לדלג לתוכן

אשכנזים

פֿון װיקיפּעדיע
תשובה ותפילה ביום הכיפורים בקהילות יהודי אשכנז

אַשכּנֵזים אָדער אַשכּנַזים זענען אידן וואָס שטאַמען פון צענטראַל־ און מזרח־אייראָפּע. די אשכנז'ישע קולטורעלע מסורות האָבן זיך פאָרמירט אין מיטל־אלטעריש דייטשלאַנד (אשכנז) און אויך אין פראַנקרייך (צרפת). זינט 19טן יאָר־הונדערט ביז היינט צו טאָג זענען די אשכנזים די גרעסטע עטנישע גרופּע אידן.

מיט דעם וואָרט "אשכנז" האָט מען אין מיטל־עלטערער ליטעראַטור באַצייכענט אַלע דייטש־רעדנדע לענדער, און אַזוי האָבן די אידן, וואָס האָבן אין די דאָזיגע שטחים געוואוינט, באַקומען זייער נאָמען. די דייטשע אשכנזים (אשכנז א׳) האָבן איבערגעטראָגן דעם נאָמען אויף מזרח, צוזאַמען מיט איר קולטור.[1][2]

לכתחילה איז "אשכנז" געווען אַ נאָמען פון אַ תנ״כישער פּערזענלעכקייט און אַ פאָלק. אין ספר בראשית איז אשכנז איינער פון די זין פון גומר, דעם יפתס זון.

ס׳רוב אשכנזים פלעגן רעדן אידיש פאַר דער צווייטער וועלט מלחמה. היינט רעדן זיי בדרך כלל אַנדערע שפּראַכן (ענגליש, רוסיש וכדומה) אין די לענדער פון גלות און מאָדערנעם העברעאיש אין מדינת ישראל, הגם אידיש איז נאָך די שפּראַך פון א סך פרומע קרייזן און אויך פונעם עלטערן דור. אין מערב־אייראָפּע האָבן די אשכנזים אויפגעהערט צו נוצן אידיש אַפילו פריער, אונטער דער השפּעה פון דער השכלה.[1]

פאַרן אידיש פלעגן די (פּרע־)אשכנזים באַנוצן לעזישע שפּראַכן אין מערב־אייראָפּע, בעת די אידן אין סלאַווישע לענדער (כנענים), וואָס זענען שפּעטער אַסימילירט געוואָרן דורך אשכנזים, האָבן גערעדט אַפּנים סלאַווישע שפּראַכן.[1][3][4] לויט די טעאָריעס פון הירשע דוד קאַץ האָבן אַ טייל אשכנזים אין מיטל־אלטער גערעדט אַן אַנדער דייטש־באַזירטע שפּראַך (די אַזוי גערופענע "בני־הית", אַריינגערעכנט אידישע ישובים אין לותיר [5]) און אידיש גופא איז אין אָנהייב גערעדט געוואָרן אין דרום־מזרח דייטשלאַנד, וואו די אידן האָבן פריער גענוצט אַראַמיש אַלץ זייער טאָג טעגליכע שפּראַך.[6][7] (חוץ דעם, עטליכע אַנדערע מחברים האַלטן, אַז אידיש איז יאָ ערפונדען געוואָרן אויף דוניי ברעגן.[8][9])

צוליב דער לאַנגער געשיכטע פון אשכנזישע יידן אין אייראָפּע און ‫מטושטש‬ע עטנישע באַציאונגען צווישן פאַרשיידענע יידישע עדות איז דאָס אַפּריאָרי אינגאַנצן ניט משמעות, אַז זייערע גענעטישע וואָרצלען זאָלן זיין טאַקע אין מיטלן מזרח. די דאָזיקע סיבה איז געוואָרן אַ תירוץ פאַר כלערלייע ספּעקולאַציעס (צומאָל מיטן אַנטיסעמיטישן אָדער אַנטיציוניסטישן בכן) וועגן דעם ענין, אָבער אויך פאַר ערנסטע היסטאָריאָגראַפישע און גענעטישע אויספאָרשונגען.

פאַרשיידענע טעאָריעס פונעם אָפּשטאַם פון (מזרח־אייראָפּעאישע) אשכנזים זיינען ענג פאַרבונדן מיטן פאַקט, אַז די אשכנזים פון דייטשישע לענדער, וואָס האָבן מיסד געווען דעם "אשכנז ב׳" (די יידישע קהילה אין מזרח־אייראָפּע) האָבן דאָרטן באַגעגנט אַ יידישע באַפעלקערונג, אַפּנים אַזוי גערופענע כנענים. מען האָט גאַנץ ווייניק ידיעות וועגן כנענים בכלל און זייער צאָל בפרט, אָבער דווקא דאָזיקע פּרע־אשכנזישע באַפעלקערונג, לויט די עטלעכע השערות, איז פאַראַנטוואָרטלעך פאַר דער היפּשער פאַרגרעסערונג פון אשכנז ב׳, וואָס מען ווייס שוין פון 16טן י״ה אָן, ווייל די דייטשישע קהילה איז געווען אַ קליינע אין צאָל. די דייטשישע אשכנזים אַליין, טראַכט מען, קומען פון צרפת און איטאַליע, ד״ה פון דער ראָמאַנישער ספערע און תחילת פון ארץ ישראל. אָבער דער יחוס פון כנענישע יידן, וואָס זיינען קולטורעל אַסימילירט געוואָרן דורך דייטשישע אשכנזים, איז דאָ די הויפּט פראַגע. די עיקרדיקע עטנישע מקורות, וואָס מען איז זיי משער פאַר דער אורשפּרונג פון פּרע־אשכנזישע יידן אין מזרח־אייראָפּע, זיינען:

די היסטאָרישע מקורות צייגן אַ בפירושדיקע קרובה׳שאַפט אין קולטור און יחוס צווישן (מזרח־)כנענים און ביזאַנטישע יידן[11][12]. פון אַנדערע קוועלן איז אָבער אויך קלאָר, אַז אַ טייל פון מזרח־אייראָפּעאישער יידישער באַפעלקערונג האָט באַשטייט פון גרים. ווי באַקאַנט, די כוזרים, עטניש פון טירקישן אָפּשטאַם, האָבן טיילווייז מגייר געווען אין דער פּרע־אשכנזישער תקופה און האָבן געהאַט אַן אייגענע מלוכה. די צאָל גרים צווישן זיי איז זייער אַ הייס דיסקוטירטע זאַך, אָבער לויט אַ ריי מקורות האָבן עטלעכע כאַזאַרן נאָך דער מפּלה פון כאַזאַריע זיך באַזעצט אין אַנדערע מזרח־אייראָפּעאישע לענדער, און דאָרטן מסתמא אַסימילירט מיט אָרטיקע יידן[13]. די דעמאָגראַפישע פּרטים זיינען אָבער ניט באַשיידלעך.

גענעטישע אויספאָרשונגען אין לעצטע יאָרן האָבן געבראַכט אַ סך ידיעות וועגן דעם ענין, הגם אַפילו גלייכע רעזולטאַטן אינטערפּרעטירט יעדער איינער אַנדערש[16][17][18][19]. בסך הכל האָט מען געקלערט, אַז אשכנזים ווייזן אין זייערע גענאָמען אַ געוויסע צאָל סימנים פון מיטל־מזרחדיקן אָפּשטאַם און ענלעכקייטן צו אַנדערע יידישע קהילות. פון דער גענעטישן פּערספּעקטיוו זעט מען יאָ די שרידים פון דער קליינצאָליקייט פון דער יסוד־פּאָפּולאַציע, וואָס איז דער ווידערקול פון דער חידושדיקן צומערונג פון אשכנזים פון 15טן י״ה אָן, און אַ שטאַרקע ענדאָגאַמיע (חתונות צווישן זיך). עס זיינען אָבער דאָ אויך סימנים פון צומישונגען פון די שכנותדיקע אייראָפּעאישע פּאָפּולאַציעס. למשל, אַ העלפט פון היינטיקע אשכנזישע מענער טראָגן Y־כראָמאָסאָמען פון מיטל־מזרחדיקן אָפּשטאַם, בשעת די אַנדערע העלפט שטאַמט טאַקע פון אייראָפּעער[20].

אַ גרויסע צאָל ירשעוודיקע קראַנקייטן, וואָס האָבן הויכע פרעקווענצן צווישן אשכנזים[21], צייגן אויך דאס גענעטישע אחדות פון דער קהילה.‬


  1. a b c d וויינרייך מ (1973) געשיכטע פון דער יידישער שפּראַך: באַגריפן, פאַקטן, מעטאָדן. ייוואָ, ניו יאָרק, אין 4 בענדער. (ציטירט פון Weinreich M (2008) History of the Yiddish Language, Yale University Press)
  2. קאַץ ה־ד (1998) פאַרוואָס הייסן מיר "אשכנזים"? ירושלימער אַלמאַנאַך 26: 235–249
  3. Jacobs NG (2005) Yiddish: A Linguistic Introduction. Cambridge University Press, 348 pp
  4. Wexler P (1987) Explorations in Judeo-Slavic Linguistics. E.J.Brill, Leiden, 289 pp
  5. וויינרייך מ (1958) בני־הית און בני־חית אין אַשכנז: די פּראָבלעם — און וואָס ‫זי לאָזט אונדז הערן. ייוואָ בלעטער 41: 102–123
  6. Katz D (1985) Hebrew, Aramaic and the rise of Yiddish. In: JA Fishman (ed) Readings in the Sociology of Jewish Languages: 85–103
  7. Katz D (1991) The children of heth and the ego of linguistics: a story of seven Yiddish mergers. Trans Philol Soc 89: 95–121
  8. King RD (1992) Migration and linguistics as illustrated by Yiddish. In: Reconstructing Languages and Cultures: 419–439
  9. Eggers E (1998) Sprachwandel und Sprachmischung im Jiddischen. Frankfurt am Main: Peter Lang, 494 pp
  10. van Straten J (2004) Jewish migrations from Germany to Poland: The Rhineland hypothesis revisited. Mankind Quarterly 44: 367–384
  11. a b Kulik A (2011) The Jews of Slavia Graeca: the northern frontier of Byzantine Jewry? In: Bonfil R, Irshai O, Stroumsa GG, Talgam R (eds) Jews in Byzantium: Dialectics of Minority and Majority Cultures: 297–314
  12. a b Kulik A (2008) Judeo-Greek legacy in medieval Rus'. Viator 39: 51–64
  13. a b Brook KA (2006) The Jews of Khazaria, 2nd Edition. Rowman & Littlefield, 317 pp
  14. a b van Straten J (2011) The Origin of Ashkenazi Jewry: The Controversy Unraveled. de Gruyter, 234 pp
  15. Wexler P (1993) The Ashkenazic Jews: A Slavo-Turkic People in Search of a Jewish Identity. Slavica Publ, 306 pp
  16. Atzmon G, Hao L, Pe'er I, Velez C, Pearlman A, Palamara PF, Morrow B, Friedman E, Oddoux C, Burns E (2010) Abraham's children in the genome era: major Jewish diaspora populations comprise distinct genetic clusters with shared Middle Eastern Ancestry. Am J Human Genet 86: 850–859
  17. Bray SM, Mulle JG, Dodd AF, Pulver AE, Wooding S, Warren ST (2010) Signatures of founder effects, admixture, and selection in the Ashkenazi Jewish population. Proc Natl Acad Sci USA 107: 16222–16227
  18. Behar DM, Metspalu E, Kivisild T, Rosset S, Tzur S, Hadid Y, Yudkovsky G, Rosengarten D, Pereira L, Amorim A, Kutuev I, Gurwitz D, Bonne-Tamir B, Villems R, Skorecki K (2008) Counting the founders: the matrilineal genetic ancestry of the Jewish Diaspora. PLoS ONE 3: e2062
  19. Elhaik E (2012) The missing link of Jewish European ancestry: contrasting the Rhineland and the Khazarian hypotheses. Genome Biol Evol 5: 61–74
  20. Hammer MF, Redd AJ, Wood ET, Bonner MR, Jarjanazi H, Karafet T, Santachiara-Benerecetti S, Oppenheim A, Jobling MA, Jenkins T, Ostrer H, Bonne-Tamir B (2000) Jewish and Middle Eastern non-Jewish populations share a common pool of Y-chromosome biallelic haplotypes. Proc Natl Acad Sci USA 97: 6769–6774
  21. Kolodny EH (2009) Jewish genetic diseases. In: Ehrlich A (ed) Encyclopedia of the Jewish Diaspora: Origins, Experiences, and Culture, Vol 1: 275–287