פראנקפורט

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
פראנקפורט (שטאָט)
Frankfurt am Main
Flag of Frankfurt am Main.svg Wappen-frankfurt.png
Skyline Frankfurt am Main.jpg
פראנקפורט הימל־ליניע
מדינה / טעריטאריע Flag of Germany.svg דייטשלאנד
קאארדינאטן 50°6′42″N 8°41′9″E / 50.11167, 8.68583קאארדינאטן: 50°6′42″N 8°41′9″E / 50.11167, 8.68583
בירגערמייסטער פעטער פעלדמאן
שטח 248.31 קוואדראט ק"מ
הייך 112 מעטער
באפעלקערונג (2012)

 ‑ אין שטאָט
 ‑ ענגקייט

687,775‏
2,770 באוואוינער א ק"מ2

פֿראנקפֿורט אם מיין (דייטשיש: Frankfurt am Main; אין ספרים פרנקפורט דמיין אדער פפד"מ) איז די גרעסטע שטאט אין העסע, דייטשלאנד, און די פינפטע גרעסטע שטאט אין דייטשלאנד, מיט א באפעלקערונג פון 687,775 (2012). די שטאט געפינט זיך אויף די ברעגן פונעם מיין, א בייטייך פונעם ריין.

פראנקפורט איז דער פינאנציעלער צענטער פון דייטשלאנד. אויך געפינט זיך דארטן דער אייראפעישער צענטראלער באנק.

אין די ספרים ווערט זי גערופן "פראנקפורט דמיין", ווייל עס איז אויך דא א באקאנטע שטאט פראנקפורט דאדר.

עקאנאמיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

מיט א קאנצענטראציע פון פינאנציעלע אינסטיטוציעס, איז פראנקפורט איינער פון דער וועלטס וויכטיקסטע פינאנציעלע צענטערס, און דער פירנדיקער פינאנציעלער צענטער אין דייטשלאנד, מיט מינכן א שטיק וועג דער צווייטער.

צענטראל־בענק[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

פראנקפורט איז די היים פון צוויי וויכטיקע צענטראל־בענק.

  • אייראפעישער צענטראל־באנק

דער אייראפעישער צענטראל־באנק (Europäische Zentralbank) איז איינער פון די וויכטיקסטע צענטראלע בענק אין דער וועלט. דער באנק באשטימט די געלט־פאליטיק פאר דער אייראזאנע, וואס באשטייט פון 18 אייראפעישער פארבאנד מיטגלידשטאַטן וואס האבן אדאפטירט דעם איירא (€) ווי זייער געמיינזאמע וואלוטע און איינציקער לעגאלער אנבאט. זייט זיין גרינדונג אין 1998 געפינען זיך די הויפטקווארטיר פונעם באנק אינעם אייראטורעם ביי ווילי־בראנד־פלאץ און, צוליב א מאנגל אין פלאץ, אויך אין נאך צוויי הויכע ביורא געביידעס אין פראנקפורטס פינאנציעלן דיסטריקט.

די שטאט פון פראנקפורט ערט די וויכטיקייט פונעם באנק מיטן אפיציעלן סלאגן "די שטאט פונעם איירא" זייט 1998.

  • דייטשער פעדעראלער באנק

דער דייטשער פעדעראלער באנק (Deutsche Bundesbank), פלאצירט אין באקנהיים, איז געגרינדעט געווארן אין 1957 ווי דער צענטראלבאנק פאר דער פעדעראלער רעפובליק פון דייטשלאנד.

אידן אין פראנקפורט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין פראנקפורט געפינט זיך דער אידישער בית החיים, וואס עס ליגן אין אים די גרויסע באקאנטע אידן ווי דער פני יהושע, רב שמואל שאטין, רבי נתן אדלער (דער רבי פונעם חת"ם סופר), די מאמע פון חת"ם סופר, און נאך, אבער דער בית החיים איז איבערגעווארפן געווארן ביים צווייטן וועלט קריג, עס איז דא בלויז א צוים ארום דעם פלאץ פונעם בית החיים, און אויך אסאך מצבות זענען דערין, אבער זיי זענען נישט אויף זייער ארגינאלן פלאץ.

עס איז אינטערעסאנט די צוים פונעם בית החיים אין פראנקפורט, עס איז ארום גענומען מיט זעקס מיליאן קליינע שטיינער, און יעדע שטיינדל איז צום געדענקען אויף איינעם פון די זעקס מיליאן קדושים וואס נאצי-דייטשלאנד האט געמארדעט.

צווילינג שטעט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דרויסנדיגע פארבינדונג[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]