לדלג לתוכן

העברעאיש

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון העברעיש)
טאוול אויף העברעאיש פון די ה'ר' יארן אין דער קארדאבער שול

העברעאיש (עברית) איז אַ סעמיטישע שפּראַך. מען שרייבט העברעאיש מיט די 22 אותיות פונעם אלף בית לשון קודש. די יידן אינעם מדבר און אין ארץ ישראל ביזן חורבן פונעם ערשטן בית המקדש האבן גערעדט לשון קודש. ווען בבל האט באזיגט ארץ ישראל און געפירט די יידן אין גלות אין בבל האבן די יידן אויפגעהערט רעדן לשון קודש און זיי האבן גערעדט אראמיש.

דאָס מאָדערנע העברעאיִש (עברית ישראלית) איז דאס וואס מיר רופן לשון קודש און פֿאַרצײַטישן אַראַמיש, מיט אַנטלײַונגען פֿון נישט־סעמיטישע שפּראַכן און עטלעכע ענדערונגען אין גראַמאַטיק. דאָס העברעיִש איז איבער געפרישט געװאָרן װי אַ רײדשפּראַך אינעם סוף פֿון 19טן יאָרהונדערט ביז אָנהײב פֿונעם 20טן יאָרהונדערט דורך אליעזר בן יהודה. די אָפֿיציעלע הברה איז באַזירט אױף די וואקאלן פון דער ספרדישער טראַדיציע.

לויט די לינגוויסטן, געהערט העברעאיש צו דער כנענישער גרופע שפראכן, וואס זיי זענען א צווייג פון דער צפון־מערבדיקער פאמיליע פון סעמיטשע שפראכן.[1]

לויט אברהם בן-יוסף, האט העברעאיש געבליעט ווי א רעדן־שפראך אין מלכות ישראל און מלכות יהודה פון 1200 פאר דער ציווילער רעכענונג (יאר ב׳ת״ר בערך) ביזן חורבן פונעם ערשטן בית המקדש.[2] אין גלות בבל ווייסט מען נישט וויפיל מען האט גערעדט העבעראיש, אזוי ווי די הויפט שפראך דארט איז געווען אלטע אראמיש. שפעטער, נאכן חורבן פונעם צווייטן בית המקדש האט כמעט קיינער נישט גערעדט העברעאיש, אויבוואויל מען האט ווייטער געשריבן ספרי קודש אין לשון קודש. אינעם 19סטן יארהונדערט האט ווידעראמאל אויפגעבליעט דאס רעדן העברעאיש.

העברעאיש ניצט אותיות פאר, נאך און אינמיטן א ווארט. פאר א ווארט קען קומען ה־ (דער), ו־ (און), כ־ (ווי) און די פרעפאזיציעס ב־ (אין), ל־ (צו) און מ־ (פון).

תקופות פון דער שפראך

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די העברעאישע שפראך באשטייט פון פיר גרונד-תקופות:

  1. עברית מקראית (אויף יידיש: לשון קודש) - די ערשטע העברעאישע דיאלעקט וואס מיר קענען, איז לשון התנ"ך. גערעדט אין ארץ ישראל פון ב'תק"ס ביז ג'ק"ס.
  2. לשון חז"ל - דער דיאלעקט האט מען גענוצט צווישן דער ערשטער יארהונדערט צום פינפטן יארהונדערט (לויט די קריסטלעכע צייט-רעכנונג). דער אונטערשייד צווישן זיי, ווערט שוין געבריינגט פון די חז"ל: "לשון תורה לעצמה, לשון חכמים לעצמה" (עבודה זרה נ"ח:). לשון חז"ל איז געווירקט געווארן פון אנדערע שפראכן, איבער הויפט פון אראמיש. אין די צייטן פון די תנאים פון דער משנה און דער ברייתא האט מען גערעדט העברעאיש, אבער נאכהער ווייזט אויס אז די הויפט שפראך איז געווארן אראמיש וואס מען זעט אין דעם תלמוד. טראץ דעם איז א טייל פון דער גמרא געשריבן אויף העברעאיש און אויך אין שפעטערע תקופות האט מען געשריבן אויף לשון קודש.
  3. מיטל עלטער - אין דער דאזיקער תקופה האט מען נישט גערעדט העברעאיש אלס מאמע לשון, אבער מען האט איר גענוצט צו שרייבן דיכטונגען און ליטעראטור. ווי רבי אלעזר הקליר, ר' סעדיה גאון, רש"י, אבן עזרא א.א.וו. גענוצט פון יאר ג'שס"ו ביז ה'ס"ו.
  4. מאדערנע העברעאיש ("ישראליש") - די אויפלעבונג פון דער העברעאישער שפראך נאך וואס מען האט זי נישט גערעדט זינט דעם צווייטן יארהונדערט האט געגרינדעט אליעזר בן יהודה אין יאר תר"ם.
    די נייע העברעאיש איז געמישט פון אלערליי תקופות פון דער העברעאישער שפראך, און היינט ווערט זי אויך געווירקט פון דער ענגלישער שפראך. לויט א געזעץ אין ישראל איז די אקאדעמיע פאר דער העברעאישער שפראך פאראנטווארטלעך אויפן אויסלייג פון ווערטער אין העברעאיש און שאפט נייע ווערטער. מאדערנער העברעאיש איז די אפיציעלע שפראך פון ישראל. דער לינגוויסט גלעד צוקערמאן טענה׳ט אז "ישראליש" איז אן אייראַזישע פילשיכטיקע שמעלצשפראך, איינצייטיק סעמיטיש און אייראפעאיש. ער טענה׳ט אז ישראליש נעמט אריין דאס העברעאיש אבער אויך מאמע-לשון (יידיש) פלוס אנדערע שפראכן.[3]

א דיכטונג פון אלעזר הקאליר פֿון דעם מיטל־אַלטער אויף פורים:

אָץ קוֹצֵץ בֶּן קוֹצֵץ / קְצוּצַי לְקַצֵּץ
בְּדִבּוּר מְפוֹצֵץ / רְצוּצַי לְרַצֵּץ
לֵץ בְּבוֹא לְלוֹצֵץ / פֻּלַּץ וְנִתְלוֹצֵץ
כְּעָץ מְחַצְּצִים לְחַצֵּץ / כְּנֵץ עַל צִפּוֹר לְנַצֵּץ

לינגוויסטיש איז העברעאיש א שפראך וואס געהערט צו די צפון־מערב סעמיטישע שפראכן, און איז דער דיאלעקט וואס די איינוואוינער פון ארץ ישראל האבן גערעדט אין דער צייט פון תנ״ך, בערך צווישן די יארן פון ב'תק"ס ביז ג'ק"ס (1200 פאר דער ציווילער רעכענונג ביז 600 פאר דער ציווילער רעכענונג). דער שטח פון ארץ ווערט גערופן אין תנ״ך ארץ כנען, וואס שליסט איין די היינטיקע לענדער פון ארץ ישראל, לבנון, סיריע און יארדאניע. אין יענע יארן האבן די כנענים אין לבנון גערעדט די פעניקישע שפראך, וואס איז א ביסל ענלעך צו העברעאיש.

כמעט דער גאנצער תנ״ך (אחוץ טיילן פון דניאל און עזרא), ווי אויך די משנה און רוב פון די ספרים חיצוניים און די באהאלטענע מגילות, זענען געשריבן אין לשון קודש. די שפראך האט זיך געענדערט במשך די יארן, און מען דערקענען די אונטערשייד צווישן לשון קודש אין תנ״ך און לשון חז״ל געניצט אין דער משנה.

א פאר הונדערט יאר נאכן חורבן בית המקדש (אין 3טן יארהונדערט) האבן רוב יידן אויפגעהערט רעדן העברעאיש אין טאג-טעגלעכן לעבן. די גמרא, סיי תלמוד ירושלמי און סיי תלמוד בבלי זענען געשריבן אויף אראמיש. טייל יידן האבן דאך ווייטער גערעדט העברעאיש; ביי די בעלי מסורה אין טבריה אינעם 8טן יארהונדערט איז זייער שפראך געווען לשון קודש.

אויך ווען מען האט אויפגעהערט רעדן העברעאיש איז די שפראך נאכאלץ געבליבן די הויפט שפראך פון שרייבן ביי יידן, בעיקר אין הלכה ענינים, למשל שרייבן די פראטאקאלן פון בתי דינים, זאמלונגען פון הלכות, פירושים אויף כתבי קודש און נאך. אפטמאל האבן יידן געשריבן בריוו און קאנטראקטן אין העבעראיש. אבער, אזוי ווי ווייבער האבן נישט געלערנט לשון־קודש (וואס מענער האבן יא געלערנט), ספרים פאר ווייבער האט מען געשריבן אין דער שפראך וואס די פרויען האבן פארשטאנען, ד״ה אין די אשכנזישע קהילות יידיש (למשל די צאינה וראינה), אין די ספרדישע קהילות אויף לאדינא, און אין די אראבישע לענדער אין יידיש־אראביש.

אנדערע ספרים וואס זענען נישט הלכה ספרים האט מען אויך טיילמאל געשריבן אין זשארגאן. דער רמב״ם האט געשריבן זיין הלכה ספר משנה תורה אויף לשון־קודש, אבער דעם מורה נבוכים און דעם פירוש המשניות אין יידיש־אראביש. שפעטער האט מען פארטייטשט זיינע אראבישע ספרים אויף לשון־קודש. די איבן תיבון משפחה איז געווען באקאנט פאר עוסק זיין אין דער ארבעט.

שטאפלען אין דער שפראך

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עס זיינען דא פיר סארטן שטאפלען אין דער שפראך:

  1. מליצית - דאס איז גאר א הויכע העברעאיש וואס שטאמט פון די גאר אלטע העברעאיש פון תנ"ך'ס צייטן. מען נוצט איר נאר ביים שרייבן ליטעראטור און דיכטונגען.
  2. תקנית - דאס איז אן הויכע אקאדעמישע העברעאיש וואס נאר די בערימטע אדער בעסערע מענטשן רעדן איר, אויך ביי די ישראלישע נייעס רעדט מען מיט דיזעס אויסדרוק.
  3. מדוברת - דאס איז די אלגעמיינע העברעאישע שפראך, וואס עס איז נישט אימער געהיטן לויט די העברעאישע געזעצן.
  4. סלענג (אדער שפת רחוב) - דאס איז א פראסטע שפראך וואס ווערט גערעדט דורך פראסטע מענטשן, אדער אין פראסטע פלעצער און צייטן.

שפראכן וואס זענען באאיינפלוסט פון העברעאיש

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער איינפלוס פון העברעאיש איז באקאנט ספעציעל אין די יידישע שפראכן. די שפראך יידיש, וואס איז געווען די מוטערשפראך פון די אשכנזישע יידן אין אייראפע, און וואס האט א מקור אין מיטל־הויך־דייטש, איינע פון די דיאלעקטן פון דייטש, בארגט א סך ווערטער פון לשון־קודש (העברעאייש) – עטלעכע 20% פון זיין וואקאבולאר – און מען שרייבט יידיש מיטן אלף־בית פון לשון־קודש. יידיש, אנדערש ווי העברעאיש, ניצט אותיות פאר די וואקאלן, אזוי ווי די אייראפעאישע שפראכן – למשל, דער אות ע' באדינט צו באצייכענען דעם וואקאל e. דאך, ווערטער וואס קומען פון לשון־קודש שרייבט מען מיט דער ארטאגראפיע פון זייער אריגינעלער שפראך. אזוי, דאס ווארט "אֱמֶת" (וואס ווער אויסגערעדט אויף יידיש /eməs/), שרייבט מען טאקע ״אמת״ און נישט "עמעס".‏[4]

די שפראך לאדינא (אויך גערופן"ספאניאליש" אדער "יידיש־שפאניש"), וואס האט זיך אנטוויקלט פון קאסטילישן שפאניש, און איז געווען די שפראך פון די ספרדישע (שפאנישע) יידישע קהילות יהודיות איבער דער גארער וועלט, האט אויך געבארגט א סך ווערטער פון לשון־קודש, און ווערט געשריבן מיט אלף־בית, בעיקר מיט רש"י אותיות (אויבוואויל ס׳איז פאראן פאר לאדינא א סיסטעם פון שרייבן אויף לאטיינישע אותיות).

יידישע אראביש, די שפראך פון די יידישע קהילות אין דער מוסולמענישער אימפעריע, בעיקר אין צפון אפריקע, וואס איז די שפראך אין וואס דער רמב״ם האט געשריבן זיין מורה נבוכים און נאך חשובע ספרים, ווערט אויך אזוי געשריבן מיט די אותיות פון לשון־קודש.

די שפראכן אראמיש און אראביש ווערן בארעכענט שוועסטער שפראכן פון העברעאיש, און געוויסע אויסשפראכן פון העברעאיש קען מען פארשטיין אין יענע שפראכן.

ס׳זענען פאראן אנדערע שפראכן וואס האבן באקומען א השפעה פון העברעאיש דורך דאס פארטייטשן תנ״ך אויף פרעמדע שפראכן. דאס ווארט "שַׁבָּת", למשל, איז גאנץ פארשפרייט אין כלערליי שפראכן ווי דער נאמען פון דעם זיבעטן טאג אין דער וואך, דער רו־טאג. אויך א סך העברעאישע נעמען פון תנ״ך זענען גאנץ פארשפרייט איבער דער וועלט. די צוויי ווערטער פון לשון־קודש וואס זענען מערסט פארשפרייט זענען "אמן" און "הללויה" – די ווערטער מיט וואס מען ענדיגט געוויסע תפילות, און באדייטן הסכמה מיט וואס מ׳האט געזאגט.

אלף בית
א ב ג ד ה ו
ז ח ט י כ ל
מ נ ס ע פ צ
  ק ר ש ת  
ענדע אותיות
  ך ם ן ף ץ  
זעט דעם הויפּט אַרטיקל – אלף בית

די העברעאישע שריפט האט אן אלף בית מיט 22 אותיות, און 5 באזונדערע ענדע אותיות וואס ווערן געניצט ביים סוף פון א ווארט אנשטאט דעם נארמאלן אות. די געטאפלטע אותיות זענען כ-ך מ-ם נ-ן פ-ף צ-ץ. די אותיות זענען די קאנסאנאטן, און לכתחילה האט מען נישט געשריבן די וואקאלן. אויך זענען פאראן גראפישע סימבאלן פאר די וואקאלן, פינטעלעך און שטרייכעלעך (וואס מען האט איינגעפירט א סך שפעטער). דער קוואדראטישער אלף בית וואס איז באקאנט היינט איז באזירט אויפן ״אינטערנאצינאלער״ אראמישער שריפט פון דער פערסישער אימפעריע, וואס האט געטוישט די אורלאטע כתב עברי שריפט (העברעאיש־פֿעניקישער שריפט) לויט א הוראה וואסעזרא הסופר) האט באקומען פון הימל, וואס מען פלעג ניצן אין מלכות יהודה, מלכות ישראל און אין די ברייט און לענג פונעם פארצייטיקן מזרח פאר גלות בבל. כתב עברי איז נישט אינגאנצן פארשוואונדן געווארן, און מ׳האט זי נאך געניצט אין די צייטן פונעם צווייטן בית המקדש, און ביים בר כוכבא אויפשטאנד האט מען געניצט מטבעות מיט כתב עברי שריפט.

  1. Ross, Allen P. Introducing Biblical Hebrew, Baker Academic, 2001.
  2. אברהם בן יוסף, מבוא לתולדות הלשון העברית (אברהם בן-יוסף, אריינפיר צו דער היסטאריע פון דער העברעאישער שפראך), עמוד 38, אור-עם, תל-אביב, 1981.
  3. "די ישראלדיקע שפראך: העברעיש לעבט ווידער, יידיש לעבט ווייטער" (ארכיווירט 10.06.2010 ביי דער Wayback Machine), פֿון גלעד צוקערמאן, אויפן שוועל נ' 337 (2007).
  4. אין סאוועטישער יידיש אונטער די אנווייזן פון דער יעווסעקציע האט מען געשריבן אויף אן אופן וואס מאכט אוועק אינגאנצן א שייכות מיט העברעאיש; למשל די סאוועטישע צייטונג "דער עמעס" וואס איז דערשינען אין מאסקווע צווישן די יארן 1918 ביז 1938.


Wikipedia
Wikipedia
וויקיפּעדיע אויף העברעיִש