תנ"ך

פֿון װיקיפּעדיע
יידן און יידישקייט
מנורה
מנורה
עיקרי האמונה
אמונה · שלושה עשר עיקרים
עשרת הדיברות · תורה · מצוות · משיח
הייליגע ספרים אידישע שטרעמונגען
תנ"ך · תורה
משנה · גמרא
זוהר · מדרש
שלחן ערוך
חרדים · חסידים
ארטאדאקסן
קאנסערוואטיווער
רעפארמער
הויפט פערזענלעכקייטן
אבות ואמהות · משה · דוד
נביאים · עזרא · הלל · תנאים · ריב"ז
ר' עקיבא · אמוראים · סבוראים · גאונים
ראשונים · רמב"ם · יוסף קארו · אחרונים
עבודת ה' און ימים טובים
שחרית · מוסף · מנחה · ערבית
שמע ישראל · שמונה עשרה · קריאת התורה
קידוש · ברכה · תפילות און ברכות
ראש השנה · יום כיפור · סוכות
פסח · שבועות · תשעה באב
אידיש קהילה לעבן
אויפגאבעס:
רב · דיין · חזן
גבאי · מוהל
שוחט · חברה קדישא
מוסדות:
שול · מקווה
חדר · ישיבה
כולל · בית מדרש
מקומות הקדושים
דער משכן · בית המקדש · הר הבית
כותל המערבי · מערת המכפלה
קבר רחל · קבר יוסף · קברי צדיקים
ירושלים · חברון · טבריה · צפת
מצוות און מנהגים
הלכה · תרי"ג מצוות · בית דין · תפילה
לימוד תורה · צדקה · גמילות חסדים
שמע ישראל · ברית מילה
פדיון הבן · בר מצווה · נישואין
טהרת המשפחה · לוויה · קבורה
שבעה · קדיש · חברה קדישא
זעט אויך
גיור · שומרונים · קראים · מינים
יידן · אנטיסעמיטיזם


תנ"ך (ראשי תיבות: תורה, נביאים וכתובים) זײַנען די 24 הייליגע ספרים פון יידישקייט. די ספרים פון תנ"ך זענען די עלסטע ספרים ביי יידן, וואס לויט דער טראדיציע זײַנען זיי געגעבן געווארן דורך משה רבינו אין מעמד הר סיני. רוב פון די ספרים זענען געשריבן אין לשון הקודש אבער א טייל איז געשריבן אין אראמיש, למשל א גרויסער חלק פון ספר דניאל. די 24 ספרים זענען צעטיילט אויף תורה, נביאים און כתובים:

דער תנ"ך האט געהאט א גרויסע השפעה אויף די רעליגיע פון דער מערב'דיגער וועלט.

די ספרים אין תנ"ך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

תנ"ך איז ראשי תיבות: תורה, נביאים, כתובים. אין די צייטן פון חז"ל האט מען דאס נישט גערופן תנ"ך נאר "מקרא" -די משנה אין אבות זאגט: בן חמש למקרא, דאס מיינט, ביי די פינף יאר הייבט אן א קינד לערנען חומש.

תורה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – תורה


תורה איז דער יידישער גרונט מיט דינים ווי אַזוי מען דאַרף זיך פירן.

זי ווערט צעטיילט אין פינף ספרים:

1 בראשית
2 שמות
3 ויקרא
4 במדבר
5 דברים

די תורה איז צעטיילט ווייטער צו פרשיות השבוע, און יעדע פרשה איז צעטיילט אין 7 חלקים (ראשון, שני אא"וו).

נביאים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – נביאים


די ספרים פון נביאים זענען:

1 יהושע
2 שופטים
3 שמואל
4 מלכים
5 ישעיהו
6 ירמיהו
7 יחזקאל
8 תרי עשר:
א הושע
ב יואל
ג עמוס
ד עובדיה
ה יונה
ו מיכה
ז נחום
ח חבקוק
ט צפניה
י חגי
יא זכריה
יב מלאכי

כתובים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – כתובים


די ספרים פון כתובים זענען:

1 תהלים
2 משלי
3 איוב
4 שיר השירים
5 רות
6 איכה
7 קהלת
8 אסתר
9 דניאל
10 עזרא און נחמיה
11 דברי הימים

דער מקור פון תנ"ך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נביאים און כתובים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער אונטערשייד צווישן נביאים און כתובים איז אז נביאים איז רייד וואס גאט האט גערעדט צו די נביאים מיט די מדריגה פון "נבואה", ווידער כתובים זענען רייד וואס איז געווארן פון גאט מיט "רוח הקודש" וואס איז א שוואכערע מדריגה ווי "נבואה".

אויך איז נביאים - אנדערש ווי כתובים - ספעציפישע באפעלן וואס דער נביא האט געדארפט איבערגעבן פאר כלל ישראל אדער האט אליינס געדארפט אויספירן.

לערנען תנ"ך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

כאטש וואס דער תנ"ך איז די גרונדענע ספר פון די יידן, כאטש דעם לערנט מען נישט נ"ך אין דער פרומער ציבור. די ווארשיינליכע סיבות דערפון זיינען:

  1. נ"ך פארנעמט זיך אין ענינים וואס זיינען נישט רעלעוואנטיש צו דער היינטיקער יידישער קולטור וואס איז באווירקט פון די גלות. ווארום די יידן האבן נישט היינט קיין נביאים און אן אייגענע מלוכה.
  2. מיט דער ערשיינונג פון דער משכיל'ישער באוועגונג זענען געווען אזעלכע וואס האבן געוואלט מאכן דעם לימוד פון נ"ך אלץ אן עיקר, פאר איר היסטארישער און קולטוראלע ווערד. טייל פרומע אידן האבן אין רעאקציע זיך ספעציעל צוריקגעהאלטן פון דעם לימוד.

אינטערעסאנט איז צו באמערקן אז אין רוב חרד'ישע מיידל שולעס לערנט מען יא נ"ך אלץ א טייל פון געשיכטע לערנונגען.

לערנען תורה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פרומע אידן האלטן דאס פאר א מצווה צו לערנען תורה, ווייל די תורה וואס זיי לערנען איז בעיקר גמרא מיט פלפולים און מחלוקת פון תנאים און אמוראים האט א העכערן כוח וואס די תורה האט צו משפיע זיין אויף דעם לעבן אין א מיסטישן אופן.

אויך איז דאס נישט סתם א ענין פון לערנען, נאר א עקסטערע מצווה פון זיך 'פלאגן' אין לערנען - "עמלות בתורה".

אגדה ומוסר[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין די פרומע ישיבות לאזט מען דאס אויס, און דאס איז נאר א טפל, ווייל עס איז לויט זיי סיפורי מעשיות, אפילו דאס איז דער יסוד וואס קען היינט יא לערנען וויאזוי זיך צו פירן דורך טיפע פיליזאפישע לימודים. דער עיקר תורה וואס מען איז היינט עוסק איז לומדישע פשטעליך און חקירות. אין די חסידישע ישיבות וואס ווערט נישט אזוי ארויפגעקוקט לערנט מער בעיקר הלכות שבת און הלכות כשרות.

קאפיטלעך אין די ספרים פון תנ"ך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דאס צעטיילן דעם תנ"ך אויף קאפיטלעך האט נישט קיין יידישן מקור. דער תנ"ך איז צעטיילט אין 929 קאפיטלאך דורך א גלח. כאטש וואס דאס צוטיילונג שטאמט פון א קריסטישער גלח, האבן די יידן אנגענומען זיין צעטיילונג. אין ספר בראשית קען מען זען ווי דער גלח האט געשטעלט דער טאג שבת אין די צווייטע קאפיטל ווארשיינליך כדי צו 'פארקלענערן' איר הייליגקייט וואס זי איז ביי די יידן.


ספרים אין תנ"ך

תורה: בראשית | שמות | ויקרא | במדבר | דברים

נביאים: יהושע | שופטים | שמואל (א' וב') | מלכים (א' וב') | ישעיה | ירמיה | יחזקאל | תרי עשר: הושע | יואל | עמוס | עובדיה | יונה | מיכה | נחום | חבקוק | צפניה | חגי | זכריה | מלאכי

כתובים: תהילים | משלי | איוב | שיר השירים | רות | איכה | קהלת | אסתר | דניאל | עזרא - נחמיה | דברי הימים (א' וב')

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]