קאנסערוואטיוו יידנטום

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

קאנסערוואטיוו־ייִדנטום (אדער טראדיציאנאל־ייִדנטום) איז א אידישע רעליגיעזע שטרעמונג וואס אנטהאלט איבער מיליאן מיטגלידער. דאס איז איינע דער דריטע גרעסטע אידישע שטרעמונגען פון דער גארער וועלט, נאך די ארטאדאקסן (בערך פיר מיליאן) און די רעפארמער (כמעט צוויי מיליאן). די מערהייט קאנסערוואטיווער זיינען פלאצירט אין די פאראייניקטע שטאטן.

קאנסערוואטיוויזם איז מער ליבעראל אין באציאונג פון ארטאדאקסישן אידנטום. זיי האלטן אז מען דארף איינבייגן די הלכה צו דער נייער צייט, אבער נאך אלס זיינען זיי נישט ווי די רעפארמער וואס זען די הלכה אלס נישט-פארבינדליך.

די שטרעמונג האט זיך אנטוויקלט אין די פאראייניגטע שטאטן אין דעם 19טן יארהונדערט.

לעצטנס האט זיך אנגעהויבן אנטוויקלען ״אפענע ארטאדאקסיע״ וואס איז ענגלעך צו קאנסערוואטיוו יידנטום.

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]