מרדכי דוב טווערסקי
רבי מרדכי דוב טווערסקי זצ"ל (ה'ת"ר – כ"ב אלול ה'תרס"ג), דער הארניסטייפלער רב.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי מרדכי דוב איז געבוירן אין הארניסטייפל ביים פינפטן חנוכה לעכטעל כ"ט כסליו ה'ת"ר צו זיין פאטער הרב משולם זוסיא אווערבאך, רב אין טאלמיטש, א זון פון רבי מיכל'ע קירימער, א זון פון רבי הערש מענדל פון האניפאלי, א זון פון הרב משולם זוסיא (אוערבאך) פון האניפאלי, באקאנט אלס דער רבי ר' זושא. און צו זיין מוטער מרת שטערנא פייגא א טאכטער פון הרב יעקב ישראל טווערסקי, רב אין טשערקאס, (אן איידעם פון הרב דובער שניאורסאהן, דער מיטלער רבי פון ליובאוויטש), א זון פון הרב מרדכי טווערסקי דער מגיד פון טשערנאבל. רבי מרדכי דוב האט געהייסען נאך די צוויי זיידעס.
רבי מרדכי דוב איז געווארן א יתום פון זיין מוטער אין עלטער פון זעקס (אדער ניין) יאר, ער איז אויפגעצויגן געווארן ביי איר פאטער, דער טשערקאסער, פון דארט נעמט זיך זיין פאמיליע נאמען טווערסקי.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאר ה'תרכ"ג נאך וואס זיין פאטער איז געווארן רב אין טשערקאס איז רבי מרדכי דוב געווארן רב אין הארניסטייפל, אוקראינע, אויף זיין פאטער'ס ארט.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי מרדכי דוב איז נפטר געווארן כ"ב אלול ה'תרס"ג. זיין רבי'צן מרת רייצא איז נפטר געווארן כ"ה תמוז ה'תרע"ח.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין עלטער פון דרייצן יאר, אין טאג פון זיין בר מצוה, איז רבי מרדכי דוב פארלויבט געווארן און אין יאר ה'תרט"ו געהייראט מרת רייצא א טאכטער פון הרב חיים האלבערשטאם דער צאנזער רב.
וויבאלד רבי מרדכי דוב האט נישט געהאט קיין ערלויבעניש ארויסצופארן פון דער רוסלענדישער אימפעריע, איז די חתונה פארגעקומען אין הוסיאטין, וואס האט זיך געפונען אויף דעם גרעניץ צווישען רוסלאנד און גאליציע (אין דער עסטרייכער אימפעריע). זיי האבן געהאט ניין קינדער, פיר זין און פינף טעכטער.
- מרת חיה מלכה, (א' תשרי ה'תרכ"ג - ) די וויב פון הרב משה גיטערמאן א זון פון הרב דוד גיטערמאן רב אין קיעוו.
- הרב אהרן אלימלך שניאור זלמן טווערסקי, (ה'תרכ"ד - י"ט חשוון ה'תרפ"ד) פון קראָסנא, ער האט געהייראט מרת רוזלא א טאכטער פון הרב משה הורוויץ, רב אין ראזוואדאוו.
- מרת שרה מרים, (ד' תמוז ה'תרכ"ה - ), די ווייב פון איר פעטער הרב שלום אליעזר האלבערשטאם, רב אין ראצפערט.
- הרב חיים משה צבי טווערסקי, (ט' אדר ה'תרכ"ו - כ' כסליו ה'תרצ"ד) ער האט געהייראט מרת מרגלית בת-ציון א טאכטער פון הרב מנחם נחום טווערסקי, רב אין רחמיסטריווקא.
- הרב בנציון יהודה ליב טווערסקי, (כ"א תשרי ה'תרכ"ח - כ"ח טבת ה'תשי"א) ער האט געהייראט מרת רחל א טאכטער פון הרב יצחק יואל ראבינאוויטש, פון קאנטיקוזיבה, ער איז נפטר געווארן אין שיקאגא, אמעריקא.
- מרת יוכבד רבקה ( - י"ז סיון ה'תרכ"ט), די ווייב פון הרב אלישע האלבערשטאם, רב אין גארליץ
- הרב ברוך דוד טווערסקי, (ח' אדר ה'תרל"ה - כ"ח כסלו ה'תרפ"ו) ער האט געהייראט מרת חיה שרה א טאכטער פון הרב שלמה זלמן, פון ראשקוב, ער איז נפטר געווארן אין וויען.
- מרת אסתר הענדל, די ווייב פון הרב חיים ישעיה שניאורסאהן
זיינע ספרים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- שו"ת עמק שאלה
- עמק החכמה על התורה - פלפולים
- פלא יועץ על התורה - חסידות
- חיבר לטהרה הלכות נטילת ידים ומקוואות
- תורי זהב הלכות רבית
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- שושנת העמקים, תולדותיהן של צדיקים
- י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר