סלאבאדקער ישיבה (בני ברק)
קאארדינאטן: 32°05′25″N 34°49′43″E / 32.0902°N 34.8286°E
- דער ארטיקל דיסקוטירט די ישיבה אין בני ברק. טאמער זוכט איר אנדערע ישיבות מיט א שייכות צו סלאבאדקע, זעט סלאבאדקער ישיבה.
די סלאבאדקער ישיבה איז א ליטווישע ישיבה גדולה אין בני ברק, וואס איז געגרינדעט געווארן דורך רבי יצחק אייזיק שאר אין סיוון תש"ז.
היינט לערנען אין דער ישיבה 400 בחורים פון אלע קרייזן—ליטווישע, חסידישע און ספרדישע—ווי אויך בחורים פון אמעריקע און אייראפע.
די ראש ישיבות זענען רבי אפרים דוב לאנדא און רבי משה הלל הירש.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די ישיבה ווערט גערופן אויפן נאמען פון דער סלאבאדקער ישיבה "כנסת ישראל" וואס הרב נתן צבי פינקל, דער "אלטער פון סלאבאדקע" האט געגרינדעט אין סלאבאדקע, א פארשטאט פון קאוונע, ליטע.
רבי יצחק אייזיק שאר, אן איידעם פונעם אלטער פון סלאבאדקע, האט געגרינדעט די ישיבה אין בני ברק אין סיוון תש"ז, מיט זיין איידעם, רבי מרדכי שולמאן, וואס האט געזאגט שיעורים אין דער ישיבה. אויך האט געזאגט שיעורים הרב יחזקאל אבראמסקי.
די היינטיקע געביידע פון דער ישיבה האט מען געענדיקט אין תשט"ו.
נאך רבי שולמאנס פטירה אין תשמ"ב האבן ממלא מקום געווען זיין זון רבי נתן צבי און זיינע איידעמעס רבי עמרם זאקס און רבי משה הלל הירש. אין תשמ"ג האט רבי נתן צבי שולמאן געעפנט א צווייג פון דער ישיבה אין בית וגן, ירושלים וואו ער איז טעטיק. אין די סוף תש"ן יארן האט מען באשטימט רבי ברוך ראזנבערג אין רבי דוב לאנדא ווי ראשי ישיבות.
נאך דער פטירה פון הרב סאקס האט מען באשטימט זיין איידעם רבי יצחק שווארץ ווי נאך א ראש ישיבה, און אויך זיין זון רבי שמואל האט באקומען דעם טיטל ראש ישיבה.
באקאנטע תלמידים פון דער ישיבה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- רבי ישראל דאנציגער - דער אלעקסאנדער רבי
- רבי יצחק דוד גראסמאן רב פון מגדל העמק
- הרב מיכל זילבער - ראש ישיבה פון זוועהיל
- הרב שלום מאיר יונגערמאן ראש ישיבה ונשיא מוסדות בזכרון יעקב
- הרב מאיר פרוש, כנסת דעפוטאט
- הרב משה גפני, כנסת דעפוטאט