װיקיפּעדיע:יתום
א יתום איז אן ארטיקל מיט ווייניג אדער קיין לינקען פון אנדערע בלעטער. מ'קען טאקע טרעפן די בלעטער ווען מען זוכט וויקיפעדיע, אבער בעסער איז אז מ'קען דערגרייכן א בלאט דורך לינקען פון אנדערע בלעטער וואס האבן א שייכות מיט אים. דאס העלפט צו בויען דעם וועב.
וואס הייסט א יתום?
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]א בלאט איז א יתום ווען ער האט נישט קיין לינקען צו אים, אדער אלע לינקען זענען נאר פון
- באדייטן בלעטער
- ווייטערפירן בלעטער
- שמועס בלעטער
- בלעטער נישט אינעם הויפט נאמענטייל
איין אויסנאם איז באדייטן בלעטער, וואס דווקא זאלן יא זיין פאר'יתומט.
וויאזוי דערגייט מען אז אן ארטיקל איז א יתום?
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וויאזוי דערגייט מען אז אן ארטיקל איז א יתום? גאנץ פשוט: אין דער געצייג ליסטע אויף דער רעכטער זייט פון יעדן בלאט קליקט מען אויף "וואָס פֿאַרבינדט אַהער?". וועט עפֿענען פֿאר אייך א בלאט וואס ווייזט א רשימה פון בלעטער וואס פֿארבינדן צום ארטיקל. ארטיקלען וואס זענען רשימות (למשל דאַטעס), באַדייטן בלעטער און בלעטער נישט אינעם הויפט נאַמענטייל (למשל באניצער בלעטער אדער רעדן בלעטער), טוט מען נישט רעכענען פאר דעם צוועק.