רומעניע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

רומעניע
פאן רומעניע
סימבאָל רומעניע
פֿאָן הערב
נאציאנאלע זינגליד: דעשטיאַפּטע־טע, ראָמונע (Deșteaptă-te, Române)
אָרט פֿון רומעניע
קאנטינענט אייראפע
אפיציעלע שפראך רומעניש
הויפטשטאט בוקארעשט
רעגירונג
פרעזידענט
פרעמיער מיניסטער

גרינדונג דאטום
פלאך מאס
וועלט גראדונג פלאך
פראָצענט וואסער
238,391 קוואדראט ק"מ
[[ליסטע פון לענדער לויט שטח|]]
3%
באפעלקערונג
- צאל
- וועלט גראדונג
- ענגקייט



מענטשן פאר אַ ק"מ
פראדוקט ווערדע
וואלוטע
צייט זאנע
אינטערנעט דאמען .
טעלעפאן קאד +

רומעניע איז אַ לאַנד אין מזרח־אײראָפּע. זײַן הױפּטשטאָט איז בוקאַרעשט.


געאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רומעניע ציט זיך אויף א שטח פון 237,500 קמ"ר (10 מאל גרעסער פון ארץ ישראל, און איז אויך גרעסער פון אונגארן און בולגאריע צוזאמען), די קארפאטע בערג פארנעמען א דריטל פונעם לאנד.

53 פראצענט בירגער וואוינען אין שטעטלעך און דערפער, די איבעריגע אין די גרויסע שטעט, למשל בוקאַרעשט, קאנסטאנצא, יאס, טעמעשוואר א.ד.ג.. 1 פראצענט פונעם פאלק זענען נאך היינט אידן. ענגליש איז די צווייטע שפראך אינעם לאנד.

אנדערע באקאנטע שטעט זענען:

שפראכן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די אפיציעלע שפראך פון רומעניע איז רומעניש, א לאטיינישע שפראך מיט א שייכות צו איטאליעניש, פראנצויזיש, שפאניש, פארטוגעזיש און אנדערע שפראכן. רומעניש איז די מוטערשפראך פון 91% פון דער באפעלקערונג. ס'זענען אויך 45,000 געבוירענע רומענער וואס רעדן דייטש און 32,000 רעדער פון טערקיש. אין די שולעס לערנט מען די פרעמדע שפראכן ענגליש און פראנצויזיש. פינף מיליאן רומענער רעדן ענגליש, 4-5 מיליאן רעדן פראנצויזיש.


טוריסטישע אנווייזונגען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אמעריקאנער בירגער קענען זיין אין רומעניע ביז 30 טעג אן א וויזע, פון ישראל דארף מען אייביג א וויזע.

מען מעג אריינברענגען אין לאנד ביז 10,000 דאלער.

די וואלוטע אין רומעניע איז 'ליי' (איינצעלנע איז 'לעאָו').

3 ערליי מטבעות איז פארהאן: 50, 100, 500 ליי, און שטרות איז פארהאן 5 ערליי: 1000, 5000, 10,000, 50,000, 100,000 ליי.

עס וועט זיין קאמפליצירט צו צוגלייכן דער ליי מיט אויסלענדישע געלט; 1 דאלער באטרעפט 6,753.77 ליי, און 1 ש"ח באטרעפט 31068 ליי.

זייט געווארענט: אויפצוטוישן געלט אויף דער גאס איז א סכנה, עס איז נישט געזעצלעך און דאס איז דער שנעלסטער וועג אריינצופאלן אין די הענט פון די פאליציי!, מען מעג בלויז אויפטוישן ביי די געוועלבן וואס זענען געאייגנט דערפאר, וואס דאס קען מען געפונען איבעראל.

דער פרייז פאר א מארקע איז .40 אדער 0.55 צענט -ווען מען שיקט צו אייראפע, און קיין אמעריקע איז 0.60 אדער 0.75 צענט.

אויך דא ברויך מען זיך באניצן מיט די מאגנאטישע קאלינג קארד'ס, וואס דער פרייז דערפאר איז 1.60 דאלער, אדער 3.10 דאלער.

אויפצוטוישן א קאלינג קארד וואס עס האט זיך אויסגעליידיגט אינמיטן רעדן, דרוקט דעם K קנעפל אויפן טעלעפאן, דאס וועט אויסנוצען די לעצטע ביסל קרעדיט וואס איז נאך געבליבן אינעם קארטל, אינדערצווישן קענט איר אריינלייגן דעם פרישען קארטל אן דעם וואס דער שמועס זאל ווערן איבערגעהאקט.

א פאקס קען מען שיקן ביי יעדן פאסט אפיס פארן פרייז פון 2 דאלער א בלאט, אנצונעמען א פאקס איז דער פרייז 1 דאלער.

דער זומער זייגער אין רומעניע הויבט זיך אן סוף מערץ, און ענדיגט זיך סוף אקטאבער.

די עמערגענסי נומערן אין רומעניע זענען וואו פאלגענד: פאליציי 055, אמבולאנס 061. (עס איז דא אין פלאן צו ענדערן די נומערן עס זאל ענדלען צו די עמערגענסי נומערן פון גאנץ אייראפע, אבער בעת'ן שרייבן די שורות איז דאס נאכנישט געענדערט געווארן).

די רומענישע חגאות זענען ווי פאלגנד: יאנואר 1-2, דעצעמבער 1, דעצעמבער 25-26.

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]