לדלג לתוכן

רעפארם יידנטום

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון רעפארמער)
"ומפני חטאינו". לינקס: אין "סדר העבודה לפי מנהג קהל בית חדש בהאמבורג", ה'תקע"ט, דען ערשטער רעפארם-סידור. רעכטס: מסורתי'שע תפילה.

.

רעפאָרם־אידנטום איז א שטרעמונג פון אידן וואס האלטן נישט פון דער פליכט פון תורה און מצוות.

ביי די ארטאדאקסן ווערט נישט רעפארם פארעכנט אלס א אידישע רעליגיע. אָרטאָדאָקסישע אידן האבן געפירט קאמפן קעגן זיי אמאל ווער עס זאל פארטרעטן די אלגעמיינער אידישקייט.

רעפארם האט זיך אנטוויקלט אין דייטשלאנד אין סוף דעם 18טע י"ה, פון דארט איז דאס אריבער צו מערב אייראפע און נאך דער ערשטער וועלט קריג ווען א סך אידן האבן עמיגרירט צו די פאראייניגטע שטאטן איז דאס אויך דארט שטארק אריין. (די אסימילאציע איז זייער גרויס ביי זיי.)

אין יענער תקופה האבן די אידן באקומען אין אייראפע (גלייכרעכטיקייט), וואס צוליב דעם האט זיך געעפנט פאר זיי דער אפציע פון זיך אסימילירן מיט די גויים. אזעלכע האבן אויסגעקליבן זיך אינגאנצן אריינמישן אין די גוישע וועלט, און אזעלכע האבן אויסגעקליבן צו בלייבן אין דערמיט, וואס פון זיי האט זיך אנטוויקלט דער רעפארם שטרעמונג. איר צוועק איז געווען צו איינהאלטן טאטאלע אסימילאציע. זיי האבן געטוישט מנהגים און תפילות צו אדאפטירן די מאדערענע געפיראכצער.

צווישן זייערע הויפט פרינציפטן:

  • ס'דא אן אייבערשטער
  • דער גרויסער עיקר פון זיי איז, דאס גילוי ה' איז נישט דער ווארטליכע דיקטירונג פון תורה אין סיני, און וואס די שרשרת הקבלה פון תורה שבע"פ איז אויך נישט אמת. עפ"ל, גילוי ה' איז עפעס וואס פאסירט אין די באוואוסטזיין, אזוי ווי א סובייקטיווע (נישט ווארטליכע אונד נישט אקספליצירטע!) השראה צו יעדעם דור און יעדעם איד. די גאנצע תורה, שבכתב ושבע"פ, איז געווען געשריבען פון מענטשען וואס האבן באקומען אזולכע וואגע השראה. פאר דעם ס'דא אזוי פיל אונטערשידן אונד סתירות אינערהאלב די מסורה, און פאר דעם דארף יעדעם דור ענדערן די דת ווי ער וויל, אהן די מעכאניזמן פון הלכה אונד פוסקים. אין דיזעם אספעקט, פון גלויב אויף א "פארטשרייטענדע גילוי" ווי דאס הייסט, האלטען די רעפארמער ווי כריסטליכע ליבעראלע קירכען. זי גלייבען וואס אזאלכע פארשטענדיס לאסט די פראבלעם פון מאדרענן פארשונג אונד קריטיק: אפילו וואס וויסענשאפט האט דעמאנסטרירט דאס די תורה איז געשריבען פון מענטשען איבער לאנגע צייט אונד איז נישט געגעבען פון סיני, מ'קען וייטער גלייבן וואס די תורה קומט פון דעם אייבערשטער.[1]
  • ס'נישטו א משיח עפ"ל, און בית המקדש ווירד נישט געבויט אין ירושלים, און ס'נישט זיין קיין קיבוץ גלויות.
  • ס'וועט נישט זיין תחיית המתים, אונד ס'נישטו מלאכים. די רעפארמער, באאיינפלוסט פון מאדערנען פארשונג, גלייבן אז מלאכים און תחיית המתים זענען געקומען אונז די מסורה פון די אלט-פערסישע רעליגיאן.
  1. א גוטע ערקלערונג איבער דער פארשטענדיס פון גילוי ה' אין דען פארשידענע שטראמונגען, אויף ענגליש.