עסטרייך

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
רעפובליק פון עסטרייך
Republik Österreich
פאן
סימבאָל
פֿאָן הערב
נאציאנאלע זינגליד: לאנד פון בערג, לאנד ביים טייך
אָרט פֿון
קאנטינענט אייראפע
אפיציעלע שפראך דייטשיש
הויפטשטאט ווין 48°12′N 16°21′E / 48.200°N 16.350°E / 48.200; 16.350


רעגירונג פעדעראלע פארלאמענטארע רעפובליק
פרעזידענט
פרעמיער מיניסטער
היינץ פישער
ווערנער פיימאן
גרינדונג דאטום
27סטן יולי 1955
פלאך מאס
וועלט גראדונג פלאך
פראָצענט וואסער
83,872 קוואדראט ק"מ
115
1.7
באפעלקערונג
- צאל
- וועלט גראדונג
- ענגקייט

8,602,112
94
101.4 מענטשן פאר אַ ק"מ
פראדוקט ווערדע $402.420 ביליאן (35סט)
וואלוטע איירא
צייט זאנע צענטראלע אייראפעישע צייט
אינטערנעט דאמען at.
טעלעפאן קאד 43ז+

דאס עסטרײַך (דײַטשיש: Österreich) , אפיציעל די רעפובליק פון עסטרייך (דײַטשיש: Republik Österreich) איז אַ פעדעראלע רעפובליק וואס איז א לאנד איינגעשלאסן לאַנד אין צענטראל-אײראָפּע. זיין הויפטשטאָט איז וויען. עס וואוינען דאָרט מער ווי 8.5 מיליאָן מענטשן, פון זיי עטליכע טויזנט יידן. (רוב פון די אידן וואוינען אין דער הויפטשטאט וויען). עסטרייך גרענעצט מיט אכט לענדער: דייטשלאנד און טשעכיי פון דרום, סלאוואקיי און אונגארן פון מזרח, סלאוועניע און איטאליע פון דרום, און שווייץ און ליכטנשטיין פון מערב. עסטרייך באדעקט א שטח פון 83,879 קוואדראט ק"מ. דאס לאנד ליגט אין די אלפן און איז איבעראל בערגיק; נאר 32% פון לאנד איז נידריגער ווי 500 מעטער, און דער העכסטער פונקט איז 3,798 מעטער איבערן ים־פלאך. די מערהייט פון דער באפעלקערונג רעדט א בייערישן דיאלעקט פון דייטש ווי זייער מוטערשפראך, און די אפיציעלע שפראך איז עסטרייכישע דייטש. אויך אונגאריש און סלאוועניש זענען אפיציעלע שפראכן אין טייל פון לאנד.

עסטרייך האט א היסטאריע וואס גייט צוריק מער ווי טויזנט יאר, פונעם 9טן יארהונדערט. אין דעם 19טן יארהונדערט האט געהערשט אין עסטרייך די האפסבורג דינאסטיע, און עסטרייך איז געווארן איינער פון די גרויסער קראפטן פון אייראפע. אין 1867, האט דער קייסער פראנץ יאזעף פארוואנדלט די עסטרייכישע אימפעריע אין דער עסטרייך־אונגארישער אימפעריע. די עסטרייך־אונגארישע אימפעריע איז איינגעפאלן אין 1918 ביים סוף פון דער ערשטער וועלט מלחמה. די ערשטע עסטרייכישע רעפובליק איז געגרינדעט אין 1919, מיט א קלענערן שטח לאנד. אין 1938 האט עסטרייך זיך באהאפטן צו נאצי דייטשלאנד אינעם אנשלוס, וואס האט געצויגן ביז דער ענדע פון דער צווייטער וועלט מלחמה אין 1945, ווען די אליאירטע כוחות האבן אקופירט דאס לאנד. די אקופאציע האט געענדיגט אין 1955 ווען דער עסטרייכישער שטאַט אפמאך האט ווידער אויפגעשטעלט עסטרייך ווי א סואוורענער שטאַט. אין יענעם יאר האט דער עסטרייכישער פארלאמענט דערקלערט די אייביגע נייטראלקייט פון עסטרייך.

היינט איז עסטרייך א פארלאמענטארע דעמאקראטיע וואס באשטייט ניין פעדעראלע שטאטן. די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז ווין, מיט א באפעלקערונג העכער פון 1.7 מיליאן. עסטרייך איז איינע פון די רייכסטע לענדער אין דער וועלט, מיט א ברוטא אינלענדישן פראדוקט א מענטש פון $52,216 (געשאצט 2014). דאס לאנד האט א הויכן לעבן סטאנדארט. עסטרייך איז א מיטגליד פון די פאראייניגטע פעלקער זייט 1955, פונעם אייראפעישן פארבאנד זייט 1995, און האט אדאפטירט די אייראפעאישע וואלוטע , די איירא, אין 1999.

עסטרייך געהערט צו דער שענגען זאנע. אזוי אויך געהערן אלע שכנותדיקע לענדער, קומט אויס אז ביי די גרענעצן פון עסטרייך עקסזיסטירט נישט קיין קאנטראל.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אין יאר 788 האט קארל דער גרויסער איינגענומען דעם שטח וואס איז היינט עסטרייך. דעם נאמען עסטרייך טרעפט מען צום ערשטן מאל אין 996, געשריבן Ostarrîchi. אין 1156 איז עסטרייך געווארן א הערצאגשאפט. נאכן טויט פון פרידריך דער צווייטער אין 1246, האט אטאקאר דער צווייטער פון בעהמען באקומען הערשאפט איבער די הערצאגשאפטן פון עסטרייך, סטיריע און קארינטיע. אין 1278 האט אים געזיגט רודאלף וואן האפסבורג. פון דעמאלסט אן ביז דער ערשטער וועלט-מלחמה איז עסטרייך געבליבן אין די הענט פון דער האפסבורג דינאסטיע.

אין 1908 האט עסטרייך אנעקסירט באסניע און הערצעגאווינע. ווען דער ארציהערצאג פראנץ פערדינאנד איז דערהרגעט געווארן אין סאראיעווא אין 1914 דורך א באסנישן סערב, איז דאס געווען א תירוץ פאר עסטרייך־אונגארן פארן עסטרייכער קייסער צו פראקלאמירן מלחמה קעגן סערביע, און דורך דעם האט אויסגעבראכן די ערשטע וועלט-מלחמה, וואס ביי איר סוף איז די עסטרייך־אונגארישע אימפעריע צעטיילט געווארן. מער ווי איין מיליאן עסטרייך־אונגארישע זעלנער זענען אומגעקומען ביי דער ערשטער וועלט-מלחמה.

נאך א רעפערענדום אין 1994 איז עסטרייך געווארן א מיטגליד אינעם אייראפעישן פארבאנד דעם 1טן יאנואר 1995.

פאליטיק[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דער עסטרייכישער פארלאמענט געפינט זיך אין וויען, די גרעסטע שטאט און הויפטשטאט פון לאנד. עסטרייך איז געווארן א פעדעראלע, פארלאמענטארע, דעמאקראטישע רעפובליק דורך דער פעדעראלע קאנסטיטוציע פון 1920. די פאליטישע סיסטעם פון דער צווייטער רעפובליק מיט ניין שטאטן איז באזירט אויף דער קאנסטיטוציע פון 1920 און 1929, וואס איז ווידערמאל איינגעפירט געווארן דעם 1טן מיי 1945.

אדמיניסראטיווע אפטיילונגען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

עסטרייך איז א פעדעראלע רעפובליק, וואס איז צוטיילט אין ניין לענדער (דייטשיש: Bundesländer).[1] די שטאטן זענען צעטיילט אין באצירקן (Bezirke) און סטאטואר-שטעט (Statutarstädte). דיסטריקטן זענען צעטיילט ווייטער אין געמיינדעס (מוניציפאליטעטן) (Gemeinden). Statutory Cities have the competencies otherwise granted to both districts and municipalities. די לענדער זענען נישט סתם אדמיניסטראטיווע אפטיילונגען נאר זיי האבן some legislative authority distinct פון דער פעדעראלער רעגירונג, צו ביישפיל אין ענינים פון קולטור, social care, יוגנט און נאטור שיצן, hunting, בויען, and zoning ordinances. מען שמועסט היינט צי ס'איז כדאי פאר א קליין לאנד צו האבן צען פארלאמענטן.

לאנד הויפטשטאט שטח
(ק"מ2)
באפעלקערונג
(1טן אפריל 2015)!
GDP (איירא)
(2012 אייראסטאט)
GDP פער מענטש
בורגנלאנד אייזנשטאט 3,965 288,472 7.311 ביליאן 25,600
קארינטיע קלאגנפורט 9,536 557,754 17.62 ביליאן 31,700
נידער-עסטרייך סאנקט פעלטן 19,178 1,638,618 49.75 ביליאן 30,800
זאלצבורג זאלצבורג 7,154 539,612 23.585 ביליאן 44,500
סטיריע גראץ 16,401 1,222,326 40.696 ביליאן 33,600
טיראל אינסברוק 12,648 730,444 28.052 ביליאן 39,400
אויבער-עסטרייך לינץ 11,982 1,439,592 53.863 ביליאן 38,000
ווין 415 1,805,681 81.772 ביליאן 47,300
פאראלבערג ברעגענץ 2,601 379,613 14.463 ביליאן 38,900

[2]

געאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דאס לאנד עסטרייך איז מערסטנס בערגיק אזוי ווי א גרויסער טייל פונעם לאנד ליגט אין די אלפן. פונעם גאנצן שטח פון עסטרייך (84,000 קוואדראט ק"מ) נאר 32% געפינט זיך נידעריגער פון 500 מעטער.

עסטרייך ליגט צווישן גארטל ליניעס 46º און 49º צפון, און צווישן די מערידיאנען 9º און 18º מזרח.

62% פונעם לאנד געהערט צו די מזרח אלפן. דער העכסטער בארג אין עסטרייך איז גרויסגלאקנער (3,798 מעטער).

רעגירונג[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דער עסטרייכער פארלאמענט איז פלאצירט אין וויען, דעם לאנד'ס גרעסטע שטאט און הויפטשטאט. עסטרייך איז געווארן א פעדעראלע, פארלאמענטארישע, דעמאקראטישע רעפובליק מיט דער קאנסטיטוציע פון 1920, וואס איז אריינגעפירט געווארן ווידעראמאל דעם 1טן מיי 1948.

דער ראש־מלוכה איז דער פֿעדעראלער פרעזידענט (Bundespräsident בונדעספרעזידענט) וואס ווערט געוויקלט גראד דורך דער באפעלקערונג.

עקאנאמיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

עסטרייך איז דאס צוועלפטע רייכסטע לאנד לויטן ברוטא אינלענדישן פראדוקט א מענטש, האט א גוט־אנטוויקלט סאציאל-מארק עקאנאמיע און א הויכן לעבן-סטאנדארט. ביז די 1980ער יארן זענען געווען א סך פון די אינדוסטריע-פירמעס נאציאנאליזירט, אבער אין די לעצטיקע יאר איז אדורך א פריוואטיזאציע ביז די פראפארציע פון פירמעס וואס געהערן צו דער מדינה איז ענלעך צו אנדערע אייראפעאישע עקאנאמיעס. אינטערנאציאנאלער טוריזם איז אויך א וויכטיקער טייל פון דער נאציאנאלער עקאנאמיע.

היסטאריש איז דער גרעסטער האנדל שותף פון עסטרייך געווען דייטשלאנד אבער זיינעדיק א מיטגליד אין אייראפעאישן פארבאנד האט זיך אנטוויקלט פארבינדונגען מיט אנדערע אייראפעאישע מארקן, און עסטרייך איז געווארן ווייניקער אפהענגיק אויף דייטשלאנד.

טוריזם ברענגט אריין 9% פונעם ברוטא אינלענדישן פראדוקט פון עסטרייך. אין 2007 האט טוריזם אריינגעברענגט US$ 18.9 ביליאן, דאס 9טע מערסטע אין דער וועלט.

ענערגיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אין 1972 האט עסטרייך אנגעהויבן בויען א קערנדיקע קראפט עלעקטריע גענערירן סטאנציע ביי צווענטנדארף אויפן דוניי מיטן איינשטימיגן באשלוס פון פארלאמענט. אבער אין 1978 האט מען געוויילט אין א רעפערענדום 49.5% פאר קערנדיקער קראפט און 50.5% דערקעגן, נאכדעם האט פארלאמענט באשלאסן נישט צו גענערירן עלעקטריע פון דער סטאנציע וואס מ'האט ערשט געענדיקט.

העלפט פון עסטרייכ׳ס עלעקטריע ווערט געשאפן דורך וואסערקראפֿט.

דעמאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די באפעלקערונג פון עסטרייך איז געשיצט געווארן אין יולי 2015 צו 8,623,073.] די באפעלקערונג פון דער הויפטשטאט ווין איז מער ווי 1.8 מיליאן.

ווין איז אוודאי די גרעסטע שטאט אין עסטרייך. נאכדעם קומען גראץ, מיט 265,778 איינוואוינער, לינץ (191,501), זאלצבורג (145,871), און אינסברוק (122,458). אלע אנדערע שטעט האבן ווייניגער ווי 100,000 איינוואוינער.

אין 2010 האט עסטרייך געהאט 1.27 מיליאן באוואוינער וואס זענען געבוירן אין אויסלאנד, וואס איז 15.2% פון דער גארער באפעלקערונג. פון זיי, זענען 764,000 (9.1%) געבוירן ת אינדרויסן פונעם אייראפעישן פארבאנד און 512,000 (6.1%) זענען געבוירן געווארן אין אן אנדער א״פֿ מיטגליד שטאט.

שפראך[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דייטש איז די אפיציעלע שפראך פון עסטרייך און, לויטן 2001 צענזוס, ווערט גערעדט דורך 88.6% פון דער באפעלקערונג ווי מוטערשפראך — נאכהער קומט טערקיש (2.3%), באסניש (2.2%), סערביש (1.9%), ענגליש (0.7%), אונגאריש (0.5%), קראאטיש (0.4%), פויליש (0.4%), אלבאניש (0.3%), סלאוועניש (0.3%), טשעכיש (0.2%), אראביש (0.2%) און רומעניש (0.2%).[3]

שטעט[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

גרעסטע שטעט אין עסטרייך
נומער נאמען צאל איינוואוינער פעדעראלע לאנד
1991 2001 2015
1. ווין 1,539,848 1,550,123 1,794,770 ווין
2. גראץ 237,810 226,244 273,838 שטיריע
3. לינץ 203,044 183,504 198,181 אויבער-עסטרייך
4. זאלצבורג 143,978 142,662 148,256 זאלצבורג
5. אינסברוק 118,112 113,392 126,851 טיראל
6. קלאגנפורט 89,415 90,141 97,827 קארינטיע
7. פילאך 54,640 57,497 60,480 קארינטיע
8. וועלס 52,594 56,478 59,853 אויבער-עסטרייך
9. סאנקט פעלטן 50,026 49,121 52,716 אונטער-עסטרייך
10. דארנבירן 40,735 42,301 47,420 פארארלבערג

קולטור[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

מוזיק[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

היסטאריש האט עסטרייך שיין בייגעשטייערט צו פארשידענע סארטן קונסט, ספעציעל מוזיק. אין עסטרייך זענען געבוירן געווארן די בארימטע קאמפאזיטארן יאזעף היידן, מיכאל היידן, פראנץ ליסט, פראנץ שובערט, אנטאן ברוקנער און יאהאן שטרויס דער פאטער און יאהאן שטראוס דער זון. אין זאלצבורג, דעמאלסט אן אומאפהענגיקער פרינציפאליטעט אבער הײַנט א טייל פון עסטרייך, איז געבוירן געווארן וואלפגאנג אמאדעוס מאצארט.

קונסט און ארכיטעקטור[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ספארט[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. עסטרייך. וועלט פאקטבוך. Central Intelligence Agency (‏14סטן מיי 2009). ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם ‏10טן יוני 2009. דערגרייכט דעם ‏31סטן מיי 2009.
  2. http://appsso.eurostat.ec.europa.eu/nui/submitViewTableAction.do
  3. Die Bevölkerung nach Umgangssprache, Staatsangehörigkeit und Geburtsland (PDF). Statistik Austria. דערגרייכט דעם ‏17טן נאוועמבער 2010.