צפון מאקעדאניע

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון צפון-מאקעדאניע)
רעפובליק פון צפון־מאקעדאניע
Република Северна Македонија
פאן {{{נאמען}}}
פאן {{{נאמען}}}
סימבאָל {{{נאמען}}}
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד: {{{זינגליד}}}
אָרט פֿון {{{נאמען}}}
אָרט פֿון {{{נאמען}}}
קאָנטינענט אייראפע
אָפֿיציעלע שפּראַך מאקעדאניש
אלבאניש
הויפּטשטאָט סקאפיע 42°0′N 21°26′E / 42.000°N 21.433°E / 42.000; 21.433
רעגירונג פארלאמענטארישע רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
סטעווא פענדאראווסקי
דימיטאר קובאצ׳עווסקי
גרינדונג דאַטום
8.9.1991
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
25,713 קוואַדראַט ק"מ
145
1.9
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

1,836,713 (2021)
122
80.1 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע ביליאן $49.9
וואַלוטע מאקעדאנישער דענאר MKD
צײַט זאָנע UTC+1
אינטערנעט דאָמען mk.
טעלעפֿאָן קאָד 389+

צפֿון־מאַקעדאָניע (מאקעדאניש: Македонија), אפיציעל די רעפובליק פון צפון־מאקעדאניע (Република Северна Македонија, רעפובליקאַ מאַקעדאניאַ [rɛˈpublika makɛˈdɔnija]) איז א לאנד אין דעם צענטראלן באלקאנער האלבאינזל אין דרום-מזרח אייראפע. זי איז איינע פון די נאכפאלג לענדער פון דער אמאליגער יוגאסלאוויע, פון וועלכער זי האט פראקלאמירט זעלבשטענדיקייט אין 1991. א לאנד איינגעשלאסן לאנד, מאקעדאניע גרענעצט סערביע צו צפון, בולגאריע צו מזרח, גריכנלאנד צו דרום און אלבאניע צו מערב.[1] זי באשטייט בערך די צפון־מערב העלפט פון דעם גרעסערן געאגראפישן ראיאן פון מאַקעדאָניע, וואָס נעמט איין אויך טיילן פון גריכנלאנד און בולגאַריע.

די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז סקאָפּיע, מיט 506,926 באוווינער לויטן 2002 צענזוס. אנדערע שטעט זענען כולל ביטאלע, קומאנאווא, פרילעפ, טעטאווא, אהריד, וועלעס, שטיפ, קאטשאני, גאסטיוואר און סטרומיקע.

צפון־מאקעדאניע האט מער ווי 50 אזערעס און זעכצן בערג העכער ווי 2000 מעטער.

צפון־מאקעדאניע איז געווארן אַ מיטגליד פון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער אין 1993 אָבער, צוליב אַ פּאָלעמיק מיט גריכנלאנד וועגן דעם נאָמען, האט מען זי אריינגלאזט מיטן פראוויזארישן נאמען די געוועזענע יוגאסלאווישע רעפובליק פון מאַקעדאָניע.[2][3] אויך איז צפון־מאקעדאניע א מיטגליד אינעם אייראפע-ראט. זייט דעצעמבער 2005 קאנדידירט זי צו ווערן א מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד, און האט זיך געוואנדן צו ווערן א מיטגליד אין נאַטאָ.


רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. The Republic of Macedonia – BASIC FACTS, Republic of Macedonia, Ministry of foreign affairs
  2. United Nations, A/RES/47/225, 8 April 1993
  3. United Nations Security Council Resolutions 817 of 7 April and 845 June 18 of 1993, see UN resolutions made on 1993