פאן

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
פאן

פאן איז א שטיקל געוועבטער שטאף וואס פלאטערט אויף א זייל אדער סיי ווי ארויפגעלייגט, בדרך כלל אנצווייזן א צייכן פון אידענטיטעט אלס סימבאל פון א מדינה אדער פארטיי א.א.וו.

פון אנפאנג אן איז איר עיקר ציל געווען צו נוצן דאס פון די זעלנער אין מיליטער זיך צו אינדעטיפיצירן אלס זייער לאנד אין מלחמה צו קענען קאראדענירן דעם שלאכט דורך וויסן ווער איז דער שונא און ווער פון די אייגענע.

היינט צוטאגס טוען פענער אויך דינען אלס קאמוניקאציע צו אריבערפירן מעסעדזשעס אדער עדווערטייזונג, אדער צו באצירען אבער דער עיקר דינסט איז אידענטיפיקאציע מיט שטאלץ ארויסציווייזן לאיאליטעט און פאטריאטישקייט. די עלטסטע פאן וואס איז נאך אין באנוץ אויף דעם ציל איז די דענמארק פאן נאך פון פערצנטן יארהונדרערט.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

כאטשיג פאָנען זענען געווען אין באנוץ פון שטענדיג אן נאך אין די אור-אלטע קולטור, ווי צום ביישפיל טרעפן מיר אין דער תורה אז די אידן האבן געהאט פענער לויט די שבטים. איז אבער איר באנוץ נישט אריין אין קראפט אלס מדינות אידענטיפיקאציע ביז אין פופצנטן יארהונדערט ווען מען האט אנגעהויבן צו מאכן גרעניצען אויף ים און יעדע מדינה האט אנגעהויבן צו האבן שיפן האט זיך אויסגעפעלט גרויסע סימבאלן צו אידענטיפיצירן וועמען'ס שיף איז וועמען'ס פון דערווייטענס.