יעקב ישראל קאניעווסקי

פֿון װיקיפּעדיע
יעקב ישראל קאניעווסקי
יעקב ישראל קַנִיֶּבְסְקִי
געבורט 17 יוני 1899
הארנסטייפל, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 10 אויגוסט 1985 (אלט 86)
בני ברק, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט נאווהארדאקער ישיבה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
בת זוג פעשא מרים קארעליץ
צאצאים חיים קאניעווסקי רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב יעקב ישראל קאַניעווסקי (באקאנט ווי דער סטייפלער גאון[1] אדער בלויז דער סטייפלער, אויפן נאמען פון זיין געבורטשטאט הארניסטייפל אין אוקראינע; ט' תמוז ה'תרנ"טכ"ג אב ה'תשמ"ה) איז געווען איינער פון די מנהיגים פונען ליטווישן ציבור אין ישראל. ער האט מחבר געווען די סעריע ספרים קהלות יעקב אויף ש"ס.

לעבנסגעשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

יעקב ישראל איז געבוירן געווארן אין תרנ"ט צו זיינע עלטערן חיים פרץ און ברכה קאַניעווסקי אין זייערע עלטערע יארן. זיין פאטער איז געווען א חסיד פונעם הארנסטייפלער רבי'ן, וואס האט אים גע'עצה'ט צו געבן א נאמען זיין זון נאכן טשערקאסער רבי'ן, רבי יעקב ישראל טווערסקי.

פון יונגערהייט איז ער געווען געוואוסט פאר אן עילוי און א מתמיד. ער האט געלערנט אין דער נאווהארדאקער ישיבה בשעת ווען זי איז געווען אין האמל ביי דער ערשטער וועלט מלחמה און דערנאך אין ביאליסטאק. ער האט געהייראט מרים קארעליץ, שוועסטער פונעם חזון אי"ש, וואס איז געווען דער שדכן אויפן שידוך. צווישן די יארן תרפ"ו - תרצ"ד איז ער געווען א ר"מ אין דער נאווהארדאקער ישיבה אין פינסק.

ראש חודש ניסן תרצ"ד (1934), עטלעכע חדשים נאך זיין שוואגער דער חזון איש, איז ער ארויף קיין ארץ ישראל און ער האט זיך באזעצט אין בני ברק. גלייך ווען ער איז אנגעקומען האט אים הרב מתתיהו שטשיגל, גרינדער פון דער נאווהארדאקער ישיבה אין בני ברק, באשטימט צו ווערן ראש ישיבה.

נאך זיין ווייבס פטירה האט דער סטייפלער געוואוינט ביי זיין טאכטער יאספע ברזם.

דער "סטייפלער" איז נפטר געווארן פרייטיק צונאכט, כ"ג מנחם-אב, תשמ"ה, און מ'האט אים באערדיקט אין דעם שומרי שבת בית עולם אין בני ברק, נאנט צום קבר פונעם חזון איש.

משפחה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יעקב ישראל האט געהייראט זיין ווייב מרים קארעליץ אין ווילנע ז' אדר ב' תרפ"ז.‏[2] זיי האבן געהאט דריי קינדער:

  • הרב חיים קאניעווסקי.
  • מרת בלומא ליבא אהובה, ווייב פון רבי מרדכי שלמה בערמאן, פון די פאנאוועזשער ראשי ישיבות.
  • מרת יאספע, די אלמנה פון הרב שאול ברזם. דער סטייפלער האט איר איבערגעגעבן דאס אויסשליסלעכע זכות צו פארשפרייטן זיינע ספרים "קהילות יעקב" פאר איר פרנסה.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]