לדלג לתוכן

ספרדים

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון ספרד)

מיינט איר שפאניע

בית הכנסת הספרדי טורקי בוינה אוסטריה

ספרדים זענען די יידן וועלכע שטאמען פון די יידישע געמיינדעס וואס האבן געוואוינט אין שפאניע אין דער מיטל אלטער. יידן פון די עדות המזרח ווערן אויך אפט אנגערופען ספרדים, וייל זיי האבן אדאפטירט געוויסע קולטורליכע און בעיקר הלכה'ישע עלעמענטן פון די שפאנישע געמיינדעס, כאטש דאס איז נישט זייער ריכטיקער נאמען, ווייל זיי שטאמען נישט פון שפאניע נאר פון דער מיטל מזרח און צפון אפריקע.

דאס קאפיטל פון יידן אין ספרד איז שוין איבער טויזנט יאר אלט. עס איז איבעראל אנגענומען אז אנגעהויבן האט זיך עס מיט די פיר גדולים וועמען פיראטן האבן אוועקגערויבט פון דער שיף, און האבן זיי פארקויפט, און דורך זיי האט זיך אנגעהויבן דאס אידישע לעבן אין ספרד.

ספרדים איז א באצייכענונג אויף יידן וואס קומען פון שפאניע, וואס זייער טרעדיציאנאלע שפראך איז געווען לאדינא, און וואס האבן פון פון דארטן אימיגרירט נאכן גירוש שפאניע פון יאר 1492 איבער דער גאנצער וועלט, בעיקר צו לענדער ווי איטאליע, האלאנד גריכלאנד דרום פראנקרייך (דער געגנט וואס אין מיטל אלטער איז געווען אנגערופן פראווענס, און איז דעמאלט געווען א באזונדער לאנד פון פראנקרייך) די באלקאן לענדער אין אייראפע און אויך אין טערקיי. אוואו זיי זיינען געגאנגען האבן זיי אדאפטירט אסאך עלעמענטן פון די לאקאלע קולטורן.

חרדים אין מדינת ישראל

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ספרדישע חרדים זענען א שטראם אין דער חרדישער געזעלשאפט, וואס נעמט אריין חרדים פון איסלאמישע לענדער, דער איבערישער האלבאינזל און די באלקאנען. די חרדישע-ספרדישע צײַטונגען ציילן אינעם צווייטן יאָרצענדלינג פון 21סטן יאָרהונדערט אין ישראל, לויט די אָפּשאַצונגען, בערך 200,000 מענטשן.