חברה קדישא

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
יידן און יידישקייט
מנורה
עיקרי האמונה
אמונה · שלושה עשר עיקרים
עשרת הדיברות · תורה · מצוות · משיח
הייליגע ספרים אידישע שטרעמונגען
תנ"ך · תורה
משנה · תלמוד
זוהר · מדרש
שלחן ערוך
חרדים · חסידים
ארטאדאקסן
קאנסערוואטיווער
רעפארמער
הויפט פערזענלעכקייטן
אבות ואמהות · משה · דוד
נביאים · עזרא · הלל · תנאים · ריב"ז
ר' עקיבא · אמוראים · סבוראים · גאונים
ראשונים · רמב"ם · יוסף קארו · אחרונים
עבודת ה' און ימים טובים
שחרית · מוסף · מנחה · ערבית
שמע ישראל · שמונה עשרה · קריאת התורה
קידוש · ברכה · תפילות און ברכות
ראש השנה · יום כיפור · סוכות
פסח · שבועות · תשעה באב
אידיש קהילה לעבן
אויפגאבעס:
רב · דיין · חזן
גבאי · מוהל
שוחט · קברן
מוסדות:
שול · מקווה
חדר · ישיבה
כולל · בית מדרש
מקומות הקדושים
דער משכן · בית המקדש · הר הבית
כותל המערבי · מערת המכפלה
קבר רחל · קבר יוסף · קברי צדיקים
ירושלים · חברון · טבריה · צפת
מצוות און מנהגים
הלכה · תרי"ג מצוות · בית דין · תפילה
לימוד תורה · צדקה · גמילות חסדים
שמע ישראל · ברית מילה
פדיון הבן · בר מצווה · נישואין
טהרת המשפחה · לוויה · קבורה
שבעה · קדיש · חברה קדישא
זעט אויך
גיור · שומרונים · קראים · מינים
יידן · אנטיסעמיטיזם


חברה קדישא חסד של אמת איז סיי וועלעכע ארגאניזאציע וואס קימערט זיך מיט באגראבן טויטע קערפערס לויט די אידישע טראדיציעס און פאר שריפטן.

עס זענען דא פארשידענע אנדערע מנהגים ווי אזוי פונקטלעך מ'זאל זיך פֿירן מיט א טויטן קערפער איידער מען באגראבט עס.

נאך דער טהרה טוט מען אן דעם מת די תכריכים.

דער נאמען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אין גמרא געפונט מען אז די מענטשן וואס טוהן דאס הייסן מתעסקים (מועד קטן כד:), אדער מיטן נאמען גומלי חסדים (כתובות ח:). פון דא שטאמט לכאורה דער נאמען פאר דער באקאנטער חבורה מתעסקים, אבער דער גאנצער באגריף פון האבן א חברה שטייט ארויס דארט אין דער גמרא (מועד קטן כז:) רב המנונא איז געקומען צו א שטאט האט ער געהערט מען בלאזט שופר מען איז מודיע פאר יעדן עס איז דא א טויטער מענטש און דערנאך גייען אלע מענטשן צו דער ארבעט, האט ער געפרעגט הייתכן פארוואס גייען זיי צו דער ארבעט, מען טאר יעצט נישט ארבעטן עס איז דאך דא א טויטער מענטש יעדער איז מחויב צו טון וואס ער קען אים צו געבן כבוד און באערדיגן, האט מען אים געזאגט "חבורתא איכא במתא" עס איז דא דא א חבורה וואס גיט זיך ספעציעל אפ מיט די זאכן, האט ער געזאגט אי הכי שריא לכו, אויב אזוי מעגט איר. די חבורה ווערט דערמאנט אין די ראשונים ווי אין תשב"ץ סימן י״ג און אין שו"ת הרא"ש כלל י"ג סי י"ג.

איין טעם פארוואס עס הייסט חברה קדישא איז וויבאלד זיי געבן זיך אפ מיט טויטע, און א טויטער מענטש איז מטמא, און וויבאלד מען האט נישט געוואלט זיי רופן חברה למתים המטמא רופט מען זיי מיטן פארקערטן נאמען חברה קדישא (מטעמים דף 91), נאך א טעם קדוש איז אויך טייטש אנגרייטן, וויבאלד זיי גרייטן אהן אלץ פאר דעם טויטן מען זאל אים קענען באערדיגן.

די ארבעט פון דער חברה קדישא[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דער עיקר פראצעדור איז די טהרה, דאס איז וואס מען רייניגט דעם קערפער פֿיזיש. טייל חברה קדישא'ס האבן דעם מנהג צו טובל'ן דעם גוף אין א מקוה בײַ דער טהרה. אנדערע גיסן וואסער מיט א שיעור „תשעה קבין".

אין תשובות חת"ם סופר (או"ח סי' קצ"ג) ווערט דערמאנט דער ציל און די ארבעט פון דער חברה אין פראנקפורט: אזוי ווי עס איז באקאנט ווען איינער שטארבט בעט מען פון אים אסאך געלד, צוליב די קבורה, מען בעט אייביג צו "הב הב", עס איז דא א ווערטל ביי מענטשן "אי אפשר לפתיחת קבר בלי דמים",[1] דעריבער איז איינגעפירט מען זאל שטעלן א חבורה וואס יעדער זאל איינצאלן געלד, און דערפאר וועט ער האבן א זכות צו באקומאן א שטיקל ערד ווי מען זאל אים באערדיגן, מיט דעם געלד וואס מען באקומט העלפט מען ארויס יעדן פון די חבורה אויב ער ווערט קראנק שיקט מען אים א דאקטער, פאר רפואות, דינגען מענטשן זאלן שטיין דארט בשעת יציאת נשמה, זאגן מיט זיי ווידוי, געבן צו עסן ביי די סעודת הבראה, צו טרייסטן, זיך אומקוקן אויף די יתומים.

עס איז א אנגענועמענע זאך ווער עס העלפט נישט צו פאר די חבורה אדער פיזיש מיט זיין גוף אדער מיט זיין געלד האט נישט קיין מיינונג אין די חבורה, ער ווערט באטראכט ווי א פרעמדער מענטש פון אן אנדער שטאט.

אזוי געפונען מיר אסאך סארט מנהגים אין די שו"ת זעט מהר"ם שי"ק יו"ר סי' קע"א, בית נפתלי סי' כ"א.

עס שטייט אין שו"ת רשד"ם יור"ד סי' ק' עס מען מוז געבן כבוד פאר די בעלי חברה קדישא "גדול כבודן של בעל חברה קדישא, ווער ער פארשעמט זיי עונו ישא זיי האבן א דין ווי תלמידי חכמים. עס איז א מנהג צו מאכן א ספעציעלן מי שברך פאר די מענטשן וואס גיבן זיך ספעציעל אפ מיט באערדיגען.{{הערה|מג"א סי' רפ"ד}}

יום הכניסה[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ס'איז א מנהג אין אלע חברה קדישא'ס אז מען באשטימט איין טאג אין יאר אלס יום הכניסה. אין דעם טאג איז מען נוהג:

  • מען זאגט געוויסע סליחות שחרית
  • מען פֿאסט אדער א האלבן טאג אדער א גאנצן טאג
  • מען גייט ארויס אויפן פעלד און מען זאגט א תפילה (טייל האבן דעם מנהג מקיף זיין די קברים בשעת ווען מען זאגט די תפילה) און מען איז בודק צי מען דארף עפעס מתקן זיין די קברים.
  • דער ראש החברה אדער אן אנדערער זאגט דברי מוסר צו די מתעסקים.
  • מען איז מספיד די נפטרים פונעם פארגאנגענעם יאר.

ביינאכט מאכט מען א סעודה סיי פאר די מענער מתעסקים סיי פאר די ווייבער מתעסקים.

הערות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

הרב יחיאל מיכל טוקטשינסקי, גשר החיים

  1. (דער פשוטער פשט אין גמרא איז עס מאכט זיך נישט אויף דאס פאלץ פון ווי דאס קינד קומט ארויס אהן דעם וואס עס זאל ארויס קומען אויך בלוט, דעריבער איז די פרוי דאן טמא, אבער דער ווערטעל איז עס קען נישט זיין אזא זאך אז מען זאל עפענען א גרוב פאר א טויטן מענטשן אהן קיין געלד)