אייראפע

פֿון װיקיפּעדיע
אייראפע
מאפע פון אייראפע
מאפע פון אייראפע
שטח 10,180,000 ק"מ2
באפעלקערונג 739,165,030
לענדער 50 (ליסטע)
שפראכן אייראפעישע שפראכן
צייט זאנעס UTC ביז UTC+6
אייראפע אין דער וועלט
אייראפע אין דער וועלט

אײראָפּע איז איינע פון די זיבן קאָנטינענטן. צו דער צפון זײַט איז דער ארקטישער אקעאן, צו מערב דער אטלאנטישער אקעאן און צו דרום דער מיטלענדישער ים.

אייראפע וועלכע געפינט זיך אין דער מזרח העלפט פונעם גלאבוס ווערט אין אלגעמיין איינגעטיילט אין פינף אפטיילונגען: מזרח, מערב, דרום, צפון און צענטראל.

אייראפע איז דער וועלטס צווייטע קלענסטע קאנטינענט לויטן שטח, און באדעקט בערך 10,180,000 קוואדראט ק"מ ד"ה 2% פון דער ערד'ס אייבערפלאך און בערך 6.8% פונעם שטח פון דער יבשה. אייראפע האט אומגעפער 50 לענדער. דאס גרעסטע, סיי אין שטח סיי אין באפעלקערונג, איז רוסלאנד, וואס באדעקט 40% פונעם קאנטינענט (אחוץ וואס עס האט טעריטאריע אויך אין אזיע), און דאס קלענסטע איז וואטיקאן שטאט. אייראפע איז דער דריטער מערסט־באפעלקערטער קאנטינענט נאך אזיע און אפריקע, מיט א באפעלקערונג פון 733 מיליאן וואס איז 11% פון דער וועלט'ס באפעלקערונג.[1]

כלל ישראל האט זיך פלאצירט במשך די פארגאנגענע דורות אין די מזרח און אין די צענטראלע אפטיילונג.

לצורך הבנת הענין וועלן מיר אראפברענגען די גאנצע אנגעלעגנהייט:

דער ערד קוגל איז איינגעטיילט אויף די פאלגנדע 'גרויסע' קאָנטינענטן:

אמעריקע (וועלכע נעמט אריין אין זיך אויך די וואס די וועלט רופט אמעריקע, נעמליך די פאראייניגטע שטאטן), אפריקע, אייראפע, אזיע, אויסטראליע.

די אויבערדערמאנטע נעמען זענען די נעמען פון די קאָנטינענטן, אבער יעדער קאָנטינענט פארמאגט אין זיך פילע לענדער, אייראפע איז א יבשה אויף דער מזרח זייט פונעם ערד קוגל, זי גרעניצט זיך מיט אזיע, זי פארמאגט פילע לענדער, פילע פון זיי זענען אומבאקאנטע נעמען פאר אידן וועלכע האבן גאנץ ווייניג געהאט פארבינדונגען מיט זיי אין די היסטאריע.

דער גרענעץ צווישן אייראפע און אזיע נעמט איין די אוראל בערג. אין רוימישע צייטן האט מען געהאלטן אז דער טייך דאן איז א טייל פונעם גרענעץ.

אידן זענען געקומען צו דער אייראפעישער יבשה נאך אין די צייטן פונעם צווייטן ביהמ"ק, אין לויף פון די דורות האבן אידן געוואנדערט פון איין לאנד צום צווייטן אין אייראפע.

די ביימער וואס וואקסן אסאך אין אייראפע זענען דער בוק, דעמב, טענענבוים, סאסנע און די בערעזע.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – היסטאריע פון אייראפע

פונעם 7טן יארהונדערט, איז די ביזאנטישע אימפעריע געווארן שטארק אנגערירט פון דעם אנהייב פון איסלאם און די כאליפאטן. מוסולמענער אראבער האבן ערשט אינוואדירט רוימישע טעריטאריע אונטער אבו באקר, דער ערשטער כאליף פונעם ראשידון כאליפאט, וואס איז אריין אין סיריע און רוימישער מעסאפאטאמיע. אונטער אומאר, דער צווייטער כאליף, האבן די מוסולמענער באשטימענדיק איינגענועמן סיריע און מעסאפאטאמיע, ווי אויך רוימישע פאלעסטינע, רוימישע עגיפטן, און טיילן פון קליין אזיע און רוימישע צפון אפריקע. דאס האט ממשיך געווען אונטער די שפעטערדיקע ראשידון כאליפן און אונטערן אומאישן כאליפאט, וואס האט איינגענומען גאנץ מיטלענדישע צפון אפריקע און רוב פונעם איבערישן האלבאינזל.

אין שפעטערדיקע יארהונדערטער האבן די מוסולמענער אויך גענומען ציפערן, מאלטא, קרעט, סיציליע און טייל פון דרום איטאליע.

די מוסולמענער האבן אנגעהויבן אינוואדירן דעם איבערישן האלבאינזל דעם 30סטן אפריל 711, ווען זיי זענען אריינגעקומען אין גיבראלטאר אונטער טאריק איבן זאיאד. פון דארט זענען זיי געגאנגען ווייטער צפונדיק. במשך אכט יאר איז כמעט דער גאנצער איבערישער האלבאינזל געקומען אונטער דער הערשאפט פון דער אומאישער אימפעריע. זיי זענען ווייטער געגאנגען אריבער די פירענעען אבער זיי זענען באזיגט געווארן אינעם קאמף פון טור.

אין 750 האבן די אבאסידן אראפגעווארפן די אומאיאדן און זיי אויסגעהרגעט.

אין 962 איז געגרינדעט געווארן די הייליגע רוימישע אימפעריע אונטער דעם פראנקישן מלך קארל דער גרויסער, וואס דער פויבסט האט אים געזאלבט "קייסער"".

פון דעם 15טן יארהונדערט ביזן 17טן יארהונדערט זענען אייראפעישע אויספארשער ארומגעפארן די וועלט אויספארשן נייע לענדער.

די אינדוסטריעלע רעוואלוציע האט אנגעהויבן אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך ביים סוף פונעם 18טן יארהונדערט האט געברענגט צו דייטיקע ענדערונגען אין אייראפע: גרעסערע פראספעריטעט און וואוקס אין באפעלקערונג, אבער האט אויך צעטרייסלט די טראדיציאנעלע עקאנאמישע און געזעלטשאפטלעכע סטרוקטור. נאך דער ערשטער וועלט מלחמה האט די מאפע פון אייראפע שטארק געטוישט מיט עטלעכע נייע לענדער.

געאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אייראפע איז א האלבאינזל וואס פארנעמט דעם מערבדיקן פינפטל פון אייראפע־אזיע. די ים גרענעצן פון אייראפע זענען דער ארקטישער אקעאן צו צפון, דער אטלאנטישער אקעאן צו מערב, און די מיטלענדישער, שווארצער און קאספישער ימען צו דרום. אין דרום געפינען זיך בארגקייטן: די אלפן, די פירענעען און די קארפאטן בערג. מער צו צפון געפינט זיך דער גרויס־אייראפעאישער פלוין.

קלימאט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אייראפע ליגט בעיקר אין די מילדע קלימאט־זאנעס. צוליב דעם גאלף-שטראם, וואס ברענגט ווארעמע וואסער צו די ברעגן פון אייראפע, איז דער קלימאט אין אייראפע מילדער ווי אין אנדער ערטער ביי די זעלבע גארטל ליניעס. דער גאלף־שטראם ווערט גערופן "אייראפעס צענטראל־הייצונג".

דערפאר זענען די יערלעכע דורכשניט טעמפעראטורן אין נאפאלי 16 °C ‏(60.8 °F), קעגן 12 °C‏ (53.6 °F) אין ניו יארק (אויף כמעט דער זעלבער גארטל־ליניע). אויך בערלין, דייטשלאנד, וואס איז אויף דער זעלבער גארטל־ליניע ווי קאלגארי, קאנאדע און אירקוטסק אין אזיאטישן רוסלאנד, האט א דורכשניט יאנואר טעמפעראטור ‏8 °C (15 °F) העכער ווי אין קאלגארי און כמעט 22 °C (40 °F) העכער ווי אין אירקוטסק.

דעמאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין יאר 2005 איז די באפעלקערוענג פון אייראפע געשאצט געווארן 731 מיליאן לויט די פאראייניגטע פעלקער, א ביסל מער ווי א ניינטל פון דער גאנצער באפעלקערונג פון דער וועלט.

פאליטישע געאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די לענדער פון אייראפע זענען כולל די 27 מיטגלידער פונעם אייראפעישן פארבאנד.

לענדער פֿון אייראָפּע
אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד סלאָוועניע סלאָוועניע
אונגאַרן טערקײַ סערביע
אוקרײַנע אוקראַיִנע (אוקרײַנע) טשעכיי (טשעכיע) עסטלאַנד עסטלאַנד
איטאַליע לוקסעמבורג לוקסעמבורג עסטרײַך עסטרײַך
איסלאַנד איסלאַנד ליטע ליטע פּאָרטוגאַל פּאָרטוגאַל
אירלאַנד אירלאַנד ליכטנשטיין ליכטנשטיין פּוילן פּוילן
אַלבאַניע אַלבאַניע לעטלאַנד לעטלאַנד Wielka Brytania (גרויסבריטאַניע) פאראייניגטע קעניגרייך
אַנדאָראַ אַנדאָראַ מאָלדאָווע מאָלדאָווע פֿינלאַנד פֿינלאַנד
באסניע און הערצעגאווינע מאַלטאַ מאַלטאַ פֿראַנקרײַך פֿראַנקרײַך
בולגאַריע בולגאַריע מאָנאַקאָ מאָנאַקאָ ציפּערן
ווײַסרוסלאַנד בעלארוס (ווײַסרוסלאַנד) מאנטענעגרא קראָאַטיע קראָאַטיע
בעלגיע בעלגיע צפון-מאקעדאניע רומעניע רומעניע
גריכנלאַנד גריכנלאַנד נאָרוועגיע נאָרוועגיע Rosja (Federacja Rosyjska) רוסלאַנד
דײַטשלאַנד דײַטשלאַנד נידערלאַנדן (האָלאַנד) נידערלאַנדן (האָלאַנד) שווייץ שווייץ
דענמאַרק דענמאַרק סאַן מאַרינאָ סאַן מאַרינאָ שוועדן שוועדן
וואַטיקאַן וואַטיקאַן סלאָוואַקײַ סלאָוואַקײַ שפּאַניע שפּאַניע

עקאנאמיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

European and bordering nations by GDP (nominal) per capita in 2006

אייראפע האט די גרעסטע עקאנאמיע פון אלע קאנטינענטן. צווישן די לענדער אין אייראפע, די רייכסטע זענען די מערב לענדער; די מזרח לענדער קומען ערשט ארויס פון דעם איינבראך פון די סאוועטן פארבאנד און יוגאסלאוויע. דער אייראפעישער פארבאנד, א צווישן-רעגירונג קערפער פון 27 אייראפעישע שטאטן איז דער גרעסטער איינציקער עקאנאמישער שטח אין דער וועלט. אצינד, 15 לענדער באניצן דעם איירא ווי א שותפותדיקע וואלוטע.

פינף אייראפעישע לענדער ווערן פאררעכנט צווישן די ערשטע צען עקאנאמיעס לויטן ברוטא אינלענדישן פראדוקט אין דער וועלט. דאס שליסט איין (ראנגען לויטן CIA): דייטשלאנד (5), דאס פאראייניגטע קעניגרייך (6), רוסלאנד (7), פראנקרייך (8), און איטאליע (10).[2]

שפראך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אייראפעישע שפראכן געהערן כמעט אלע צו דריי גרופעס פון די אינדא-אייראפעישע שפראכן: די ראמאנישע שפראכן, וואס שטאמען פון לאטיין פון דער רוימישער אימפעריע; די דייטשישע שפראכן, וואס שטאמען פון דרום סקאנדינאוויע; און די סלאווישע שפראכן.

די סלאווישע שפראכן האבן די מערסטע מוטערשפראך רעדער אין אייראפע, און ווערן גערעדט אין צענטראלע, מזרח און דרום־מזרח אייראפע.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. "Global: UN Migrants, Population". Migration News. January 2010 Volume 17 Number 1.
  2. The CIA World Factbook - GDP (PPP). CIA (‏2008-07-15). דערגרייכט דעם 2008-07-19.
קאנטינענטן פון דער וועלט 

אזיע

אפריקע

אייראפע

צפון אמעריקע

דרום אמעריקע

אויסטראליע

אנטארקטיקע