ניו זילאנד

פֿון װיקיפּעדיע
ניו זילאנד
Aotearoa
www.govt.nz
ניו זילאנד
New Zealand (ענגליש)
Aotearoa (מאַאָריש)
פאן
פאן
סימבאָל
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פֿון
אָרט פֿון
קאָנטינענט אָקעאַניע
אָפֿיציעלע שפּראַך ענגליש
מאַאָריש
הויפּטשטאָט וועלינגטאן 41°17′S 174°27′E / 41.283°S 174.450°E / -41.283; 174.450
גרעסטע שטאָט אויקלאנד
רעגירונג פארלאמענטארע דעמאקראטיע
מאָנאַרך
פּרעמיער מיניסטער
טשארלס דער דריטער
קריסטופר לקסון
גרינדונג דאַטום
7טן מיי 1856
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
268,021 קוואַדראַט ק"מ
75סטער
1.6
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

4,850,350
120
17.9 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $195.1 ביליאן
וואַלוטע ניו זילאַנדער דאֶָלער
צײַט זאָנע UTC+12
אינטערנעט דאָמען nz.
טעלעפֿאָן קאָד 64+

ניו זילאנד (ענגליש: New Zealand) איז אַן אינזל־לאַנד אין דעם דרום פאציפישן אקעאן, וואס אנטהאלט צוויי גרויסע אינזלען, צפון אינזל און דרום אינזל, מיט עטלעכע 600 קליינע אינזלען. 4,1 מיליאָן פּערזאָנען ווױנען דאָרט. זײַן הױפּטשטאָט איז װעלינגטאָן און די מערסט באפעלקערטע שטאט איז אויקלאנד. ניו זילאנד געפינט זיך 1500 ק"מ מזרח פון אויסטראליע, אריבער דעם טאסמאן ים, און 1000 ק״מ דרום פון די פאציפישע אינזלען ניי קאלעדאניע, פידזשי און טאנגא.

אין 1951 האבן זיך פאראייניגט אויסטראליע, ניו זילאנד און די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע אינעם אנזוס זיכערהייט אפמאך.

פאלינעזער האבן זיך באזעצט אין די אינזלען וואס זענען היינט ניו זילאנד צווישן 1250 און 1300 און זיי האבן אנטוויקלט א באזונדערע מאארישע קולטור. אין 1642 איז דער האלענדישער אויספארשער אבעל טאסמאן געווארן דער ערשטער אייראפער צו זען ניו זילאנד.

ניו זילאנד איז אן אנטוויקלט לאנד, און ראנגט הויך אין געזונג, בילדונג, עקאנאמישע פרייהייט און קוואליטעט פון לעבן.

דער עקסעקוטיוו פון לאנד איז דער קאבינעט, געפירט דורכן פרעמיער מיניסטער, וואס איז היינט קריס היפקינס. דער ראש מלוכה איז דער מלך טשארלס דער דריטער, רעפרעזענטירט דורך א גובערנאטאר-גענעראל, היינט דאמע פאטסי רעדי. ניו זילאנד איז א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער, די קאמאנוועלט, אנזוס, די ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג, פאציפישע אינזלען פארום און אזיע-פאציפיש עקאנאמישע קאאפעראציע.

עטימאלאגיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין 1645 האבן האלענדישע קארטארגראפן געגעבן די אינזלען דעם נאמען Nova Zeelandia (נאוואַ זילאַנידאַ) נאכן האלענדישן פראווינץ זילאנד.‏[1][2] דער בריטישער אויספארשער דזשיימס קוק האט שפעטער אנגליציזירט דעם נאמען צו New Zealand (ניו זילאנד).‏[3]

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין יאר 1788 איז קאפיטאן ארטור פיליפ געווארן גובערנאטאר פון דער נייער בריטישער קאלאניע ניו סאוט וויילס, וואס האט איינגעשלאסן ניי זילאנד.[4] די בריטישע רעגירונג האט באשטימט דזשיימס באזבי בריטישער רעזידענט צו ניי זילאנד אין 1832 נאך א פעטיציע פון צפון מאארי.[5] אין 1835, נאך א פראקלאמאציע פון אט-אט א פראנצויזישע באזעצונג דורך שארל דע טיערי, האבן די פאראייניגטע שבטים פון ניי זילאנד געשיקט א דעקלאראציע פון אומאפהענגיקייט צום מלך וויליאם דער פערטער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך בעטנדיק שיץ.[5] דערנאך האט דאס קאלאניעס ביורא געשיקט קאפיטאן וויליאם האבסאן צו פאדערן סואווערענטעט פארן פאראייניגטן קעניגרייך און צו פארהאנדלען אן אפמאך מיט די מאארי.[6] דער אפמאך פון ווייטאנגי איז געחתמ׳עט געווארן דעם 6טן פעברואר 1840.[7]

געאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אאראקי / בארג קוק איז דער העכסטער פונקט פון ניי זילאנד, הויך 3,754 מעטער
די דרום אלפן ציען זיך 500 קילאמעטער אריבער דעם דרום אינזל

ניו זילאנד באשטייט פון צוויי הויפט אינזלען און אומגעפער 600 קלענערע אינזלען. די צוויי הויפט אינזלען (דער צפון אינזל, אדער Te Ika-a-Māui טע איקאַ־אַ־מאַאואי, און דער דרום אינזל, אדער Te Waipounamu טע ווייפונאַמו) זענען צעשייד דורכן קוק דורכגאס, 22 ק״מ ברייט ביים שמעלסטן פונקט.[8] אויסער די צפון און דרום אינזלען, זענען די פינעף גרעסטע באפעלקערטע אינזלען סטוארט אינזל, טשאטאם אינזל, גרויס באריער אינזל (אין דעם האוראקי איינגאס),[9] ד׳ערוויל אינזל (אין די מארלבארא דורכגאסן)[10] און ווייהעקע אינזל (בערך 22 ק״מ פון צענטראלן אקלאנד).[11]

ניו זילאנד איז לאנג און שמאל (מער ווי 1600 ק״מ לענגאויס זיין צפון־צפון־מזרח אַקס מיט א מאקסימום ברייט פון 400,[12] מיט אומגעפער 15,000 ק״מ פון בארטנליניע[13] און א סך־הכל שטח פון 268,000 ק״מ.[14] אזוי ווי ניו זילאנד האט פארווארפענע אינזלען און א לאנגע בארטנליניע, האט דאס לאנד פארשפרייטע ים־רעסורסן. זיין עקסקלוסיווע עקאנאמישע זאנע איז איינע פון די גרעסטע אין דער וועלט, און באדעקט מער ווי 15 מאל אזוי ווי זיין לאנד שטח.[15]

דער דרום אינזל איז די גרעסטע יבשה פון ניו זילאנד און איז דער 12ט גרעסטער אינזל אין דער וועלט. ער איז צעטיילט לענגאויס דורך די דרום אלפן.[16] עס זענען פאראן 18 שפיצן העכער פון 3000 מעטער, וואס דער העכסטער פון זיי איז בארג קוק, הויך 3754 מעטער.[17] פיארדלאנד אין דעם דרום־מערבדיקן ווינקל פון דרום אינזל האט שטאציקע בערג און טיפע פיארדן.[18] דער צפון אינזל איז דער 14ט גרעסטער אינזל אין דער וועלט, און איז נישט אזוי בערגיק אבער האט וואולקאנען.[19] אין דעם נארד אינזל וואולקאנען־פלאטא געפינט זיך דער העכסטער בארג אין נארד אינזל, בארג רואפעהו (2797 מעטער), און אויך די גרעסטע אזערע אין דעם לאנד, אזערע טאופא,[20] וואס טוליעט זיך אין דער קאלדערע פון איינעם פון דער וועלט׳ס מערסט טעטיגע סופערוואולקאנען.[21]

ניו זילאנד איז א טייל פון אויסטראלאזיע, און איז אויך דער דרום־מערבדיקער עק פון פאלינעזיע.[22] מען ניצט אפט דעם טערמין אקעאניע צו באדייטן דעם ראיאן וואס נעמט איין דעם קאטינענט אויסטראליע (קאנטינענט), ניו זילאנד און נאך אינזלען אין דעם פאציפישן אקעאן וואס זענען נישט איינגעשפארט אין דעם זיבן-קאנטינענט מאדעל .[23]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. Wilson, John (סעפטעמבער 2007). Tasman’s achievement. טע אַראַ: די ענציקלאפעדיע פון ניו זילאנד. דערגרייכט דעם ‏16טן פעברואר 2008.
  2. Mackay, Duncan (1986). "The Search For The Southern Land", The New Zealand Book Of Events. Auckland: Reed Methuen, 52–54. 
  3. McKinnon, Malcolm (נאוועמבער 2009). Place names – Naming the country and the main islands. טע אַראַ: די ענציקלאפעדיע פון ניו זילאנד. דערגרייכט דעם ‏24סטן יאנואר 2011.
  4. A Nation sub-divided. Australian Heritage. Heritage Australia Publishing (‏2011). ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם ‏28סטן פעברואר 2015. דערגרייכט דעם ‏27סטן דעצעמבער 2014.
  5. a b Rutherford, James (April 2009) [originally published in 1966]. McLintock, Alexander, ed. Busby, James. An Encyclopaedia of New Zealand. Retrieved 7 January 2011. 
  6. McLintock, Alexander, ed. (April 2009) [originally published in 1966]. Sir George Gipps. An Encyclopaedia of New Zealand. Retrieved 7 January 2011. 
  7. Wilson, John (מערץ 2009). Government and nation – The origins of nationhood. Te Ara: The Encyclopedia of New Zealand. דערגרייכט דעם ‏7טן יאנואר 2011.
  8. McLintock, Alexander, ed. (April 2009) [originally published in 1966]. The Sea Floor. An Encyclopaedia of New Zealand. Retrieved 13 January 2011. 
  9. Hauraki Gulf islands. Auckland City Council. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם ‏25סטן דעצעמבער 2010. דערגרייכט דעם ‏13טן יאנואר 2011.
  10. Hindmarsh (2006). Discovering D'Urville. Heritage New Zealand. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 11טן מיי 2011. דערגרייכט דעם ‏13טן יאנואר 2011.
  11. Distance tables. Auckland Coastguard. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 23סטן יאנואר 2011. דערגרייכט דעם 2טן מערץ 2011.
  12. McKenzie, D. W. (1987). Heinemann New Zealand atlas. Heinemann Publishers. ISBN 0-7900-0187-X. 
  13. CIA – The World Factbook. Cia.gov. דערגרייכט דעם ‏4טן מיי 2013.
  14. Geography. Statistics New Zealand (1999). ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם ‏22סטן מיי 2010. דערגרייכט דעם ‏21סטן דעצעמבער 2009.
  15. (2005) Offshore Options: Managing Environmental Effects in New Zealand's Exclusive Economic Zone (PDF), Wellington: Ministry for the Environment. ISBN 0-478-25916-6. דערגרייכט דעם ‏23סטן יוני 2017. 
  16. Coates, Glen (2002). The rise and fall of the Southern Alps. Canterbury University Press, 15. ISBN 0-908812-93-0. 
  17. Garden 2005, p. 52.
  18. Grant, David (מערץ 2009). Southland places – Fiordland’s coast. טע אַראַ: די ענציקלאפעדיע פון ניו זילאנד. דערגרייכט דעם ‏14טן יאנואר 2011.
  19. Central North Island volcanoes. Department of Conservation. דערגרייכט דעם ‏14טן יאנואר 2011.
  20. וואלראנד, קארל (מערץ 2009). Natural environment – Geography and geology. טע אַראַ: די ענציקלאפעדיע פון ניו זילאנד. דערגרייכט דעם ‏14טן יאנואר 2010.
  21. Taupo. GNS Science. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם ‏24סטן מערץ 2011. דערגרייכט דעם ‏2טן אפריל 2011.
  22. (2016) Fundamentals of World Regional Geography (אויף en). Cengage Learning, 367. ISBN 9781305854956. 
  23. (2003) Australia, Oceania, and Antarctica: A Continental Overview of Environmental Issues. ABC-CLIO, 25. ISBN 9781576076941. “…defined here as the continent nation of Australia, New Zealand, and twenty-two other island countries and territories sprinkled over more than 40 million square kilometres of the South Pacific.”