מאיר פרוש
געבורט |
11 יוני 1955 (אלט 69) ירושלים |
---|---|
מדינה | ישראל |
לערנארט | סלאבאדקער ישיבה |
באשעפטיגונג | פאליטיקער |
פארטיי | אגודת ישראל |
מאיר פרוש (געב' כ"א סיון ה'תשט"ו, 11טן יוני 1955) איז א כנסת דעפוטאט פון יהדות התורה זייט 1996 און א מיטגליד אין דעם ירושלימער שטאטראט.
ער איז א געווען א באיאנער חסיד און ער האט געדינט אלס זעלנער אין צה"ל. היינט וואוינט ער אין רוממה, ירושלים.
לעבנסגעשיכט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מאיר פרוש איז געבוירן אין ירושלים, א זון פון מנחם פרוש, לאנג יעריגער פירער פון אגודת ישראל אין ירושלים. ער האט געלערנט אין דער סלאבאדקער ישיבה אין בני ברק. ער איז אן איידעם פון נחום יואל האלפערין פוו בני ברק. ער איז אמאל געווען וויצע-בירגערמייסטער פון ירושלים.
פאליטיק
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מאיר פרוש געהערט צו דער "שלומי אמונים" פֿראקציע אין אגודת ישראל. ער איז 13 יאר געווען א דעלעגאט פון שלומי אמונים אין דער ירושלימער שטאטראט, זיבן פון זיי אלס וויצע-בירגערמייסטער, פאראנטווארטלעך איבער דעם פארבעסערן די שטאט, חרדישן חינוך און פלאנירונג און בויען.[1]
פון 2001 ביז 2003 איז ער געווען וויצע-מיניסטער פון קאנסטרוקציע; אין זיין קאדענץ האט מען געבויט טויזנטער דירות פארן חרדישן סעקטאר.
צו די 2008 מוניציפאלישע וואלן האט פרוש קאנדידירט פאר בירגערמייסטער פון ירושלים.
פרוש פירט די כשרות ארגאניזאציע פון "אגודת ישראל". צוזאמען מיט זיין פאטער, מנחם פרוש, האט ער געגרינדעט די "המבשר" צייטונג.
ביז 2007 איז פרוש געווען א באיאנער חסיד, אבער ער איבערגעלאזט דאס חסידות ווען ער האט געשטיצט מאיר רובינשטיין ווען ער האט קאנדידירט צו ווערן בירגערמייסטער פון ביתר עילית קעגן יצחק פינדרוס וועמען דער באיאנער רבי האט געשטיצט. דערנאך איז ער געווארן נאנט צום וויזשניץ-מאנסי חסידות און האט אויך געפארן אויף א נסיעה צו רבי מאטעלע האגער אויף ראש השנה.
משפחה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מאיר פרוש און זיין ווייב רחל האבן צוועלף קינדער. זייער עלצטע קינד, שרוליק, איז געוויילט געווארן בירגערמייסטער פון אלעד אין 2013.