וואסער

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
א טראפ וואסער

וואסער פארנעמט ניינציג פראצענט פונעם מענטש'ס קערפער. עס דער סאמע קריטישסטער וויכטיגסטער באשטאנדטייל וואס דער קערפער מוז דאס האבן.

עס איז א כעמישע קאמבינאציע פון הידראגען (וואסערשטאף) מיט איין אטאם פון אקסיגען. זיין כעמישע סימבאל איז H2O. דאס באדייט 2 אטאמען פון הידראגען און איין אטאם פון אקסיגען.

ריין טרינקוואסער איז נייטיג פאר מענטשן און אלע לעבעדיקע באשעפענישן. במשך די לעצטיגע צענדליקער יארן איז זיכער טרינקוואסער געווארן מער צו באקומען אין כמעט אלע לענדער פון דער וועלט.

וואסער שפילט א חשובע ראלע אין דער וועלט עקאנאמיע און ווערט געניצט אין אסאך אינדוסטריעס. בערך 70% פון פרישוואסער ווערט געברויכט אין לאנטווירטשאפט.

ווען מען וויל רייניגען וואסער, לייגט מען צו א כעמיקאל וואס הייסט "אזאן", דאס באשטייט פון 3 אטאמען פון אקסיגען, דעמאלטס ווערט דאס וואסער פאר א קורצע צייט H2O4, און עס ווערט געצנליך אויסגערייניגט, דערנאך וועפט אויס דער אזאן כעמיקאל, און דאס וואסער ווערט צוריק איר געהעריגע באשטאנדטייל פון H2O, אבער גענצליך ריין.

אויף דער ערד פלאנעט, ווען וואסער איז נידריקער פון 0 גראד צעלזיוס ווערט זי אייז, און ווען די וואסער איז העכער פון 100 גראד צעלזיוס ווערט זי פארע.

וואסער באדינט דעם מענטש צו:

  • טרינקען
  • וואשן דעם קערפער אדער רייניקן
  • קאכן
  • אנטרינקען פלאנצונגען
  • אפקילן און ווארעמען
  • צעשמעלצן (אויסלייזן)
  • נאוויגאציע אויפן ים
  • ארויסגעבן ענערגיע
  • שווימען
  • אונטערשווימונג
  • אויסלעשן פייער
Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: וואסער