צבי אלימלך האלבערשטאם

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
צאנזער רבי שליט"א

רבי צבי אלימלך האלבערשטאם (געב' תשי"ב) איז דער צאנזער רבי פון ארץ ישראל אין "קרית צאנז", נתניה. ער איז "נשיא" פון די מוסדות התורה והחינוך פון "צאנז", צווישן זיי דער לאניאדא שפיטאל און דאס גרויסע "מפעל הש"ס העולמי", און א פאר ישיבות אין קהילות אין אלע שטעט אין ארץ ישראל, אין אויך די קהילות "שפע חיים" אין אמעריקע, אויפן נאמען פונעם צאנז-קלויזנבורגער רבי זי"ע. אויך האט ער קהילות אין ענגלאנד און אין אנטווערפן.

זיין חסידות ציילט נאנט צו צווי און אהאלב טויזנט ראשי משפחות.[פֿעלט אַ מקור]

ער איז זייער א בעגאבטער מענטש מיט א הדרת פנים, און א רעספעקטירטערער פערזאן, ער זאגט כסדר פשעטלעך וואו ער ווייזט גרויס בקיאות, חריפות, און גאונות אין חסידות, השקפה, הלכה און תלמוד.

משפחה[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

רבי צבי אלימלך האט געהייראט מרת חיה שרה, א טאכטער פון רבי שמואל אונסדארפער. זייערע קינדער זענען:

  • רבי יחזקאל שרגא ברוך - דער רב הצעיר פון קרית צאנז, האט געהייראט מרת מינדל צירל , די טאכטער פון זיין פעטער יצחק אריה לייבוש היילפרין (זון פון רבי אלחנן היילפרין און איידעם ביי רבי שמואל אונסדארפער).
    • רבי חיים משה, איידעם פון ר' נחמן בידערמאן
    • רבי יקותיאל יהודה, האט חתונה געהאט מיט מלכה יוטא רחל, טאכטער פון זיין פעטער ר' פישל מוטצען
  • רבי יוסף משה דוב - פירער פונעם נעצווערק פון צאנזער ישיבות, האט געהייראט מרת שרה לאה, די טאכטער פון זיין פעטער הרב אשר אנשיל לעמבערגר פון מאקאווא אלעד-נתניה (איידעם ביי רבי שמואל אונסדארפער).
    • טאכטער , מרת רחל פייגא , די ווייב פון ר' משה נתן נטע היילפרין, זון פון ר' יעקב היילפרין (איידעם פון ר' מנחם מענדל לעמבערגער פון מאקאווא ירושלים), זון פון ר' יצחק אריה לייביש היילפרין (איידעם פון ר' שמואל אונסדראפער), זון פון ר' אלחנן היילפרין
    • ר' יקותיאל יהודה, האט געהייראט מרת חנה רייזל , די טאכטער פון ר' איתמר ראזנבוים, רב פון קרעטשניף אין בני ברק, זון פון קרעטשניפער רבי פון רחובות און איידעם פון ר' נפתלי ראובן קארנרייך, קאסאווער רבי פון תל ציון
    • זון, ר׳ מאיר נתן נטע , האט געהייראט מרת פערל מירל בריינא , א טאכטער פון ר' אפרים אהרן לעמבערגער, זון פון ר' אברהם יחיאל פון מאקווא בני ברק און איידעם פון רבי שמואל יעקב קאהן, דער תולדות אברהם יצחק רבי.
  • רבי אברהם - ראש פון די צאנזער יונגעלייט חבורות און משפיע אין דער ישיבה קטנה אין קרית צאנז, נתניה. ער האט געהייראט מרת נחמה אסתר , א טאכטער פון רבי אברהם שלום ישכר ליפשיץ-האלבערשטאם פון סטראפקאוו.
  • רבי מאיר משולם, האט געהייראט מרת ברכה, טאכטער פון זיין פעטער הרב יעקב אליהו אונסדארפער.‏[1]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]