ענגליש

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
EN ISO 639-1
טונקל בלוי:לענדער וואו רוב מענטשן רעדן ענגליש
העל בלוי: לענדער וואו ענגליש איז אן אפיציעלע שפראך, אבער רוב רעדן נישט ענגליש

ענגליש איז אַ מערב־גערמאנישע שפּראַך וואס שטאמט פון גרויסבריטאניע װאָס װערט היינט גערעדט אלס א מוטער שפראך דורך אַרום 380 מיליאָן פּערזאָנען.

די שטאַטן ווו ענגליש איז אן אפיציעלע שפראך זיינען: גרויסבריטאניע, אירלאנד, קאנאדע, ניו זילאנד, אינדיע, פאקיסטאן, מאלטא, די פיליפינען און סינגאפור, און געציילטע שטאטן אין אפריקע. די פאראייניקטע שטאטן און אויסטראליע האבן נישט קיין אפיציעלע שפראך, אבער פראקטיש ניצט מען ענגליש.

היינטצוטאג איז ענגליש די איינציגסטע וועלט שפראך. ענגליש האט אסאך ווערטער; דאס אקספארד ענגליש ווערטערבוך ברענגט מער ווי 250,000 ווערטער.

ענגליש איז אפיציעל אנערקענט מיט דריי באזונדערע דיאלעקטן, דער אמעריקאנישער, דער בריטישער און דער קאנאדישער.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

ענגליש איז א מערב־גערמאניש שפראך, וואס האט אַנטוויקלט אין ענגלאנד. דייטשע קאלאניסטן (זאַקסן, אַנגלען און דזשוטן) זענען געקומען צו בריטאניע פון צפון־מערב דייטשלאנד, דענמארק און די נידערלאנדן, אָנהייבנדיק אין יאָר 449. זיי האבן זיך באַזעצט. אין די דרום און מזרח פונעם אינזל בריטאַניע, און האבן אַוועקגעשטופט די קעלטישע בריטן וואָס האבן געוואױנט דארט פֿריער, ביז יענע האבן גערעדט זייער שפראַך אַנשטאָט די אלטע קעלטישע שפראַכן. טייל רעדן נאך קעלטישע שפראַכן—וועלשיש אין וויילס און קארניש אין קארנוואל.

סקאטס איז אַ דיאַלעקט פֿון ענגליש וואָס מ׳רעדט אין סקאטלאנד.

די נענטסטע שפראך צו ענגליש צווישן די שפראכן וואס מ׳רעדט נאך היינט איז פֿריזיש, א שפראך וואס עטלעכע 500,000 מענטשן רעדן אין האלאנד, דייטשלאנד און דענמארק. דאך קענען ענגליש רעדער און פריזיש רעדער נישט פארשטיין איינער אנאנד. אנדער שפראכן וואס געהערן צו דער מערב־גערמאנישער פאמיליע אזוי ווי ענגליש זענען האלענדיש (וואס מ׳רעדט אין האלאנד און בעלגיע) און דייטש (וואס מ׳רעדט אין דייטשלאנד, עסטרייך און שווייץ).

א סך אנדערע פעלקער זענען געקומען וואוינען אין ענגלאנד במשך די יארן, וואס האבן גערעדט אנדערע שפראכן, און די דאזיקע שפראכן האבן צוגעלייגט ווערטער וואס האבן געענדערט די ענגלישע שפראך ביז זי איז געווארן מאדערן ענגליש. צום ביישפיל, אומגעפער יאר 800 זענען געקומען די וויקינגען, ים־גזלנים פון דענמארק און נארוועגיע. זיי האבן גערעדט צפון־גערמאנישע שפראכן און טייל פון זייערע ווערטער זענען אריין אין ענגליש.



ווערטער־אוצר[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

ענגליש האט א גאר גרויסן ווערטער־אוצר, מיט אומגעפער 600,000 ווערטער. א דריטל פון די ווערטער שטאמען פון דייטשע שפראכן, א דריטל פון לאטיין און א דריטל פון פראנצויזיש.

אין טאג-טעגלעך לעבן ניצט מען נישט מער ווי 5000 ווערטער, און אין שרייבן ניצן דורכשניטלעכע מענשטן נאך 15,000 ווערטער.

נומערן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

גרונטצאל[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

  • one - איינס
  • two - צוויי
  • three - דריי
  • four - פֿיר
  • five - פֿינעף
  • six - זעקס
  • seven - זיבן
  • eight - אַכט
  • nine - ניין
  • ten - צען
  • eleven - עלף
  • twelve - צוועלף
  • thirteen - דרייצן
  • fourteen - פֿערצן
  • fifteen - פֿופֿצן
  • sixteen - זעכצן
  • seventeen - זיבעצן
  • eighteen - אַכצן
  • nineteen - ניינצן
  • twenty - צוואנציק
  • thirty - דרייסיק
  • forty - פֿערציק
  • fifty - פֿופֿציק
  • sixty - זעכציק
  • seventy - שבעים
  • eighty - שמונים
  • ninety - תשעים
  • one hundred - הונדערט
  • two hundred - צוויי הונדערט
  • three hundred - דריי הונדערט
  • four hundred - פֿיר הונדערט
  • five hundred - פֿינעף הונדערט
  • six hundred - זעקס הונדערט
  • seven hundred - זיבן הונדערט
  • eight hundred - אַכט הונדערט
  • nine hundred - ניין הונדערט


Wikipedia
וויקיפּעדיע אויף ענגליש
אפיציעלע שפראכן פונעם אייראפעישן פארבאנד
 
אונגעריש · איטאליעניש · איריש · בולגאריש · גריכיש · דייטש · דעניש · האלענדיש · טשעכיש · ליטוויש · לעטיש · מאלטעזיש · סלאוואקיש · סלאוועניש · ענגליש · עסטיש · פארטוגעזיש · פויליש · פיניש · פראנצויזיש · קראָאַטיש · רומעניש · שפאניש · שוועדיש