בני ברק

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
בני ברק (שטאָט)
Flag of Bnei Brak.svg Coat of arms of Bnei Brak.png
BneyBrakCityHall.jpg
בני ברק ראטהויז
מדינה / טעריטאריע Flag of Israel.svg ישראל
גרינדונג דאטע 1924
דיסטריקט גוש דן
בירגערמייסטער חנוך זייבערט
שטח 7,022

הייך=26 קוואדראט ק"מ

באפעלקערונג (2017)

 ‑ אין שטאָט

200,162‏
http://www.bnei-brak.muni.il
Tel-aviv area.svg

בני ברק איז א אידישע פרומע שטאָט אין געגנט גוש דן וואס איז אין תל אביב דיסטריקט פון ישראל, וואס דארטן זײַנען פּלאַצירט פילע חסידישע הויפן און אויך די ליטווישע וועלט בארימטע פאנאוועזשער ישיבה. דעם 27סטן סעפטעמבער 2012 איז בני ברק געווען די צענטע גרעסטע שטאט אין ישראל, מיט א באפעלקערונג פון 176,556.

די שטאט ווערט דערמאנט אין דער הגדה של פסח: מַעֲשֶׂה בְּרַבִּי אֱלִיעֶזֶר וְרַבִּי יְהוֹשֻעַ וְרַבִּי אֶלְעָזָר בֶּן עֲזַרְיָה וְרַבְּי עֲקִיבָא וְרַבִּי טַרְפוֹן שֶהָיוּ מְסֻבִּין בִּבְנֵי בְרַק, וְהָיוּ מְסַפְּרִים בִּיצִיאַת מִצְרַיִם כָּל אוֹתוֹ הַלַּיְלָה עַד שֶׁבָּאוּ תַלְמִידֵיהֶם וְאָמְרוּ לָהֶם: רַבּוֹתֵינוּ, הִגִּיעַ זְמַן קְרִיאַת שְׁמַע שֶׁל שַׁחֲרִית.

בני ברק רעכנט זיך ארעמע שטאט ווייל א סאך איינוואוינערס ארבעטן נישט און לערנען נאר תורה.

שטאטראט[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ביי די מוניציפאלישע וואלן אין 1959 האבן די חרדים באקומען 5 מאנדאטן, מפד"ל 4 מאנדאטן, דער מערך 3 מאנדאטן, חרות 2 מאנדאטן און די ליסטע פון די עדות המזרח איין מאנדאט.‏[1].

ביי די מוניציפאלישע וואלן אין 1965 האבן די חרדים באקומען 5 מאנדאטן, מפד"ל 3 מאנדאטן, דער מערך 3 , גח"ל 2 און די באוועגונג פאר אחוה 2.‏[2]

ביי די מוניציפאלישע וואלן אין 1969 האבן די חרדים באקומען 6 מאנדאטן אין דער שטאטראט, מפד"ל 4 מאנדאטן, מערך 3 און גח"ל 2 מאנדאטן.‏[3]. נאך די וואלן האט ישראל גאטליב פון מפד"ל אויפגעשטעלט א קאאליציע מיט מערך און גח"ל, איבערלאזנדיק די תורה בלאק אין אפאזיציע.‏[4]

ביי די מוניציפאלישע וואלן אין דעצעמבער 1973 האט מפד"ל באקומען 5 מאנדאטן, אגודה און פועלי אגודה וואס זענען געלאפן צוזאמען האבן באקומען 3 מאנדאטן, נאמני תורה ספרדיים 2 מאנדאטן, דער מערך 3 מאנדאטן און ליכוד 2 מאנדאטן.‏[5]

ביי די מוניציפאלישע וואלן אין 2008 איז געווען נאר איין קאנדידאט פאר בירגערמייסטער, הרב יעקב אשר. פארן שטאטראט האט קאנדידירט נאר איין ליסטע, מיט די פאלגנדע נעמען:[6]

  • יהדות התורה- יעקב אשר, חנוך זייבערט, ישראל משה פרידמאן, מנחם מענדל אייזנבערג, מיכאל קאקאן, מאיר יהודה מארמארשטיין, אברהם רובינשטיין, שמחה שטיצבערג, נתן צבי כהן, חיים דוד ראזנער, יעקב ווירזשבינסקי, חיים מאיר לאנגזאם, שלמה שטערן, ישראל דרענגער, יהודה האבער, שלמה קאסטעליץ, מאיר שאקראן, מרדכי דריימאן
  • ש"ס - פינחס צברי, אליהו דאדאן, ניסן יגאל געטאַ, נתן בצלאל, אברהם פאַרטאש, גדליהו בן שמעון
  • מפד"ל - לוי אליעזר זוראווין

אזוי ווי ס'איז נישט געווען מער ווי איין ליסטע, האבן די בירגער פון בני ברק נישט געדארפט וויילן.

ביי די מוניציפאלישע וואלן אין 2013 איז חנוך זייבערט געוויילט געווארן בירגערמייסטער.

שטאט׳ס רבנים[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רעליגיעזע באדינונגען אין בני ווערן געפירט דורך דעם שטאטראט (און נישט דורך א ״רעליגיע־ראט״ ווי אין אנדערע שטעט אין ישראל). אויך דעם שטאט׳ס רב ווערט געוויילט דורך דעם שטאטראט.

די רבנים פון בני ברק זייט זיין גרינדונג:

ווען מען האט באשטימט הרב יעקב לאנדא רב אין 1936 און דערנאך ווי הויפט רב פון בני ברק, האבן א טייל איינוואוינער ווייטער געהאלטן רב יוסף צבי קאליש אלס שטאט׳ס רב ביז זיין פטירה אין 1957, און האבן נישט מקבל געווען זיין נאכפאלגער.‏[8] הרב קאליש האט ווייטער געפירט איינשרייבן פאר חתונות אלס רב פון דער שטאט.‏[9]

באפעלקערונג[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

לויט די דאטן פונעם צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק ריכטיג פאר דעצעמבער 2013, וואוינען אין בני ברק 172,485 באוואוינער. די באפעלקערונג וואקסט מיט א יערלעכער ראטע פון ‎2.2%‏.

אין בני ברק האט געוואוינט הרב אברהם ישעיהו קארעליץ דער "חזון איש" וואס האט געשטעלט חרדישן יידנטום אין ארץ ישראל אויף זיינע פיס אין דער תקופה ווען די מדינה איז אויפגעשטעלט געווארן, און בארימטע ליטווישע רבנים, כולל הרב יעקב ישראל קאניעווסקי (דער סטייפלער), רב אלעזר מנחם מן שך און הרב חיים גריינימאן, ווי אויך דער רב פון זכרון מאיר, הרב שמואל וואזנער

היינט, וואוינען פיל אשכנזישע רבנים אין בני ברק ווי הרב אהרן לייב שטיינעמאן, הרב חיים קאניעווסקי און הרב נסים קארעליץ.

אזוי אויך א סך רבי'ס פון חסידים וואוינען, אדער האבן געוואוינט, אין בני ברק, ווי דער גערער, נאדווארנער, לעלאווער, וויזשניצער, אלעקסאנדער, ראדזינער, מאדזשיצער און סטריקאווער רבי'ס.


רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. ילקוט הפרסומים 721, 30סטן נאוועמבער 1959, עמוד 332
  2. ילקוט הפרסומים 1232, 17טן נאוועמבער 1965, עמוד 340
  3. ילקוט הפרסומים 1577, 17טן נאוועמבער 1969, עמוד 543
  4. מוסטער:דבר
  5. ילקוט הפרסומים 1987, 3 בפברואר 1974, עמוד 809
  6. המודיע, א' חשוון תשס"ח
  7. לאחר הכתרתו של הרב לנדא שימש כרב באופן בלתי רשמי, ראו להלן
  8. דוגמאות מסוף שנות ה-40: מוסטער:הצופה, מוסטער:הצופה.
  9. מוסטער:דבר.

צווילינג שטעט[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

קאארדינאטן: 32°05′0″N 34°50′0″E / 32.08333°N 34.83333°E / 32.08333; 34.83333

בירגערמייסטער פון בני ברק
יצחק גערשטנקארן משה באַגנא ראובן אהרונאוויטש שמעון סיראקא שמואל וויינבערג ישראל גאטליב יצחק מאיר משה אירנשטיין
1939 - 1954 1954
1957 - 1959
1954 - 1957
1959 - 1966
1968 - 1969 1966 - 1968
1978 - 1983
1969 - 1974
1976 - 1978
1974 - 1976 1983 - 1991
1993 - 1995
ירחמיאל בויאר עמוס מר-חיים מרדכי קארעליץ ישכר פראנקנטאהל יעקב אשר אברהם רובינשטיין חנוך זייבערט
1991 - 1993 1995 - 1997 1997 - 2003 2003 - 2008 2008 - 2013 2013 2013 - היינטיקער

אלע פרומע אידישע געגנטן וואו עס זענען צעשפרייט די היינטיגע אידישע באפעלקערונג איבער דער גארער וועלט 

Maurycy Gottlieb - Jews Praying in the Synagogue on Yom Kippur.jpg

אלעד • אנטווערפן • אפער וועסט סייד • אשדוד • באלטימאר • באקא ראטאן • באסטאן • בארא פארק • בודאפעשט • בית ישראל • בית שמש • ביתר עילית • בלומינגבורג • בני ברק • בעיסוואטער • גאלדערס גרין • גייטסהעד • גרעיט נעק • דיל • דעטרויט • וואודמיר • ווארשע • וויליאמסבורג • וויען • זשיטאמיר • חברון • חיפה • טאהש • טאראנטא • טבריה • טינעק • יאהאניסבורג • ירושלים • לאוער איסט סייד • לוגאנא • לעיקוואד • לאס אנזשעלעס • מאדריד • מאנטרעאל • מאנטשעסטער • מאנסי • מאסקווע • מאונט קיסקא •מארסיי • מודיעין עילית • מיאמי • מילאן • מעלבארן • נווה יעקב • ניי סקווער • סארסעל • סטאמפארד היל • סידני • סידערהערסט • סיאטל • סי געיט • סקאקי • עדזשווער • פאסעיק • פאר ראקעוועי • פארעסט הילס • פאריז • פלעטבוש • פייוו טאונס • פוירט • ציריך • צפת • קווינס • קייאמישע לייק • קליוולאנד • קענווי אינזל • קרוין הייטס • קרית יואל • ריווערדייל • רמת וויזשניץ • שטראסבורג • שיקאגא