פידזשי

פֿון װיקיפּעדיע
פידזשי
Republic of Fiji
www.fiji.gov.fj/Home

פֿידזשי (ענגליש: Fiji; פידזשיש: Matanitu ko Viti; פֿידזשי הינדי: फ़िजी), אפיציעל די רעפובליק פון די פֿידזשי אינזלען (פידזשיש: Matanitu Tu-Vaka-i-koya ko Viti; פֿידזשי הינדי: फ़िजी द्वीप समूह गणराज्य[1] fiji dvip samooh ganarajya), איז אן אינזל פאלק אין דעם דרום פאציפישן אקעאן אומגעפער 2000 ק"מ צפון־מזרח פון ניי זילאנד'ס צפון אינזל. די ארומיגע לענדער זענען וואנואטו צו מערב, נייע קאלעדאניע (פראנקרייך) צו דרום־מערב, קערמאדעק (ניי זילאנד) צו דרום־מזרח, טאנגע צו מזרח, און טואוואלו צו צפון. פידזשי איז באזעצט שוין בערך פיר טויזנט יאר. אין די 17טן און 18טן יארהונדערט האבן די האלענדישע און די בריטישע אויסגעפארשט פידזשי.[2]פידזשי איז געווען א בריטישע קאלאניע כמעט א הונדערט יאר, ביז 1970.[3] מיט א שפע פון וואלד, מינעראל און פיש רעסורסן, איז פידזשי פון די מערסטע אנטוויקלט עקאנאמיעס צווישן די פאציפישע אינזלען.

דאס לאנד באשטייט פון אן ארכיפעלאג פון מער ווי 332 אינזלען, וואס 110 פון זיי זענען כסדר באזעצט, און מער ווי 500 וויספעס, וואס האבן צוזאמען א שטח פון בערך 18,300 קוואדראט ק"מ פון יבשה.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. Measles On Long Island. wn.com (‏2010). דערגרייכט דעם 2010-09-15.
  2. Fiji: History. infoplease.com (‏2005). דערגרייכט דעם 2010-09-15.
  3. Tourism Fiji : A Social, Political and Environmental Case Study. tamu.edu (‏2007). דערגרייכט דעם 2010-09-15.