פנחס תאומים-פרענקל
רבי פנחס תאומים-פרענקל זצ"ל (ה'ת"ר - ה'תרל"ד), רב אין בוקאווסק און ציעשינאוו
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי פנחס איז געבוירן אין יאר ה'ת"ר (אומגעפער), אן איינציגער זון (בן יחיד) צו זיין פאטער הרב דוב בעריש תאומים-פרענקל, רב קניעניטש און ציעשינאוו, א זון פון הרב יהושע העשיל תאומים-פרענקל פון קאמארנא, א זון הרב ברוך תאומים-פרענקל דער ברוך טעם. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הנגיד הרב יונה תאומים-פרענקל פון יעראסלאוו, א זון פון הרב אהרן אריה יהודה לייביש תאומים-פרענקל פון זאוויכוואסט, א ברודער פון ברוך טעם.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי פנחס איז געווען רב אין בוקאווסק, אין יאר ה'תרכ"ט איז ער אויפגענומען געווארן רב אין ציעשינאוו אויף זיין פאטער'ס ארט.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי פנחס איז נפטר געווארן זייער יונג, אין יאר ה'תרל"ד[1].
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי פנחס האט געהייראט מרת דרעזיל א טאכטער פון הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם דער שינאווער רב. זייערע קינדער:
- הרב שמואל שמעלקא עזריאל תאומים-פרענקל (ה'תרכ"ז [2] - כ"ב חשוון ה'תרצ"ד), רב אין קלאסנא-וויעליטשקא.
- הרב יהושע העשיל תאומים-פרענקל ( - ה'תרנ"ד), רב אין ספקאוו.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר