיט גוים וואס זייערע קינדער וויילן אויס צו זיין אידן. [254]
- מאנטיסעלאוי: געמבלינג קאסינאוס ווערט שוין א ווירקליכקייט מיט נייעם גאווערנער אויך דערפאר. [255]
- לאנדאן: נייע טעכניק צו פארזען עמבריא פון איבער 200 קראנקייטן כדי אויצופארעמען די געזונטסטע בעיבי ביים געבורט. [256]
- סענאטאר זשאו ליבערמאן שליסט נישט אויס זיין אפציע צו ווערן א רעפובליקאנער און צוריק דרייען קאנטראל פון סענאט אוועק פון די דעמאקראטען. [257]
- מאנסי: איגענטליכער אונטער ארעסט נאכן שיסן מיט פאלטשער פעינט גאן דורכגייער. [http://www.thejournalnews.com/apps/pbcs.dll/article?AID=/20061110/NEWS03/611100435/1019
- פראפעסער הירשע דוד כ"ץ באשרייבט די חרדי-פאביע קרענק פון די אידישיסטן. [258]
- חברה הצלה דערעפענט א ניי קאמפיין אויפצוקלערן די חרדישע עולם איבער פריוואטקייט רעכטן פון פאציענטן מען זאל נישט קוקן פאר נייגער ווען מען באהאנדלט זיי. [259]
- דער חרדישער זשורנאליסט יוסי אליטוב באשרייבט וויאזוי און פארוואס דער אידישער רוסישער ביליאנער ארקאדי גאידמאק האט זיך אריינגעלייגט אפצוהאלטן דעם תועבה מארטש אין ירושלים. [260]
- הארץ: גור'ע רבי געווינט קעגן עדה החרדית ווייל די קליינער צוזאמקום פון די געיז איז נישט מיט זיין הסכמה. [261]
- עדה החרדית ספאויסקמאן ענטפערט די גורע חסידים; עס איז בעסער ווען די קינדער באקומען זייער צוגאנג צו תועבה דורך קנאות און האס דורך פראטעסטן וויי איידער דורך די ביאלאגישע תאווה וואס יעדער מענטש וועט עווענטואל נתעורר ווערן. [262]
- קאנטרי: הונדערטע פרישע באנגעלויס ווערן געבויט אין די לעצטע מינוט פארן דעדליין פון נייע געזעץ וואס פארבאט פרישע באנגעלויס צו געבויט ווערן אין סאוט פאלסבערג גייט אריין אין קראפט 1טן יאנואר. [263]
- פייוו טאונס: מאשלוי רבי פון בארא פארק (ר' מענדעלע טייטלבויםס מחותן) רעכט אפ חסידישן שבת אין שטאט. [264]
- חרדישער בחור ארעסטירט נאכן זיך פארשטעלן ווי א האמאוסעקסואל אין אינפלאטירט זייער פארמאכטער שטאלץ צוזאמקום אין ירושלים, ווען ער איז ארויף אויפן סטעיזש און מוחה געווען. [265]
- פאליציי אין פראנקפורט ארעסטירן 16 ניאונאציס פארן צושטערן קריסטאלנאכט זכרון. [266]
- בראזיל: 35 טויזנט אידישע בחורים מיט מיידלעך, וועלן זיך צוזאמקומען אין ריא דע זשאנערא צו טאנצען הארא. [267]
- ניו יארק: העיט קרייםס שטארק געוואקסן די יאר. מיט אידן און געיז גרעסטע קרבנות. [268]
פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2006 נאָװעמבער 11 פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2006 נאָװעמבער 10
תועבה מארטש דערהיינטיקן:
- בני ברק: ליטווישע פירערשאפט צעטיילט איבער מחאה קעגן תועבה מארטש: הרב שטיינמאן קעגן הרב אלישיב: שטעלט זיך צו צום מיינונג פון גערער רבין אז מען דארף איגנארירן דעם תועבה מארטש אבער נישט צוליב תאווה ווי די גערער השקפה, נאר צוליב ביטול תורה. [269].
- אין אמעריקע: המודיע נאכאלטס שטיל אבער יתד נאמן רעדאקטאר שרייבט עדיטאריעל: פארוואס מיר קענען שוין מער נישט שווייגן?. [270].
- אין ניו יארק: צעהן טויזענט חסידים, בעיקר פון סאטמאר ערווארטעט היינט ביי ריזן פראטעסט קעגן ארץ ישראל קאנסולאט אין מאנהעטן אויפן רוף פון עדה החרדית. [271]. ר' משה דוד נידערמאן הויפט ווילימאסוברג קהילות עסקן מיט מעכטיגע פי. אר. הסברה קאמפיין אין וועלטס רעליגעיזע פרעסע אפצוטאן דעם חרון אף פון דעם גרויסן חילול ה'. [272]
- פאליציי פירט דורך אבלאווע אויף קנאות'דיגע פרינטינג קאמפאני, וואס איז קעגן קלעצקין, און האט אפגעדרוקט די העצע פאשקעווילען. ראש ישיבה פון מיר פארטרייבט זיינע בחורים פון פראטעסט מיט וויל טשעיר. [273]
- צניעות געבראכן: 300 פרויען מארטשן אין די גאסן פון ירושלים קעגן די געיז. [274]
- ספרדישע בעל תשובה זינגער, בעני אלבז ארעסטירט און אויסגאפארשט פאר נייע ניגון קעגן תועבה מארטש. [275]
- רב אין קאנטיקעט קלאפט אראפ פרוי נאכן וויילן אין עקסידענט. [276]
- פובליק סקול מנהל פון סאוט קארעליינע אנטשולדיגט זיך פארן אויפשפילן נאצי פראפעגאנדע מיניסטער יאזעף געבלס רעדע בעפאר סאקער מאטש. אויפצוהייטערן די געמיטער צו נצחון. [277]
- נצח ישראל לא ישקר: נייע שול אין מינכען עפענט זיך אין יארצייט פון קריסטאלנאכט. [278]
- איד ברוגז אז כדי צו וואוטען האט ער געמוזט אריינגיין אין קירכע. [279]
- התאחדות הרבנים קעגן קרית יואל שחיטה. [280]
- אראבישע חבר הכנסת פרייט זיך מיט בוש פאליטישע מפלה. [281]
- נייע פילם ארויסגעגעבן איבער דאס לעבן און שאפן פון די הויפט פירער פון מאדערן ארטאדאקס אידענטום אין אמעריקע: די עלענדער מענטש פון אמונה: דאס לעבן און לעגענדע פון הרב זשעי. בי. סאלאווייטשיק. [282]
- יעשיבע יוניווערסעטי משגיח; הרב יוסף בלוי קעגן ר' שלמה עמאר פארן קענסעלען עגונה רבנים קאנפארענץ. [283]
- דער איינציגסטער פרומער אידישער סענאטאר פון אמעריקע; ר' זשאו ליבערמאן געווינט צוריק זיץ נאך שווערן פארמעסט פון ליבעראלן און ווערט ערוויילט מיט צעהן פונקטן העכער דעם דעמאקראט אלס זעלבסטשטענדיקער פאליטיקער; ווערט די גרעסטער פאוער בראוקער אין אמעריקע, נאכדעם וואס סענאט איז כמעט אייניג צווישן רעפובליקאנער און דעמאקראטן. [284]
- אמעריקע לאזט הערן זייער שטימע קעגן פרעזידענט בוש איראק מלחמה פאליסי און רעפובליקאנער קארופציע; געבט צוריק קאנגרעס פאר דעמאקראטישער פארטיי נאך 12 יאר גלות [285];
- קרית יואל: רעפובליקאנער (פארלירער) העצט אויף גוים מיט טעלעפאון קאלס וואס שפילט אויף אידישע אינדורסמענט פאר דעמאקראט וועגן וואסער פייפליין וואס זיי פלאנען. - אוידאו טעיפ. [288]
- ניו יארק דיילי ניוז בלאגער, טרייבט שפאס פון חרדישער טאג-צייטונג המודיע'ס ליינער איבער עד פאר הילערי קלינטאן'ס אפאנענט אז ער איז מער פאמיליע פריינטליך, בשעת ווען די תורה איז נישט אזוי פאמיליע פריינטליך די איצטיגע פרשיות פון די וואכן. [291]
- ערשטער מוסולמענער פאליטיקער ערוויילט צום קאנגרעס פון מינעסאטע. [292]
- עקזיט פאולס ווייזט: אידן זענען צוריק אין מאסן וויילן פאר דעמאקראטען. [293]
- התאחדות הרבנים פארופט קאר פיקעטינג אויף דאנערשטאג אין מאנהעטן קעגן די ציונים וואס שלאגן אידן וואס פראטעסטירן תועבה מארש. [294]
- מאנטריאל סאטמאר שול צאלט שכינות'דיגער זשים צו פארטונקלן פענסטער כדי מען זאל נישט זעהן די אומצניעותדיגע קליידונג, גוים קאסטומער פארפירן קעגן דעם און זאגן אז דאס שטערט זייער איבונגען צוליב ווייניג ליכטיגקייט. [295]
- ירושלים ראש העיר ר' אורי לופליאנסקי מיט זיין סגן ר' יהושע פולאק ווערן באווארפן מיט שטיינער אין מאה שערים קומענדיג צו שבע ברכות פון אייניקל פון הרב אלישיב. [296]
סייענס און געזונטהייט
- נייע טעכניק וועט היילען הארץ אטאקעס דורך אייגענע סטעם צעלן גענומען פון מארך ביין אריינגעלייגט נעבן הארץ תיכף נאכן אטאקע. [297]
- פאר 14 דאלער קענט איר קויפן זייגער וואס ארבייט פון פרוכט ענערגיע. [298]
- ברוקלין: נאך 5 בחורים געזיכט אין אידישער אטאקע אויף אראבער. [299]
- דוב הייקינד ווערט פארדאמט דורך בלאגערס, פארן זיך אנעמען פאר די אידישע אטאקירער. [300]
- תועבה מארטש פראטעסטן לאזט נישט נאך. - ווידיאו. [301]
- אומרוען פארשפרייט זיך אין גאנצן לאנד, 20 ארעסטירט, 5 פארוואונדעט. טרעין בלאקירט. [302]
- מזרחי רבנים שטעלן זיך צו קעגן תועבה מארטש כדי נישט צו לאזן מטמא זיין די הייליג לאנד. [303]
- פרייע פאליטיקער זענען שאקירט און ציטערן פאר זייער לעבן פון פולסא דנורא פון חרדים קעגן תועבה מארטש ארגענאזירער. [304]
- דער וואטיקאן אין רוים איז אויך קעגן מטמא זיין ירושלים מיטן תועבה מארטש. [305]
- יוניווערסעטי פרעזידענט שאפט שטורם מיטן זיך שטעלן פאר בילד צוזאמן מיט זעלבסט מערדער טעראריסט אין האלאויווין פארשטעלאכץ. [306]
- אל על פליגער קומט אן פון מילאן איטאליע און אלע פאסעזשירן ווערן געפארשט ווער עס האט אויפגעשריבן א סוואסטיקע אין עראפלאן. [307]
- לעיקוואד: פאליטישער וועד העיר ווארפט זיך אונטער רבנים. [308]
- קול הדור האחרון אינדורסירט מער פרומע קאנסערוועטיווע רעפובליקאנער פארטיי פאליטיקער, קעגן קרית יואל אינדורסירטע דעמאקראטישער פארטיי טיקעט. [309]
- נייע טעכנישע טאלאמארקעטינג געבט אויבערהאנט פאר רעפובליקאנער. [310]
סייענס און געזונטהייט
- ירושלים פלאקערט; שטיינער פליען; צענדליגע אידן ארעסטירט; קארן געשעדיגט; בלוט גיסט זיך פון ביידע זייטן; סייט פון די פאליציי און סיי פון די חרדים - אין שטורעמישע פראטעסטן קעגן תועבה מארש. בילדער [312]
- אטוירני זשענעראל מאזוז זאגט זיין לעגאלער מיינונג; אז אויב מדינה לאזט זיך פון די חרדישע טעראר איז איר דעמאקראטיע אין סכנה. [313]
- גורע רבי הייסט שטיל שווייגען ווייל מ'טאר נישט רעדן פון תאווה עבירות; המודיע פאלגט, ר' יוסף שלום אלישב זאגט אז עס איז ייהרג ואל יעבור און מען מוז מוחה זיין. עדה החרדית פרובירט פארהאנדעלן, נאך טעלעפאון פון הויפט [[פאליציי] שעף, שיקן ארום קאר אין נאמען פון הרב יצחק טויביה ווייס אויסרופן אז מען זאל נישט פראטעסטירן אבער דער עולם פייפט זיך אריין אין זייער רוף. [314]
- עדה החרדית ספויקסמאן פארדאמט גיסן אויל אויף די וועגן און שטיינער ווארפעריי, און פארברענען מיסט ביי תועבה מארש פראטעסטן. [315]
- זארג ביי פרומע אז חרדישע קינדער וועלן ווערן אפגעפארן פון צו גוט וויסן וואס מיינט משכב זכר דורך זיך קאכן צופיל אין די איצטיגע ראיאטען. [316]
- חבד קעגן משיח אין בת ים. [317]
- בית שמש: אגד באס פארט אן מחיצה; חרדים באווארפן איר מיט שטיינער. [318]
- שעלדאן איידלסאהן וועט נישט קויפן מעריב. [319]
- גוגל וועט אנהייבן צו עדווערטייזען אין [צייטונג]]ען. [320]
- קרית יואל וועט שטימען קעגן אמטירענדער רעפובליקאנער קאנגרעספרוי פארן נישט גענוג העלפן די איינוואונער. [321]
- 2 נייע אנקעטעס געבן לעצט מינוטיגע האפענונג פאר רעפובליקאנער אנצוהאלטן סענאט ביי איין זיץ. [322]
- געוועזענער גאווערנער מאריא קאמא שטאט אפ פאר א קאמפיין באזוך ביי סאטמאר-ארונים אין וויליאמסבורג, פאר זיין זוהן, אן עטורני דשענעראל קאנדידאט. [323]
- קאלאראדא: גרויסער גלח רעזעגנירט אין שאנדע נאכן געכאפט ווערן מיט היפאקריטיע ווען ער האקט קעגן תועבה און מאן-זונה קומט אפיר אים צו טייטלען אויף זייערע אנגייענדע אפערע. [324]
- האלב אייראפע אן עלעקטעריציטעט נאך מעכטיגע בלעקאוט. [325]
- מאראטאן היינט זונטאג לויפט דורך אידישע וויליאמסבורג, ערשטע מאל וואס פאליציי הענגט נישט פארקן צעטליך אין אידיש.
- סאדאם כוסעין ווערט באשולדיגט אין מאסן מערדעריי; פאראורטיילט צו הענגען. [326] [327]
- אלגעמיינער דזשורנאל זוכט ווער עס האט איבערגעטייטש קאראן אויף יידיש [330]
- מעריב באשרייבט חרדישע אינגעלייט מיט זייערע ווייבער און בחורים וואס פארברענגן אין די אומצניעותדיגע באר אין תל אביב, - בילדער. [331]
- רבנים שטעלן זיך קעגן איזראעלי טוריזים עדווערטייזינג קאמפיין. [332]
- מאנסי: איד געפינען טויט אינדערויסן פון זיין הויז. [333]
- ירושלים: ר' יהודא לעווין ווענדט זיך צו די אראבער זיך פאראייניגן מיט די חרדים, און פראטעסטירן תועבה מארטש. [334]
- הרב שלמה עמאר קענסעלט רבנים קאנפערענץ איבער עגונות פראבלעם. [335]
- פראפעסער הירשע דוד כ"ץ: ענדליך א נייע בוך וואס אנאליזירט און שטודירט אידיש שפראך; אוואו עס לעבט; ביי די חרדים; נישט ביי די אידישיסטן אוואו עס איז שוין לאנג טויט. [336]
- שרייבערקע נעמי רעיגען אין נייעם פלעי איבער חרדישע אביוזד ווייבלעך. [337]
- וויליאמסבורג: זייט געווארענט פון די ארבייטער ביי די געזאלין סטעישאןס. [338]
- לכבוד האלאוייווין חגא; קרית יואל דערלעבט א דאמאטישער כאפצעם. [339]
- באוקא ראוטאון פלארידע: אידישער מיליאנער ר' זשעיסאן לייענס רופט דעם עולם צום קידוש נאך בעיסבאל געווינס פון זיין טיעם. [340]
- אמעריקעס שפיאנאזש אגאנטור באנוצט זיך מיט וויקיפעדיע סאפטוועיר צו זאמעלן שאיאנאזש אינפארמאציע. [341]