לדלג לתוכן

מיטגלידשטאט פונעם אייראפעישן פארבאנד

פֿון װיקיפּעדיע
די מיטגלידשטאטן פונעם אייראפעישן פארבאנד געוויזן העל ברוין.

א מיטגלידשטאַט פונעם אייראפעישן פֿאַרבאַנד איז איינער פון די 28 לענדער וואס האט זיך באטייליקט אינעם אייראפעישן פארבאנד (EU) זייט זיין גרינדונג אין 1958 ווי די אייראפעישע עקאנאמישע געמיינדע (EEC). פון אן אנהייב מיטגלידשאפט פון זעקס שטאטן, איז ער פארגרעסערט געווארן פינף מאל. די גרעסטע פארגרעסערונג איז געווען דעם 1טן מיי 2004, ווען צען לענדער האבן זיך אריינגעטראטן. דער לעצטער מיטגליד איז געווען קראאטיע אין 2013.

איידער א שטאט קען זיך אריינטרעטן אינעם אייראפעישן פֿאַרבאַנד, מוז ער זיך צופאסן צו די עקאנאמישע און פאליטישע געביטן וואס מ'רופט די "קאפנהאגענער קריטעריעס". ד"ה דאס לאנד דארף זיין דעמאקראטיש פון א פרייען מארק און רעספעקט פאר דער הערשאפט פון געזעץ. בכדי א נייער שטאט זאל ווערן א מיטגליד פאדערט די הסכמה פון אלע מיטגליד שטאטן ווי אויך דער אייראפעישער פארלאמענט.

דער אייראפעישער פאן פֿאכעט אינדרויסן פונעם לידס ראטהויז אין לידז, ענגלאנד.
פֿאָן שטאַט אפיציעלער נאמען אריינטריט באפעלקערונג הויפטשטאָט MEPs
אונגארן רעפובליק פון אונגארן 1טן מיי 2004 10,075,034 בודאפעשט 24
איטאליע איטאליענישע רעפובליק 25סטן מערץ 1957 58,751,711 רוים 78
אירלאנד אירלאנד 1טן יאנואר 1973 4,234,925 דובלין 13
בולגאריע רעפובליק פון בולגאריע 1טן יאנואר 2007 7,679,290 סאפיע 18
בעלגיע קעניגרייך פון בעלגיע 25סטן מערץ 1957 10,274,595 בריסל 24
גריכנלאנד העלענישע רעפובליק 1טן יאנואר 1981 10,645,343 אטען 24
דייטשלאנד פעדעראלע רעפובליק פון דייטשלאנד 25סטן מערץ 19571 83,251,851 בערלין 99
דענמארק קעניגרייך פון דענמארק 1טן יאנואר 19732 5,368,854 קאפנהאגן 14
האלאנד נידערלאנדן 25סטן מערץ 1957 16,318,199 אמסטערדאם 27
טשעכיי טשעכישע רעפובליק 1טן מיי 2004 10,256,760 פראג 24
לעטלאנד רעפובליק פון לעטלאנד 1טן מיי 2004 2,366,515 ריגע 9
ליטע רעפובליק פון ליטע 1טן מיי 2004 3,382,041 ווילנע 13
לוקסעמבורג גרויסהערצאגשאט פון לוקסעמבורג 25סטן מערץ 1957 448,569 לוקסעמבורג 6
מאלטא רעפובליק פון מאלטא 1טן מיי 2004 397,499 וואלעטא 5
סלאוואקיי סלאוואקישע רעפובליק 1טן מיי 2004 5,422,366 בראטיסלאווא 14
סלאוועניע רעפובליק פון סלאוועניע 1טן מיי 2004 1,932,917 ליובליאנא 7
עסטרייך רעפובליק פון עסטרייך 1טן יאנואר 1995 8,169,929 ווין 18
עסטלאנד רעפובליק פון עסטלאנד 1טן מיי 2004 1,415,681 טאלין 6
פארטוגאל פארטוגעזישע רעפובליק 1טן יאנואר 1986 10,084,245 ליסבאן 24
פוילן רעפובליק פון פוילן 1טן מיי 2004 38,625,478 ווארשע 54
פינלאנד רעפובליק פון פֿינלאנד 1טן יאנואר 1995 5,157,537 העלסינקי 14
פראנקרייך פראנצויזישע רעפובליק 25סטן מערץ 1957 59,765,983 פאריז 78
ציפערן רעפובליק פון ציפערן 1טן מיי 2004 835,000 ניקאסיע 6
קראאטיע רעפובליק פון קראאטיע 1טן יולי 2013 4,290,612 זאגרעב 12
רומעניע רומעניע 1טן יאנואר 2007 21,698,181 בוקארעסט 35
שוועדן קעניגרייך פון שוועדן 1טן יאנואר 1995 9,090,113 שטאקהאלם 19
שפאניע קעניגרייך פון שפאניע 1טן יאנואר 1986 44,708,964 מאדריד 54

1 דעם 3טן אקטאבער, 1990, די שטאטן פון דער געוועזענער דייטשער דעמאקראטישער רעפובליק האט זיך פארבונדן מיט דער פעדעראלער רעפובליק פון דייטשלאנד, און אויז אזוי געווארן אויטאמאטיש א טייל פונעם EU.
2 גרינלאנד האט פארלאזט די געמיינדע אין 1985.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: מיטגלידשטאט פונעם אייראפעישן פארבאנד