ברוך תאומים-פרענקל
געבורט | 1760 |
---|---|
טויט | 1828 (אלט 68 בערך) |
פאך | רב |
רבי ברוך תאומים-פרענקל (ה'תק"ך - ז' תמוז ה'תקפ"ח) באקאנט אלס "דער לייפניקער רב", דער ברוך טעם.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ברוך איז געבוירן אין אסטראווצע אין יאר ה'תק"ך צו זיין פאטער הרב יהושע חזקיה יחזקאל פייוויל תאומים-פרענקל. רב אין אסטראווצע, א זון פון הרב יוסף, רב אין אסטראווצע.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ברוך איז געווען רב ווישניצא דריי און צוואנציג יאר פון ה'תקל"ח. נאכהער אין יאר ה'תק"ס איז ער געווארן רב אין לייפניק ביז ער איז נפטר געווארן.[1]
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ברוך איז נפטר געווארן ז' תמוז ה'תקפ"ח.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאר תקל"ח, ביים עלטער פון אכצן יאר, האט רבי ברוך געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון ר' יהודה פרנס, ראש הקהל פון ווישניצא, א זון פון הרב ברוך פרנס, אן איידעם פון הרב יצחק סג"ל לאנדא, רב אין קראקא. בזיווג שני האט רבי ברוך געהייראט א טאכטער פון הרב יהודה לייב הלוי פון ליסא; זי איז נפטר געווארן אין תקס"ט. בזיווג שלישי האט רבי ברוך געהייראט די אלמנה פון הרב משה הכהן ראפאפארט, א טאכטער פון הרב צבי יהושע הלוי הורוויץ רב אין טריביטש און טארנא, זון פונעם רבי'ן ר' שמעלקא. זיינע קינדער:
- הרב יהושע העשיל תאומים-פרענקל (ה'תק"ם - ה' תמוז ה'תר"ג) פון קאמארנא.
- הרב יוסף תאומים-פרענקל פון פלאנסק.
- מרת רחל פייגא (געב' תקנ"ז בערך), די ווייב בזיווג ראשון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב.
- די ווייב בזיווג שני פון הרב חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב.
- די ווייב פון הרב מנחם מאניש תאומים-פרענקל.
- מרת יוכבד רבקה (תקס"ה - תקצ"ד בערך) די ווייב פון הרב מאיר יחיאל הלוי קאמינער, אן אייניקל פונעם מגן אברהם
- מרת חיה די ווייב פון הרב ישעיה שיף פון זאמאשטש
- מרת גיטל די ווייב פון הרב שלמה זלמן גאלדשטאף פון קראקא.
זיינע ספרים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ברוך טעם - זעקס סוגיות
- מרגניתא דר"ב, מרגניתא דר"ב השלם - על התורה
- ברוך שאמר - חדושי הש"ס
- חדושי ברוך טעם - חדושי הש"ס
- דרושי ברוך טעם
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אונציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- נפתלי אהרן וועקשטיין, ויתילדו, 79
- ↑ לייבל לעווין, גזע פאר, טאבעלע 24
- ↑ שער בלאט פון "עטרת חכמים"