צאנז (הויף)
צאנז (אדער סאנדז) אין מערב גאליציע, איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, וואס דארטן האבן געוואוינט די רבנים און רבי'ס פון דער צאנזער דינאסטיע וואס ציעט זיך פון רבי חיים האלבערשטאם, באקאנט אלס דער דברי חיים.
נאך זיין פטירה (כ"ה ניסן ה'תרל"ו) איז זיין נאכפאלגער געווען זיין פערטער זון, רבי אהרן האלבערשטאם, וואס האט געדינט ווי רב און אדמו"ר פון צאנז, אבער מיטן נאמען 'קרייזער רב', דער טיטל וואס ער האט געהאט ביי זיין פאטערס לעבן פון תרט"ו.
נאך זיין פטירה א' אב תרס"ו איז געווען זיין נאכפאלגער אלץ צאנזער רב זיין זון רבי אריה לייבוש האלבערשטאם, מיטן נאמען באקאנט אלס רבי לייבוש צאנזער, און נאך זיין פטירה כ"א אדר א' תרצ"ה האט מען אויפגענומען זיין זון אלץ צאנזער רב רבי מרדכי זאב האלבערשטאם וואס איז געהרגעט געווארן ביים חורבן אייראפע כ"ו סיון תש"ב צוזאמען מיט זיין זון רבי ברוך, זיין ממלא מקום אין גריבאוו. רוב פון די חסידים זענען אומגעקומען ביים חורבן.
זעקס פון די קינדער פונעם צאנזער רב רבי חיים האלבערשטאם[a] האבן אויפגעשטעלט חסידות'ן מיט נייע נעמען, און די צאנזער חסידים פון די גאנצע וועלט האבן זיך צעטיילט צווישן זיי; וואס רוב זענען אריבערגעגאנגען צו זיין בכור, רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם פון שינאווא, אבער אין שטאט צאנז און אין אירע שטעט ארום זענען רוב איינוואינער געווען חסידים פון רבי אהרן וואס איז געשטעלט געווארן דורך זיין טאטן בחייו אלץ זיין ממלא מקום. [און אזוי ווייטער ביזן לעצטן צאנזער רב רבי מרדכי זאב]. אדער ביי רבי יצחק טוביה ראבין, איידעם פון צאנזער רב, וואס ער האט איבער גענומען די שטוב און בית המדרש (נישט די שטאטישע, נאר די חסידישע) פון זיין שווער, דעם צאנזער רב. און אזוי איז דער צאנזער הויף געוואקסען מיט טויזנטער חסידים ביז דער מלחמה וואס דאן האט זיך געציילט אין שטאט צאנז גופא קרוב צו צוויי טויזנט חסידים. אויך אין די שפעטערע דורות האבן זיך די הויפן ווייטער צעשפרייט אויף צענדליגע רעביסטעוועס.
דער צאנזער בוים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי חיים האלבערשטאם זצ"ל (ה'תקנ"ז - כ"ה ניסן ה'תרל"ו), רב אין צאנז, דער דברי חיים.
(די קינדער פון ערשטען ווייב מרת רחל פייגא (ה'תק"ס (אומגעפער) - כ' ניסן ה'תר"ה), א טאכטער פון רבי ברוך תאומים-פרענקל, דער ברוך טעם).
- רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם (כ' שבט ה'תקע"ו – ו' טבת ה'תרנ"ט), דער שינאווער רב, דער דברי יחזקאל.
- רבי דוד האלבערשטאם (ה'תקע"ח - כ"ה אלול ה'תרנ"ג) דער קשאנאווער רב.
- רבי מאיר נתן האלבערשטאם (ה'תקפ"ה – ט"ו מנחם אב ה'תרט"ו), דער פאטער פון ערשטען באבאווער רב.
- רבי אהרן האלבערשטאם (ה'תקפ"ו – ר"ח מנחם אב ה'תרס"ג), דער צאנזער רב באקאנט אלס דער קרייזער רב.
- רבי ברוך האלבערשטאם (ה'תקפ"ט – א' אדר ה'תרס"ו), דער גארליצער רב.
- מרת מרים ( - ד' חשוון ה'תרנ"ט), די ווייב פון רבי משה אונגאר (ה'תק"ף (אומגעפער) – י"ח תשרי ה'תרנ"ח) פון צאנז.
- מרת רייצא ( - כ"ה תמוז ה'תרע"ח), די ווייב פון רבי מרדכי דוב טווערסקי (ה'ת"ר – כ"ב אלול ה'תרס"ג), דער הארניסטייפלער רב.
- מרת יוטא, די ווייב פון רבי אליעזר ירוחם באראן (ה'תק"ץ (אומגעפער) - ג' ניסן ה'תרמ"ה) פון קראקא.
(די קינדער פון דריטן ווייב מרת רעכיל דבורה א טאכטער פון רבי יחיאל צבי הירש אונגאר פון טארנא).
- מרת נחמה ( - כ"א סיון ה'תרצ"ד), די ווייב פון רבי יצחק טוביה רובין (י"ג תמוז ה'תרי"ח - ט"ו תמוז ה'תרפ"ז), פון צאנז.
- מרת טילא ( - י"ט כסליו ה'תרנ"ה), די ווייב פון רבי אהרן הורוויץ (ה'תר"י - י"ב אדר א' ה'תרפ"ז), דער בייטשער רב.
- אריה לייבוש האלבערשטאם
- רבי שלום אליעזר האלבערשטאם הי"ד (ה'תרכ"ב – ט"ז סיון ה'תש"ד), דער ראצפערטער רב.
- רבי יצחק ישעיה האלבערשטאם הי"ד (ה'תרכ"ד – ה'תש"ג), דער טשחויווער רב.
- מרת פראדיל (- ד' אייר ה'תרע"ג), די ווייב פון רבי אלעזר ראזענפעלד (י' ניסן ה'תרכ"ב - ז' מנחם אב ה'תש"ג), רבי אלעזר'ל אושפצינער.
- מרת גיטשא, די ווייב פון רבי בצלאל יהושע מאשקאוויטש (ה'ת"ר (אומגעפער) - ה' תמוז ה'תרע"ה).
שינאווער צווייג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- זעט דעם הויפּט אַרטיקל – שינאווא (הויף)
רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם זצ"ל (כ' שבט ה'תקע"ו – ו' טבת ה'תרנ"ט), דער שינאוואער רב.
(די קינדער פון ערשטען ווייב מרת טאבע ( - ה'תקצ"ט), א טאכטער פון רבי אריה לייביש ליפשיץ , רב אין ווישניצא, דער אריה דבי עילאי).
- מרת דרעזיל, די ווייב פון רבי פנחס תאומים-פרענקל (ה'ת"ר (אומגעפער) - ה'תרל"ט), רב אין בוקאווסק און ציעשינאוו.
- רבי נפתלי האלבערשטאם זצ"ל (י"ד חשוון ה'תקצ"ח - כ"א כסליו ה'תרכ"ד).
(די קינדער פון צווייטן ווייב מרת דבורה ( - ה'תר"ד (אומגעפער) ), א טאכטער פון רבי מרדכי זילברשטיין, רב פון האלאשיץ, אן איידעם פון זיין ערשטען שווער דער אריה דבי עילאי).
- מרת חיה שרה, די ווייב פון רבי אלעזר בינדיגער (ה'ת"ר (אומגעפער) - ה'תר"ם (אומגעפער) ) פון שינאווא.
- רבי משה האלבערשטאם (ט' מנחם אב ה'תר"ב – י"ב חשוון ה'תרע"ט), רב אין שינאווא און צאנז), רבי משה'לי שינאווער.
(די קינדער פון פערטען ווייב מרת חנה רחל א טאכטער פון רבי צבי הירש רומערז רב אין לעשנוב, א ברודער פון מרת מלכה די ווייב פון דעם שר שלום פון בעלזא.
- מרת מרים מלכה, ( - הושענא רבה ה'תר"ס), די ווייב פון רבי נפתלי רובין (ה'תרכ"א - י"ג ניסן ה'תרח"ץ), רב אין ווישניצא.
- מרת פייגא ביילא, די ווייב פון רבי מנחם מענדל האלבערשטאם (ה'תרכ"ד - כ"א אדר ה'תרפ"ו), רב אין פריסטיק און דוקלא
- רבי אברהם שלום האלבערשטאם הי"ד (ה'תרט"ז (אומגעפער) - ו' סיון ה'ת"ש), רב אין סטראפקאוו.
- רבי אריה לייביש האלבערשטאם (ה'תר"ך (אומגעפער) - ג' תמוז ה'תר"ץ), פון טארנא.
- רבי שמחה ישכר בער האלבערשטאם (אב ה'תרכ"ט - כ' טבת ה'תרע"ד), רב אין ציעשינאוו.
קשאנאווער צווייג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- זעט דעם הויפּט אַרטיקל – קשאנאוו (הויף)
- רבי דוד האלבערשטאם זצ"ל (ה'תקע"ח - ה'תרנ"ג) קשאנאווער רב.
- רבי יוסף זאב האלבערשטאם זצ"ל (ה'תקצ"ז - כ"ג אלול ה'תרכ"ב) פון קשאנאוו.
- רבי אריה לייביש האלבערשטאם זצ"ל (ה'תקצ"ח - אדר א' ה'תרס"ח), דוקלער רב.
- רבי משה האלבערשטאם זצ"ל (ה'ת"ר - ה' אדר ה'תרע"ה), רב אין קשאנאוו.
- רבי נפתלי האלבערשטאם זצ"ל (ה'תר"י - כ"ט תמוז ה'תרפ"ג), רב אין קשאנאוו
באבאווער צווייג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- זעט דעם הויפּט אַרטיקל – באבוב (הויף)
- רבי מאיר נתן האלבערשטאם זצ"ל (ה'תקפ"ה – ט"ו מנחם אב ה'תרט"ו). דער פאטער פון דעם ערשטען באבאווער רב.
- די ווייב בזיווג ראשון פון רבי נפתלי הורוויץ (ד' טבת ה'תר"ה – י"ח תשרי ה'תרע"ו), רב אין מעליץ.
- מרת שפרינצא, די ווייב פון רבי חיים אליעזר אונגאר רב אין ראדליב, א זון פון רבי יעקב יצחק אונגאר, פון זשאבנא.
- רבי מאיר אונגאר הי"ד.
- רבי יוסף יהודה אונגאר הי"ד.
- מרת שפרינצא, די ווייב פון רבי חיים אליעזר אונגאר רב אין ראדליב, א זון פון רבי יעקב יצחק אונגאר, פון זשאבנא.
- די ווייב בזיווג ראשון פון רבי נפתלי הורוויץ (ד' טבת ה'תר"ה – י"ח תשרי ה'תרע"ו), רב אין מעליץ.
- רבי שלמה האלבערשטאם זצ"ל (ה'תר"ז - א' תמוז ה'תרס"ה), דער ערשטער באבובער רב.
- רבי בן-ציון האלבערשטאם הי"ד (י' אייר ה'תרל"ד - ד' מנחם אב ה'תש"א), דער צווייטער באבובער רב.
- מרת חיה שיינדל די ווייב פון רבי חיים יעקב טייטלבוים רב אין לימנוב.
- רבי שלמה האלבערשטאם זצ"ל (ה'תר"ז - א' תמוז ה'תרס"ה), דער ערשטער באבובער רב.
קרייז - צאנז צווייג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- רבי אהרן האלבערשטאם זצ"ל (ה'תקפ"ו – ר"ח מנחם אב ה'תרס"ג), דער קרייזער רב.
- מרת רחל פייגא, די ווייב פון רבי משה האלבערשטאם (ה'תר"ט - כ' תשרי ה'תרס"ד), רב אין בארדיאוו. זעה דעם בארדיאווער צווייג פון דעם גארליצער בוים
- רבי שמואל שמעלקי האלבערשטאם ( - ט' טבת ה'תרס"ג) פון דוקלא.
- רבי אריה לייביש האלבערשטאם זצ"ל (ה'תרי"ב - כ"א אדר א ה'תרצ"ג), רב און צאנז.
- רבי מרדכי זאב האלבערשטאם הי"ד (ה'תרמ"ב - כ"ו סיון ה'תש"ב), רב און צאנז.
- רבי ברוך האלבערשטאם הי"ד (ה'תרס"ג (אומגעפעהר) - ג' תשרי ה'תש"ג), רב אין גריבאוו.
- רבי נפתלי האלבערשטאם צאנז - גריבאווער רבי אין ניו יארק.
- רבי ברוך האלבערשטאם מנהל הכנסת אורכים ברוקלין, רבי מרדכי זאב האלבערשטאם רב פון צאנז קרעניץ, רבי מנחם צבי רב פון קהל בני תורה צאנז, רבי סיני האלבערשטאם, רבי אשר האלבערשטאם, רבי חיים מאיר האלבערשטאם, רבי אהרן רב פון צאנז קרייז ומנהל דרכי חיים, רבי קלונימוס קלמן האלבערשטאם מנהל ישיבה לצערים סאטמאר, רבי ארי' ליבוש האלבערשטאם ר"ם בישיבה באבוב 45
- מרת טויבע די ווייב פון רבי אברהם יהושע העשיל טווערסקי מאלינער רבי אין שיקאגא.
- ר' ברוך אריה לייביש טווערסקי. יוסף טווערסקי. רוחמה. דבורה.
- מרת רעכיל די ווייב פון רבי שמחה פעלזונבורג אן אייניקל פון חתם סופר.
- ברוך פעלזונבורג . נטע ניסן אברהם פעלזונבורג .
- רבי חיים אהרן האלבערשטאם
- ברוך האלבערשטאם. אברהם האלבערשטאם. אריה לייביש האלבערשטאם. דוד האלבערשטאם. מרדכי זאב האלבערשטאם. רחל דבורה.
- די ווייב פון רבי דוד הורוויץ א זון פון רבי אליעזר הורוויץ רב אין גראדזיסק.
- רבי ברוך האלבערשטאם הי"ד (ה'תרס"ג (אומגעפעהר) - ג' תשרי ה'תש"ג), רב אין גריבאוו.
- רבי משה האלבערשטאם הי"ד.
- רבי אפרים האלבערשטאם הי"ד.
- רבי צבי הירש האלבערשטאם הי"ד.
- רבי פנחס שמעיה האלבערשטאם .
- די ווייב פון רבי אברהם חיים טייטלבוים פון קרעניץ
- די ווייב פון רבי אביגדור צבי האלבערשטאם פון אלט-צאנז און בארדיאוו
- מרת חיה (חייטשע), די ווייב פון רבי ישראל אונגאר, א זון פון רבי שלום דוד אונגאר פון זשאבנא
- רבי מרדכי זאב האלבערשטאם הי"ד (ה'תרמ"ב - כ"ו סיון ה'תש"ב), רב און צאנז.
- רבי שלום האלבערשטאם ( - ה'תרצ"ד), רב אין פיעקלא (איידעם ביים אמרי נועם פון דזשיקאוו)
- מרת בת-שבע די ווייב פון רבי ברוך קאנער, א זון פון רבי יעקב שמשון קאנער.
גארליצער צווייג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- זעט דעם הויפּט אַרטיקל – גארליץ (הויף)
- רבי ברוך האלבערשטאם זצ"ל (ה'תקפ"ט – א' אדר ה'תרס"ו), דער גארליצער רב.
- רבי משה האלבערשטאם זצ"ל (ה'תר"ט - כ' תשרי ה'תרס"ד), בארדיאווער רב.
- רבי צבי הירש האלבערשטאם זצ"ל (ה'תר"י - ט"ו מנחם אב ה'תרע"ח), רב אין רודניק.
- רבי שלום האלבערשטאם זצ"ל (ה'תרט"ו - ה'תש"ב), ניסקא'ער רב
- רבי אלישע האלבערשטאם זצ"ל (ה'תר"ך - י"ט תשרי ה'תש"א), גארליצער רב.
- רבי סיני האלבערשטאם זצ"ל (ה'תר"ל - כ"ו תמוז ה'תש"א), זשמיגראדער רב
- מרת חנה (ה'תרי"ג (אומגעפער) - כ"ט טבת ה'תרצ"ב), האט געהייראט הרב משה יהודה ליב שפירא (ה'תרי"ג - ב' חשוון ה'תרע"ז), רב אין בייטש, סאסוב, און סטריזשעוו.
- מרת יוכבד רבקה, האט געהייראט הרב אריה לייביש טייטלבוים (ה'ת"ר - י"ז אלול ה'תרפ"ג), רב אין קרעשוב און רודניק.
- מרת רייזל (נפ׳ ה'תרצ"ו), האט געהייראט בזיווג ראשון [b] הרב משה אייכנשטיין, א זון פון הרב סענדיר ליפא אייכנשטיין רב אין זידיטשוב. בזיווג שני האט זי געהייראט הרב פנחס חאדאראוו, רב אין זעביא.[c] בזיווג שלישי האט זי געהייראט רבי יהודה אריה לייב אלטער דעם ״שפת אמת״.
ראצפערט צווייג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- זעט דעם הויפּט אַרטיקל – ראצפערט (הויף)
- רבי שלום אליעזר האלבערשטאם הי"ד (ה'תרכ"ב – ט"ז סיון ה'תש"ד), דער ראצפערטער רב.
- רבי חיים האלבערשטאם (ה'תרמ"ב - י"ט כסלו ה'תש"ב), רב אין סאטמאר.
- רבי אלטער מאיר דוד האלבערשטאם הי"ד, דיין אין סאטמאר, אן איידעם פון רבי יוסף פאנעט, רב אין אלינדא און דעעש.
- רבי מרדכי האלבערשטאם הי"ד, רב אין טיסא-ליק.
- מרת דבורה הי"ד.
- רבי יעקב יצחק האלבערשטאם הי"ד, פון סאטמאר.
- די ווייב פון רבי אברהם נפתלי האלבערשטאם א זון פון רבי מנחם מענדל האלבערשטאם, רב אין סטראפקאוו.
- רבי משולם זושא יצחק האלבערשטאם (ה'תרמ"ד – כ"ג אייר ה'תש"ד), פון ראצפערט.
- רבי חיים האלבערשטאם (ה'תרמ"ב - י"ט כסלו ה'תש"ב), רב אין סאטמאר.
- מרת חנה, בזיווג ראשון, די ווייב פון אן אייניקל פון טריסקער מגיד. בזיווג שני די ווייב פון רבי מנחם מענדל ראזענפעלד, א זון פון הרב שלום ראזענפעלד (דער צווייטער), רב אין קאמינקא.
- מרת סימא ברכה, די ווייב פון רבי חיים צבי טייטלבוים, דער סיגוטער רב.
- מרת חיה פראדל, די ווייב פון רבי בן-ציון האלבערשטאם, דער באבאווער רב.
- מרת אדל, בזיווג ראשון די ווייב פון, רבי חיים מאשקאוויטש, א זון פון הרב בצלאל יהושע מאשקאוויטש, פון גלינא. בזיווג שני די ווייב פון רבי ישראל צבי רויטנבערג, דער קאסאנער רבי.
טשחויווער צווייג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- רבי יצחק ישעיה האלבערשטאם, דער טשחויווער רב, הי"ד
- מרת רעכיל דבורה, זי האט געהייראט רבי חיים יצחק טווערסקי, אן אייניקל פון רבי אהרן טווערסקי פון טשערנאבל.
- רבי חיים האלבערשטאם (ה'תרמ"ב -ה'תשט"ז), טשחויווער רבי אין אמעריקא.
- מרת הענא, זי האט געהייראט רבי מנחם מענדל האלבערשטאם הי"ד, א זון פון רבי אריה לייביש האלבערשטאם פון מאשינא.
- רבי יעקב צבי האלבערשטאם הי"ד (ה'תרנ"ו – ה'תש"ג), רב אין סוכא, אן איידעם פון זיין פעטער הרב אלעזר ראזענפעלד פון אשפעצין.
- רבי חיים האלבערשטאם הי"ד.
- מרת דבורה.
- מרת סימא.
- רבי ברוך האלבערשטאם הי"ד.
- רבי אשר האלבערשטאם.
- רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם הי"ד (ה'תרס"ה - ד' אב ה'תש"א), פון קראקא, אן איידעם פון רבי בן ציון האלבערשטאם רב אין באבאוו.
צאנז-קלויזנבורג צווייג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- זעט דעם הויפּט אַרטיקל – קלויזענבורג
- רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם, קלויזענבורעגער רב, זון פון רבי צבי הירש פון רודניק
- רבי צבי אלימלך האלבערשטאם, צאנז־קלויזענבורעגער רבי אין קרית צאנז, נתניה, ארץ ישראל
- רבי שמואל דוד האלבערשטאם, צאנז־קלויזענבורעגער רבי אין בארא פארק, ברוקלין, ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן
- רבי שלמה גאלדמאן, צאנז־זוועהילער רבי אין יוניאן סיטי, ניו דזשערסי, פאראייניגטע שטאטן
הערות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ זיין דריטער זון רבי מאיר נתן איז נפטר געווארן ביי זיין לעבן אין יאר תרט"ו אלט 31, און האט איבערגעלאזט א זון און א טאכטער. זיין זון איז געווען רבי שלמה אבי חסידות באבוב, זיין טאכטער איז געווען די ווייב פון רבי נפתלי פון מעליץ. רבי נפתלי היה קרוב משפחתה בהיות רבי מאיר נתן חתנו של רבי אליעזר פון דזשיקאוו, עלטער פעטער רבי נפתלי.
- ↑ אין יאר ה'תרל"ח אין רודניק
- ↑ א זון פון יהושע אלעזר חאדאראוו, אן איידעם פון הרב חיים האגער פון קאסאוו. רבי פנחס איז נפטר געווארן כ"ח שבט, און ליגט אין גארליץ.
חסידישע הויפן | ||
---|---|---|
אוקראינע: | ||
פוילן: | ||
מזרח-גאליציע: | ||
מערב-גאליציע: | ||
וואלין: | ||
ליטע/רייסן: | ||
רומעניע: | ||
אונגארן: | ||
אמעריקע: | ||
ירושלים: | ||
אנדערע: |