װיקיפּעדיע:וועגן
יידיש וויקיפעדיע אצינד |
---|
וויקיפעדיע ארבעט אויף מעדיעוויקי ווערסיע 1.44.0-wmf.5 (d64f667) . |
זי האט 15,488 ארטיקלען, און 44,166 בלעטער אינגאנצן. |
זענען געווען 594,542 רעדאגירונגען. |
עס זענען 985 ארויפגעלאדענע טעקעס. |
עס זענען 54,575 אײַנגעשריבענע באניצער, כולל 3 סיסאפן. |
די אינפארמאציע איז ריכטיק פון אָן 08:38 (UTC) אום דעצעמבער 4, 2024. אויסרייניגן |
די ײִדישע װיקיפּעדיע איז די וויקיפעדיע אויף דער יידישער שפראך ווערסיע.
זי איז אזא סארט עלעקטראניש ענציקלאפעדיע וועבזייטל וואס אלע יידיש רעדערס פון דער גארער וועלט, זענען ערמעגליכט, באויפטראגט און געלאדענט, דאס פרייערהייט און אפנערהייט, צוגלייך פאר יעדן אייניג, שרייבן און רעדאגירן אויפן אינטערנעץ, - אלס וואלונטירן אן באצאלט קיין געלט אדער אנדערע טובת הנאה.
זי איז געגרינדעט געווארן כ' אדר ה'תשס"ד (13טן מערץ 2004),[1] היינט צוטאג אנטהאלט זי 15,488 ארטיקלען.
וויקימעדיע פונדאציע
אלע שפראכן וויקיפעדיעס, איבער 260 אין צאל, זענען איין גרויסער פילשפראכיגער פרייער ענציקלאפעדיע פראיעקט אונטער דעם בעלות פון די נישט-פאר-פראפיט וויקימעדיע פונדאציע הויפטקווארטירט אין פלארידע, געגרינדעט דורך זשימי וועילס.
די וויקימעדיע פונדאציע איז אזא סארט וואולטעטיגע ארגאניזאציע וואס האט אויף זיך געלייגט דעם ציל צו ברענגען דעת און וויסנשאפט צו יעדן מענטש אויף דער וועלט פריי אן אפצאל, דורך דעם וואס זיי שענקען צו יעדן אייניק די בעלות צו זאגן וואס איז אמת.
דאס ווערט דורכגעפירט דורך אויסנוצן דעם מאדערנעם וויקי ווייכווארג פאלטפארמע; וואס לאזט יעדן איינעם ענדערן אייניק און מיט קאנצענזוס צוזאמען אויף אמאל יעדען ענין. אזוי ארום האט די פאנדוציע אוועקגעשטעלט אן ענציקלאפעדיע אין כמעט יעדער שפראך אויף דער וועלט, אין פארעם פון וויקיפעדיעס.
נישט בלויז ענציקלאפעדיעס נאר אויך פרייע ווערטערביכער, אין יעדער שפראך, אין פארעם פון וויקיווערטערבוך. און אזוי ווייטער בילדער און ביכער זאמעלונגען און נאך פילע פראיעקטן וואס באפרייט דער מענטשליכער וויסנשאפט פארן יעדן מענטש אייניק.
די פונדאציע גיט זיך בעיקר אפ אין די טעכנישע אינציאטיוו און גרינדונג פון די פראיעקטן, אבער נישט אין איר ווערטשאפט, ווי צום ביישפיל טוט זי בלויז אויפהאלטן אירע סערווערס, דורך פאנדרעיזינג, וואס קאסט אפ שווערע מיליאנען א יאר. אבער זיי קענען אבסאלוט גארנישט אריין רעדן בנוגע די אינהאלט פון די דאזיגע פראיעקטן, נאר לאזן די וואלענטורן שאפן קאנצענזוס איבער יעדעס ענין וויאזוי און וואס פונקטליך עס זאל דאקומענטירט ווערן און וויאזוי עס זאל ווערן אויסגעשטעלט דאס ווייכווארג און די דעזיין דערפאר.
עס איז אזוי אויסגעשטעלט אז אלץ וואס מען שרייבט ווערט אויטאמאטיש באפרייט פאר יעדן צו קאפירן און זיך באנוצן אן רשות פארן אייגענעם געברויך פון דער גאנצער וועלט, דעריבער קען מען נישט דארטן קאפירן גארנישט וואס האט עפעס קאפירעכטן.
וויקיפעדיע
די יידישע וויקיפעדיע איז אויסגעשטעלט אויפן האר, און פירט זיך גענוי, ווי א יעדע אנדערע וויקיפעדיע.[2]
דאס ווארט וויקיפעדיע איז א צוזאמשמלעץ פון צוויי ווערטער, וויקי נאכן ווייכווארג אויף וואס דער וועבארט לויפט, אין לשון פון שנעל אויף האוואישער שפראך, און פעדיע (פון ענציקלא-פעדיע) וואס מיינט אין לאטייניש, ארומענעמדיג אלעס.[3]
עס איז אויסגעשטלעט אין א היאראכיע פון מענטשען וואס קיינער קען נישט געוועלטיגען איבער דעם אנדערןס דעה נאר אלעס ווערט געטאן דורך קאנסענסוס.[4]
עס זענען פארהאן סיסאפן (א פארקירצונג פון צוויי ווערטער סיסטעם אפערירער) וואס ווערן ערוויילט דורך דער קהילה[5] צו אינפארסירן די קאנסענסוס שאפונג דורך צייטווייליג אפשפארן יעדע ענין וואס איז אין מחלוקת און א שטער פארן כלליתדיגן בוי פון וויקיפעדיע[6].
גארנישט און קיינער ווערט צענזורירט,[7] נאר בלויז אויף די צייט ביזווילאנג קאנסענסוס ווערט געשאפן, קען דאס ווערן צענזורירט נישט קיין סעקונדע שפעטער וואס מען שליכט דאס.[8]
אויך זענען פארהאן באנוצער אויף העכערע שטאפל פון כוח, ווי די ביראקראט וואס מאכט די סיסאפן[9], און די סטוארטס, וואס איז נאך העכער, ער פאסט אויף אז די באנוצער זאלן זיך טאקע באגיין לויטן סיסטעם[10].
ביישטייערן צו דער וויקיפעדיע
יעדער איינער קען ביישטייערן צו וויקיפעדיע מיט א קליק אויפן רעדאַקטירן טאַב אין אן ארטיקל. איידער איר הייבט אן בייצושטייערן איז כדאי איבערצוקוקן עטלעכע האנטיקע געצייג ווי די לעקציע אן די פאליסיס און אנווייזונגען, ווי אויך דעם ברוך-הבא בלאט.
אסאך ארטיקלען הייבן אן אלס שטומף ארטיקלען, אבער, נאך פילע ביישטייערונגען, קענען זיי ווערן אפילו רעקאמענדירטע ארטיקלען.
טאמער איר ווערט געוואויר אז וויקיפעדיע האט נישט קיין ארטיקל אויף א טעמע וואס אינטערעסירט אייך, מעגט איר בעטן מ'זאל שרייבן דעם ארטיקל (אדער איר קענט פארשן די טעמע און שרייבן דעם ארטיקל אליין).