סלאוואקיי

פֿון װיקיפּעדיע
סלאוואקישע רעפובליק
Slovenská republika
פאן
סימבאָל
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פֿון
קאָנטינענט אייראפע
אָפֿיציעלע שפּראַך סלאוואקיש
הויפּטשטאָט בראטיסלאווא
רעגירונג
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
איוואן גאשפאראוויטש
גרינדונג דאַטום
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
49,035 קוואַדראַט ק"מ
131סט
נישטיק
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט



מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $126.9 ביליאן (2011)‏[1] (63סט)
וואַלוטע איירא
צײַט זאָנע +1
אינטערנעט דאָמען sk.
טעלעפֿאָן קאָד 421+

סלאָװאַקײַ אָדער סלאָוואַקיע[2] (סלאוואקיש: Slovensko), אפיציעל סלאוואקישע רעפובליק, איז אַ לאַנד אין צענטראַל אײראָפּע וואס איז לאנד איינגעשלאסן. איר הױפּטשטאָט איז בראַטיסלאַװאַ (פרעשבורג) און איר באפעלקערונג איז העכער פון פינף מיליאן.

סלאוואקיי איז א מיטגליד אין דעם אייראפעישן פארבאנד, נאט"א און די פאראייניקטע פעלקער.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

סלאוואקיי איז געווארן א טייל פונעם קעניגרייך פון אונגארן אין דעם 10טן יארהונדערט. יידן האבן אנגהויבן זיך באזעצן אין סלאוואקיי אין דעם 14טן יארהונדערט.

אין 1918 איז סלאוואקיי געווארן א טייל פונעם נייעם לאנד טשעכאסלאוואקיי.

געאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער צפון טייל פון לאנד איז באדעקט מיט די קארפאטישע בערג. די הויפט טייכן זענען די דוניי, דער וואג און דער גראן.

רעליגיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די קאנסטיטוציע גאראנטירט פרייהייט פון רעליגיע. 60.4% פון סלאוואקן האלטן זיך פאר קאטאליקן, 9.6% אומרעליגיעז אדער אטעאיסטיש, 6% פראטעסטאנטן און 5% פראוואסלאוונע.[3] פארן צווייטן וועלט קריג האבן געוואוינט אין סלאוואקיי אומגעפער 90,000 יידן (1.6% פון דער באפעלקערונג). נאך דער שחיטה וואס די נאציס האבן דורכגעפירט, בלייבן נאר 2,300 יידן (.04% פון דער באפעלקערונג).[4]

פאליטיק[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער ראש מלוכה פון סלאוואקיי איז דער פרעזידענט (היינט איוואן גאשפאראוויטש), וואס מען וויילט אויף א קאדענץ פון פינף יאר.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. CIA וועלט פאקטבוך
  2. https://en.m.wiktionary.org/wiki/סלאָוואַקיע
  3. Lahmeyer, Jan (2004). Slovakia Statistics. Populstat Website. דערגרייכט דעם 4טן דעצעמבער 2009.
  4. Vogelsang, Peter; Brian B. M. Larsen (2002). Deportations. The Danish Center for Holocaust and Genocide Studies. דערגרייכט דעם 26סטן אפריל 2008.