שיקאגא
שיקאַגאָ (ענגליש: Chicago) איז די גרעסטע שטאָט אינעם שטאַט אילינויס פלאצירט אויף די דרום-מערבדיקע ברעגן פון דער מישיגן אזערע, איינע פון די גרויסע אזערעס. מיט מער ווי 2.8 מיליאן מענטשן, איז זי די דריטע גרעסטע שטאט אין די פאראייניגטע שטאטן.
דעמאגרפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
רוב איינוואוינער פון דער שטאט זענען ווייסע פראטעסטאנטן אבער, אזוי ווי אין אנדערע גרויסע שטעט, איז דער פראצענט פון שווארצע אין דער שטאט העכער ווי אין דער גארער באפעלקערונג פון די פאראייניגטע שטאטן. זייט די 1990טע יארן האבן אימיגרירט אין שיקאגא סערבן און מענטשן פון האיטי.
| צענזוס 2000 | שיקאגא | אילינוי | פאראייניגטע שטאטן |
|---|---|---|---|
| באפעלקערונג | 2,896,016 | 12,419,293 | 281,421,906 |
| פראצענט ענדערונג צווישן 1990 און 2000 | +4.0% | +8.6% | +13.1% |
| דורכשניט הויסגעזניט הכנסה (1999) | $38,625 | $46,590 | $41,994 |
| אוניווערסיטעט גראדואנטן | 25.5% | 26.1% | 24.4% |
| געבוירן אין אויסלאנד | 21.7% | 12.3% | 11.1% |
| ווייסע | 41.97% | 73.5% | 75.1% |
| שווארצע | 36.77% | 15.1% | 12.3% |
| היספאניקן (ווייסע און שווארצע) | 26.02% | 12.3% | 12.5% |
| אזיאטן | 4.35% | 3.4% | 3.6% |
טראנספארט[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
די אמטראק פירמע אפערירט צווישנשטאטישע באנען וואס שטעלן זיך אפ אין שיקאגא און קומען אן צו פארשידענע צילן אין אילינוי און ווייטער קיין מילוואקי, אינדיאנאפאליס, סאנט לואיס, און דעטרויט. די אמטראק באן סטאנציע אין שיקאגא איז יוניאן סטאנציע.
רעליגיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
די גרעסטע רעליגיע צווישן דער באפעלקערונג פון שיקאגא איז קריסטנטום. אויך וואוינערן אין דער שטאט אנהענגער פון יידישקייט, איסלאם, בודהיזם, דזשייניזם, סיקהיזם און באהיי.
אלע פרומע אידישע געגנטן וואו עס זענען צעשפרייט די היינטיגע אידישע באפעלקערונג איבער דער גארער וועלט
אלעד • אנטווערפן • אפער וועסט סייד • אשדוד • באלטימאר • באקא ראטאן • באסטאן • בארא פארק • בודאפעשט • בית ישראל • בית שמש • ביתר עילית • בלומינגבורג • בני ברק • בעיסוואטער • גאלדערס גרין • גייטסהעד • גרעיט נעק • דיל • דעטרויט • וואודמיר • ווארשע • וויליאמסבורג • וועסטקליף • וויען • זשיטאמיר • חברון • חיפה • טאהש • טאראנטא • טבריה • טינעק • יאהאניסבורג • ירושלים • לאוער איסט סייד • לוגאנא • לעיקוואד • לאס אנזשעלעס • מאדריד • מאנטרעאל • מאנטשעסטער • מאנסי • מאסקווע • מאונט קיסקא •מארסיי • מודיעין עילית • מיאמי • מילאן • מעלבארן • נווה יעקב • ניי סקווער • סארסעל • סטאמפארד היל • סידני • סידערהערסט • סיאטל • סי געיט • סקאקי • עדזשווער • פאסעיק • פאר ראקעוועי • פארעסט הילס • פאריז • פלעטבוש • פייוו טאונס • פוירט • ציריך • צפת • קווינס • קייאמישע לייק • קליוולאנד • קענווי אינזל • קרוין הייטס • קרית יואל • ריווערדייל • רמת וויזשניץ • שטראסבורג • שיקאגא