לדלג לתוכן

עקאנאמיע פון דעם פאראייניגטן קעניגרייך

פֿון װיקיפּעדיע

די עקאנאמיע פון דעם פאראייניגטן קעניגרייך איז אין די לעצטע הונדערט יאר פאררעכנט אלס איינע פון די וועלט'ס בעסטע עקאנאמיע לענדער. איר איבער-וואסער האנדל וואקסט פון טאג צו טאג מיט א שנעלן טעמפא, אירע בירגערס פיאנירן אינדוסטריעלע אינאוואציעס, זי פראדוצירט אן א שיעור חפיצים, און גיט די וועלט א הויפן מיט גוטע סערוויסעס צווייט נאך אמעריקע.

הגם בריטנ'ס עקאנאמיע איז שטארק האט זי אין די לעצטע 50 יאר עטליכע מאל זיך אנגעשטויסן מיט פראבלעמען. איר גרעסטער פראבלעם איז געווען די באלאנס פון האנדל. אין די מיטל 900' יארן האטבריטאניע געמוזט אימפארטירן מער ווי א צענטל פון איר עסן און פיל מער רוי מאטריאל. דאס האט געצוואונגען די רעגירונג צו שטופן די עקספארט מיט'ן גאנצן קראפט וואס האט שווער געמאכט די עקאנאמיע אין לאנד ווייל עס איז פשוט געווען א מאנגל אין געוויסע פראדוקטן. פון די אנדערע זייט זענען אין די זעלבע יארן געווען עטליכע אינדוסטריעס, ווי קוילן מינעס, שיף פאבריקן, און טעקסטייל, וועלכע האבן פראדוצירט פיל מער סחורה וויפיל זיי האבן געקענט פארקויפן.

אין 970' האט זיך דאס לאנד'ס עקאנאמיע אנגעהויבן צו סטאבילן ווען די רעגירונג האט אונטערגענומען א רייע פרישע פראגראמען צו העלפן די ריזן פירמעס, ווי בריטיש עירוועיס און בריטישע טעלעקאמוניקאציעס, מיט שטייער שניטן וכדומה. ענליכע פראגראמען זענען פאראן אין אלע ציוויליזירטע לענדער, באקאנט מיט'ן צו-נאמען פריוויטיזאציע. די פראגראמען האבן געטאן גאר א סוקסעספול דזשאב און אין יאר 97' איז בריטענ'ס עקענאמיע געשטיגן אין איין איינציגער יאר מיט 2.5 פראצענט, די העכסטע אינע'ם אייראפעאישן פאראיין.


דער רעגירונג'ס ראלע אין דער עקענאמיע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פונקט ווי אנדערע מאנדיניזירטע לענדער האט דאס פאראייניגטע קעניקרייך א געמישטע עקענאמיע. דאס מיינט אז טייל סעקטארן ווערן אפערירט דורך דער רעגירונג אין טייל דורך פריוואטע ביזנעסער. זינט דער צווייטער וועלט מלחמה האט בריטן שווער געארבעט צו באלאנסירן דאס געמיש פון פריוואטע און רעגירונג ביזנעסער כדי צו פארזיכערן די עקאנאמישע וואוילזיין פון אירע בירגערס. אזעלכע פֿראגעס זענען געווענליך פארטייאיש. אין בריטן האט די קאסערוואטיווע פארטיי מער געשטיצט די פריוואטע קאמפאנענטן און די לעבער פארטיי האט געשטערקט די פובליקע קאמפאנענטן. וויאזוי אימער, האבן ביידע פארטייען צוגעשטעלט א געזונטע געמיש פון ביידע עלעמענטן. (די פובליקע קאמפאנענט באדייט די וועלפער סיסטעם, סאציאליזירטע מעדיצינען, רעגירונג קאנטראלירונג אויף ביזנעסער, בענק, און געלט אנבאט. ד.ה. אז די רעגירונג איז א הויפט ארבעט געבער: פובליקע באאמטער, יוסטיץ, מיליטער, פאליציי און פייער אפטיילונג, שולערינס, און געזונטהייט פראפעסיאנאלן זענען אין גרעסטן טייל ארבעטער פאר דער רעגירונג. די רעגירונג איז אויך א הויפט קונה צו אסאך גוטס, ספעציעל מיליטערישע געצייג.)

נאך דער צווייטער וועלט מלחמה האט די בריטישע רעגירונג נאציאליזירט, אדער איבער גענומען, א גרויסן נומער פון ריזיגע אדער פראבלעמאטישע ביזנעסער. דאס האט אריינגענומען: קוילן, עלעקטיריק, גאז, וואסער, טעלעפאנען, אייזן, שיפן און פליגער פראדעצירונג. זינט די 950' יארן האט די רעגירונג פריוואטיזירט רוב פון די אינדוסטריעס, פארקויפנדיג זייערע אקציעס צו פריוואטע בירגערס.

די בריטישע רעגירונג האלט א גוטן סדר פון געזעצן וויאזוי צו קאנטראלירן די עקאנאמיע, די גוטס און סערוויסעס זאל נישט זיין צו הויך און סטראשן די אינפלאציע. די סיסטעם וואס בריטן האט אנגענומען איז היינט אויפגעכאפט און צענדליגער לענדער.

ארבעט און ארגיקולטור

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די סך הכל בריטישע ארבעט'ס (לעיבר) קראפט איז געווען אין יאר 00' 29,911,267 מיליאן מענטשן. בריטענ'ס עמפלאוימענט סטרוקטור האט זיך גענצליך געטוישט אין די לעצטע 40 יאר. ס'איז געווען א שטארקע פארמערונג אין סעלף עמפלאוימענט (מענטשן וואס האבן אייגענע ביזנעסער אדער ארבעטן פאר זיך און צאלן שטייער ענדע יאר): מער ווי 3 מיליאן מענטשן, אדער 12 פראצענט פון די ארבעט'ס קראפט זענען פארגאנגענעם יאר געווען סעלף עמפלאויעט, און עס איז געווען א שטארקע וואוקס אין קליינע ביזנעסער צו וועלכע די רעגירונג האט געברויכט צושטעלן נייע פראגראמען. ביז 50 יאר צוריק האבן נאנט צו האלב בריטישע איינוואוינער געארבעט אין די מענופעקטשערינג (פאברעצירונג) סעקטאר. היינט צו טאג ארבעטן נאנט צו דריי פערטל אין די סערוויס סעקטאר, אין פארגלייך צו איין דריטל אין יאר 955'. דער סיבה דערצו איז ווייל רוב זאכן וואס זענען אמאל געטאן געווארן מיט די האנט ווערן היינט געטאן מיט מאשינערי אדער קאמפיוטערייזד. נאך א טויש אין די לעצטע 50 יאר איז געווען אז מער פרויען גייען היינט ארבעטן. לויט א סטאטיסטיק פון יאר 997' איז 47 פראצענט פון די ארבעט'ס קראפט באשטאנען פון פרויען.בריטאניע האט די גרעסטע צאל פרויען ארבייטער פון גאנץ אייראפע. די ארבעטסלאזיקייט ראטע שטייט זייער גוט אין ענגלאנד מיט 5.7 פראצענט. מיט 6 יאר צוריק איז עס נאך געשטאנען ביי 9.1 פראצענט וואס איז געווען א שטארקע שפרונג קעגן 10 יאר פריער ווען די ראטע איז געשטאנען איבער 12 פראצענט. די ארבעטסלאזיקייט ראטע איז געוואנדן לויט די ראיאנען. אין מזרח ענגלאנד איז עס די העכסטע (דאס טייטש אז ווייניגער מענטשן האבן ארבעט) און אין צפון אירלאנד איז עס די נידריגסטע. די יונייטעד קינגדאם האט ווייניג פעלדער פאר פארמינג קעגן אנדערע אייראפעאישע לענדער אבער זי פראדוצירט פיל מער פרוכט, גרינצייג, וואל, מילך, א.א.וו. ווי זיי. דאס איז א דאנק די אינאוואציעס אין פארמינג מאשינערי. נאך די צווייטע וועלט קריג האט די בריטישע רעגירונג אנגענומען א פאליסי צו סטאביליזירן די ארגיקולטור סעקטאר אויף ביידע וועגן, אי די פארמערס זאלן מאכן געלט און אי די מענטשהייט זאל זיך קענען ערלויבן זיי צו קויפן. ווען נישט דעם פאליסי וואלטן רוב עסן אימפארטירט געווארן פון אויסלאנד וואס איז גאר נישט געשמאק פאר א רעגירונג. די רעגירונג האט זיך אנגעשלאסן אין די אייראפעאישע עקענאמיק קאמיוניטי (היינט די אייראפעאישע פאראיין) און צוזאמען אכט געגעבן אויף ארגיקולטור ווי דער שווארץ אפעל פון אויג.


די היסטאריע פון פאבריקאציע איןבריטאניע איז אוניקום (יחיד במינו) צוליב בריטענ'ס ראלע אלס די געבורטס ארט פון דער אינדוסטריעלער רעוואלוציע. דורכאויס די מיטעלע יארן (14טן און 15טן יאר-הונדערט) איז די פאבריקאציע פון וואלענע טעקסטיל געווען די שליסל אינדוסטריע. אין די יארן פון 16טן און 17טן יאר-הונדערט האבן זיך אנגעהויבן אנטוויקלען אסאך נייע אינדוסטריעס. צווישן זיי: זיידן וועבעריי, קליידער פאבריקאציע, הוטן, טעפווארג, און מעסערווארג. די אלע זאכן זענען געמאכט געווארן אין קליינע ווארשטאטן און זענען געווען ארבעט אינטענסיוו.

פונעם 18טן יארהונדערט און ווייטער האט די אינדוסטריעלע רעוואלוציע אלעס געטוישט און רוב זאכן זענען אריבערגאגאנגען צו גרויסע פאבריקן ווי היינט. מען האט אנגעהויבן האנדלן אויסערן לאנד און בערזעס האבן זיך אנגעהויבן אנוויקלען. דער הויפט טויש וואס דער אינדוסטריעל רעוואלוציע האט געמאכט איז געווען דאס רוב זאכן וואס פלעגן ארויסגעגעבן ווערן פאר היימארבעטער וואס פלעגן מאכן ארבעט מיט די האנט האט אנגעהויבן צו געמאכט ווערן מיט מאשינען. א ספעציעלע מארק האט זיך פארוואנדלט פון מאשינען אליין און די בריטישע רעגירונג האט דאס קאנטראלירט אז עס זאל נישט ווערן טייער כדי יעדע פירמע זאל זיך קענען ערלויבן מאשינערי און אזוי ארום האבן א שאנס נאכצוקומען די נייע מאדערניזירטע ביזנעס וועלט.

צוביסלעך האטבריטאניע זיך אפגעלאזט פון די קוילן און גאז אינדוסטריע און אנגעהויבן מאכן מאשינערי פאר פריוואטע באנוץ ווי קיך אפלייענסעס. אין די לעצטע 10 יאר האטבריטאניע זיך שטארק פארלייגט צו ווערן א טייל אינעם קאמפיוטער וועלט. היינט צו טאג זענען 40 פראצענט פון אייראפע'ס קאמפיוטערס געמאכט איןבריטאניע. די פירמע סיליקאן, די גרעסטע קאמפיוטער פירמע איןבריטאניע, גיט ארבעט פאר 40,000 מענטשן. אנדערע באקאנטע זאכן פוןבריטאניע זענען די סקאטישע בראנפענס און סקאטישע און צפון אירישע טעקסטיילס.


א סימן פאר א הויך אנטוויקלט לאנד איז א ברייטע און סאפיסטיקירטע סערוויס סעקטאר. ווען א לאנד'ס עקענאמיע בליעט ווערט די סערוויס סעקטאר גרעסער און די פאבריקאציע סעקטאר פארהעלטענישווײַז קלענער צו סטאביליזם. דער פאל איז געווען מיט בריטן. אין יאר 997' איז בריטנ'ס סערוויס טעקטאר באשטאנען פון 63 פראצענט פונעם ברוטא אינלענדישן פראדוקט. דאס איז די ראטע וויפיל ווערט אין געלט דאס לאנד האט ארויסגעגעבן במשך א יאר) און צוויי דריטל פון ארבעטערס וואס איז דעמאלט געוועזן 17 מיליאן ארבעטערס. די סערוויס סעקטאר נעמט אריין פינאנץ, ריטעיל, ברוטא (הורט), טוריזם, ביזנעס סערוויסעס, טראנספארטאציע, פארזיכערונג, אינוועסמענטס, רעקלאמען, מארקעט ריסערטש, בילדונג, אדמיניסטראציע, רעגירונגס און פראפעסיאנאלע סערוויסעס.

בריטן האט זיך אויפגעבויט א זעלטענע סערוויס סעקטאר נאך אין די פריע יארן נאך דער אינדוסטריעלער רעוואלוציע. פארזיכערונג איז געווען איר נומער איינס סערוויס. היינט זענען 20 פראצענט פארזיכערונג פאליסיס פון דער וועלט דורך בריטישע פירמעס, אין דעם שפיץ לוידס. אויך אין טעלעקאמוניקאציעס האט זיך בריטאניע שטארק אויסגעצייכנט. אין קורצע ווערטער קען מען זאגן אז די סערוויס אין בריטן איז פיל מער העפליך און אמת'דיג און אויך מער סאפיסטיקירט ווי אין סיי וועלכע אנדער לאנד. פרעגט אמאל א מענטש פון בריטן וויאזוי א באנק סיסטעם גייט צו, וואספארא טעלעפאן סערוויס מען באקומט דארט, וויאזוי אן פארזיכערונג מעקלער טרעט צו, און בכלל וויאזוי א פארקויפער פירט זיך אויף, וועט זיך אייך גלוסטן צו וואוינען אין בריטן. אן אויסדרוק וואס מיר האבן אמאל געהערט פון א לאנדאנער איד וואס האט זיך אריבערגעצויגן קיין אמעריקע איז געווען, אז אין לאנדאן טוט איר א טובה ווען איר רופט אן א פירמע פאר סערוויס. אין אמעריקע טוט די פירמע אייך א טובה אז מען הערט אייך אויס...

בריטאניע האט מער ענערגיע קוועלער ווי סיי וועלכע לאנד אין די אייראפעאישן פאראיין, רוב דערפון איז אויל און נאטורליכע גאז. אנדערע ענערגיע קוועלער זענען קוילן און נוקלעארע קראפט און אביסל היידראעלעקטריק קראפט אין סקאטלענד. ארום 3.5 פראצענט פון די לעיבר קראפט ארבעטן אין די ענערגיע סעקטאר וואס מאכט אויס ארום 5 פראצענט פון דעם יערליכן דזשי.די.פי. אויל איז געפינען געווארן אינעם צפון ים אין 969'. 10 יאר שפעטער האט עס אסאך אויסגעמאכט אין די בריטישע עקענאמיע וועןבריטאניע האט אנגעהויבן עקספארטירן מער אויל פאר גוט געלט צוליב א מאנגעל אין אויל וואס האט דעמאלט געהערשט אין די וועלט. דאס לאנד האט זיך מחיה געווען אין יענע יארן ווען עס איז געווען א איבערפלוס פון געלט וועלכע איז געקומען פון די שטייערן פון אלע אויל פירמעס. פילע נייע פראגראמען זענען אין די אכציגער יארן אונטערגענומען געווארן דורך די רעגירונג א דאנק די שטייערן פון אויל.

גאז איז אמאל נישט געווען קיין ארטיקל איןבריטאניע און מען האט עס כמעט נישט גענוצט. דאס ביסל וואס מען האט שוין יא גענוצט איז געמאכט געווארן פון קוילן. פאר 40 יאר צוריק האט אויךבריטאניע אנגעהויבן פראדוצירן נאטורליכע גאז פון ארומיגע אינזלן. היינט צו טאג מאכט גאז אויס 25 פראצענט פון בריטענ'ס ענערגיע. קוילן איז געווען בריטענ'ס טראדיציאנאלע ענערגיע פאר א צייט פון 300 יאר. אין די צייטן פון די אינדוסטריעל רעוואלוציע איז קוילן געווען די הויפט ענערגיע און אויך איינע פון די הויפט עקאנאמיע שליסלן. במשך די יארן האבן זיך מער און מער קוילן קוועלער פארמאכט ווען נוקלעארע קראפט האט אסאך איבעגענומען. בריטאניע איז געווען א פיאנער אין די דעוועלאפמענט פון נוקלעארע קראפט פליגלן, עפענענדיג די וועלט'ס ערשטע קאמערציאלע נוקלעאר קראפט סטאציע אין צפון-מערב ענגלאנד אין 956'. היינט גיבן די נוקלעארע קראפטן ארום 25 פראצענט עלעקטיריסיטי פון בריטענ'ס עלעקטיריסיטי באנוץ. די גאר אלטע נוקלעארע פליגלן זענען פריוואטיזירט געווארן אין 996'. די מער פארגעשריטענע פליגלן ווערן נאך אלץ קאנטראלירט דורך די רעגירונג.

בריטאניע איז היסטאריש געווען אן אינאוואטאר און וועלט פירער און מערערע פארמען פון טראנספארט, פון שיפינג ביז באן סיסטעמען און אוויאציע.בריטאניע איז געווען די ערשטע לאנד וואו אויטאס זענען געווארן א טייל פון דעם לעבן. מיט באנען איז זי אייביג געווען פארגעשריטן און אויך אין אוויאציע האט זי שטענדיג געמאכט פארשריט. אין די שיפינג ביזנעס איזבריטאניע פאר יארן געווען די הויפט, צוליב דעם וואסבריטאניע איז אן אינזל. אין די יארן פון די צוויי וועלט קריגן איז געווען א גאנצע פארמעסט און שטארקע קאנקורענט צווישן די אייראפעאישע לענדער ווער עס איז דער גרעסטער אין די שיפינג ביזנעס. שפאניע איז געווען די ערשטע פירער אבער די בריטישע עמפייער האט עס גיך אויסגעכאפט. שפעטער האט זיךבריטאניע געקריגט מיט פראנקרייך און דייטשלאנד און זיי אויך צונישט געמאכט. נאך די צווייטע וועלט קריג האט עס אמעריקע איבערגענומען. דאס איז געווען צוליב די הונדערטער שיפן און שיפינג באזעס וואס די דייטשן האבן געזונקן און חרוב געמאכט. אין דער זעלבער צייט האבן אמעריקאנער שיף בויער זיך אריינגעארבעט און איבערגענומען די שיפינג מאכט מיט וועלכע זי גייט נאך אן ביז היינט. די בריטישע האבן אין די יארן צווישן 750' און 840' אויפגעגראבן און געמאכט צענדליגער קאנאלן צו באהעפטן די וואסערן וועלכע האבן שטארק ארויסגעהאלפן די שיפינג ביזנעס. דאס בעסטע איז עס צינוץ געקומען ביי די אינדוסטריעל רעוואלוציע ווען די שיפינג האט זיך שטארק אויסגעפעלט צו טראנספערירן אלע סחורה. ווען מען האט אנגעהויבן בויען באנען און רעילוועיס זענען די קאנאלן געווארן אומוויכטיג אבער נאך אלץ נוצט מען זיי פאר גאר גרויסע קארגא וועלכע קענען נישט גיין אויף קיין באנען.

אלעס צוזאמען איז דא 2,000 מייל (3,200 קילאמעטער) פון קאנאלן אין בריטן וואס איז געבויט געווארן דורך מענטשליכע הענט. דער וויכטיגסטער קאנאל איז דער מאנטשעסטער קאנאל.

די באנען האבן זיך אויפגעבויט אין די יארן פון דער וויקטאריאנער תקופה, טייל מענטשן רופן עס אויך די באן יארן. די באנען זענען געווען קריטיש וויכטיג פאר דער קוילן אינדוסטריע צו טראגן און עקספארטירן. די ערשטע באן איז געווען די סטאקטאן און דארלינגטאן באן וועלכע זענען געעפענט געווארן אין 825'. אחוץ די באן סיסטעם האט בריטן אויפגעבויט א גוטע אונטערגרונט סיסטעם אין דער הויפט שטאט לאנדאן. די אונטערגרונד באו אפערירט אויף 243 מייל (391 קילאמעטער) פון וועלכע 106 מייל (171 קילאמעטער) לויפט אונטער דער ערד. די סיסטעם האט 267 סטאנציעס און נוצט 470 באנען. די אונטערגרונט סיסטעם אין לאנדאן און אויך אין גאנץ אייראפע איז פיל בעסער ווי אין אמעריקע. עס איז מער א זיכער פלאץ, האט א בעסערן סקעדזשועל, און איז שענער. אין אמעריקע וועלן די בעסערע קיינמאל נישט נוצן די רעילוועי, אבער אין אייראפע נוצט עס יעדער ארים צו רייך ווערנדיג באטראכט אלס א רואיגער טראנספארטאציע מיטל מיט א כלל אטמאספערע.

בריטן איז באוואוסט מיט איר גאר פארגעשריטענע קאנאל טונעל באן סיסטעם וועלכע לויפט אונטער דעם ענגלישן קאנאל צווישן פאלקסטאן, ענגלאנד און קאליי, פראנקרייך. עס האט געדויערט יארן לאנג פון ווען די פלענער האבן זיך אנגעהויבן ביז עס איז פארטיג געווארן אין 994', אפגעקאסטנדיג 14 ביליאן דאלאר וועלכע איז געווען פיל מער ווי מען האט זיך געראכטן. ביידע רעגירונגען האבן אריינגעלייגט גרויס געלט און כוח דאס זאל צושטאנד קומען. אין ענדע האבן עס צוויי פריוואטע פירמעס געבויט. די באן סיסטעם לויפט דארט 131 פיס (40 מעטער) אונטער די אויבערפלאך אויף א שטרעקע פון 31 מייל (50 קילאמעטער). עס דויערט ארום 35 מינוט אדורכצופארן. ס'זענען דא באזונדערע באנען פאר מענטשן און אויטאס. אסאך פערי פירמעס פרובירן צו פארכאפן פאסאזשירן אבער די באן איז זייער שטארק אויפגעכאפט.

צוזאמען מיט אנדערע אינדוסטריעס זענען אויך די לופטליניעס נאציאנאליזירט געווארן נאך דער צווייטער וועלט קריג אבער זענען צוריק פריוואטיזירט געווארן אין ענדע פון די אכציגער יארן. די פירמע בריטיש ערוועיס איז איינע פון דער וועלט'ס גרעסטע לופטליניעס, אפערירנדיג דער וועלט'ס גרעסטע נעטווארק פון אינטערנאציאנאלע צייטפלאן־סערוויס, מיט פֿליען צו 105 לענדער. בריטיש ערוועיס טראגט ארום 40 מיליאן פאסאזשירן א יאר אויף אירע 309 פליגער. אויך איז ער געווען באקאנט מיט דער קאנקארד סערוויס צווישן היטרוי פליפארט אין לאנדאן און קענעדי ערפארט אין ניו יארק סיטי. צוויי לאנדאנער ערפארטן, היטרוי און גאטוויק, זענען פון די פארנומענסטע ערפארטן אין דער וועלט פאר אינטערנאציאנאלע פליען. אויסער דעם איז דא נאך 150 ערפארטן אין בריטאניע פון וועלכע 11 טראגן מער ווי א מיליאן מענטשן א יאר ארויף צו די הימלען.

אויטאס איז גאר שטארק אויפגעכאפט איןבריטאניע און רוב קאמערציאלע פראכט ווערט געפירט אויף טראקס וועלכע קענען דעליווערן ביז'ן טיר. 70 פראצענט בריטישע איינוואוינער פארמאגן מינימום איין אויטא, רוב דערפון אייראפעאיש געמאכטע אויטאס.

אונזער היינטיגע קליינע וועלט קומט נאר צו פארדאנקען די שטארקע קאמוניקאציעס וואס זענען צושפרייט איבער אלע מאדערניזירטע לענדער אין דער וועלט. קאמוניקאציע איז פון די וויכטיגסטע זאכן פאר א לאנד ספעציעל פאר ביזנעס. אמאל איז די סאמע וויכטיגסטע קאמוניקאציע מיטל געווען די פאסט סיסטעם וועלכע האט געהאלטן פארבינדן די ביזנעסער און מענטשן נאך בעפאר מען האט אויסגעטראפן דעם טעלעפאן.

די בריטישע פאסט אפיס איז געגרינדעט געווארן אין יאר 635' און איז פארצייכנט אין היסטאריע פאר'ן מאכן די "פעני בלעק", דער וועלט'ס ערשטע קלעבעדיגע פאסטמארקע אין 840'. פארגאנגענעם יאר האט די פאסט אפיס, א פובליקע אייגנטום קארפאראציע, געטוישט איר נאמען צו קאנסיגניע. די אפעראציעס פון קאנסיגניע איז צוטיילט אין דריי ביזנעסער: די "ראיעל מעיל", וועלכע באהאנדעלט די איינזאמלונג און דעליווערי פון אלע שטיקער פאסט, "פאַרסעלפֿאָרס", באהאנדעלט אלע פארסעלס (גרעסערע שטיקער מעיל, פראדוקטן א.ד.ג.), און די "פאסט אפיס", וועלכע באהאנדעלט די ריטעיל מארקעט פאר די מאסן. די פאסט אפיס באהאנדעלט אויך די אויסגיבונג פון רעגירונג פענסיעס און וועלפעיר בענעפיטן, מאכט לייסענסעס, קאסירט יוטיליטי פירמע בילס, און גיט באנקירן דינסטן פאר געוויסע בענק. די פאסט אפיס גיט אויך טרעוועל אינשורענס, אויסערן וואלוטע, און איז ווי אן אגענט פאר די וועסטערן יוניאן געלט טראנספער סערוויס. רוב פון די 19,000 פאסט אפיסעס זענען פרענטשייסעס געקויפט פון קאנסיגניע (א פרענטשייס איז טייטש אן אייגן געשעפט אונטער א נאמען פון א קייט פירמע וועלכע אנטהאלט אירע פראדוקטן. דער בעסטער ביישפיל איז די וועלט בארימטע מעקדאנעלט רעסטוראנטן וועלכע זענען יעדע איינע דאס אייגנטום פון פריוואטע מענטשן וואס נוצן דעם נאמען מעקדאנעלט און פארקויפן זייערע עסן), וועלכע אפערירט דירעקט אינגאנצן 600 אפיסעס.

קאנסיגניע איז א פירמע אין דער אייגנטום פון דער רעגירונג, מיט א מאנאפאל. די איינציגסטע זאך אויף וועלכע זי האט אביסל נאכגעלאזט איר מאנאפאל איז עקספרעס פאסט וועלכע קליינע פירמעס סערווירן אויך. די צאל פאסט איןבריטאניע האלט אין איין שטייגן טראץ די פארמערונג אין טעלעקאמוניקאציעס צוליב די גרויסע וואוקס אין דירעקט מעיל מארקעטינג, ווערט אנגערופן אין אמעריקע דזשאנק מעיל.

בריטאניע האט איינע פון די וועלט'ס גרעסטע און מערסט טעכנאלאגיש פארגעשריטענע טעלעקאמוניקאציעס סיסטעמען. בריטישע טעלעקאמוניקאציעס (BT), וועלכע האט אמאל געהאט א מאנאפאל, איז פריוואטיזירט געווארן אין 84' און אמפערט זיך היינט מיט אנדערע קאנקורענט פירמעס וועלכע גיבן ביליגערע ווייערלעס און לאנג דיסטענס סערוויס. די אינדוסטריע ווערט רעגולירט דורך דעם ביורא פון טעלעקאמיוניקאציעס (אפטע"ל), א רעגירונגס דעפארטמענט וואס ווערט געפירט דורך דעם דירעקטער גענעראל פון טעלעקאמוניקאציעס. אפטעל פארשפרייט קאנקורענט אינערהאלב די טעלעקאמוניקאציעס אינדוסטריע, מאכט זיכער די פירמעס האלטן די רעגולאציעס, און פארשט אויס קלאגעס.

היסטאריש איז בראדקעסטינג (טראנסמיטירן נייעס און פראגראמען דורך ראדיא אדער טעלעוויזיע) באהאנדעלט געווארן אין בריטן אלס א פןבליק סערוויס מיט די אחריות פון די פארלאמענט. מיט בערך 45 יאר צוריק איז בראדקעסטינג געעפענט געווארן פאר די קאנקורענט מארק. די בריטישע בראדקאסטינג קארפאראציע (באקאנט אלס "בי.בי.סי."), וועלכע איז געגרינדעט געווארן אין 922', איז א ריזן פובליק טראנסמיסיע פירמע וועלכע ווערט געשטיצט דורך א יערליכן אפצאל פון אלע בריטישע איינוואוינער. אויסער בי.בי.סי. איז דא צענדליגער פריוואטע טראנסמיסיע פירמעס וועלכע ווערן רעגולירט דורך די רעגירונג. יעדע פירמע מוז האבן לייסענס און די רעגירונג קען אפזאגן וועם זיי ווילן. די בריטישע גלייכן צו זען טעלעוויזיע און הערן ראדיא. ארום 97 פראצענט בריטישע האבן א טעלעוויזיע אינדערהיים און יעדע הויז האט א ראדיא (אחוץ אסאך היימישע אידן וואס זיי ווייסן נישט). 70 פראצענט בריטישע הערן די ראדיא יעדן איינציגן טאג. דאס איז די העכסטע ראטע פאר טראנסמיסיע אין דער וועלט.

בריטאניע האט אויך איינע פון די גרעסטע פאבלישינג אינדוסטריעס (ארויסגעבן צייטונגען און מאגאזינען) אין די וועלט. עס קומען דארט ארויס 10 טעגליכע צייטונגען און 9 זונטאג צייטונגן. אין צוגאב איז פאראן נאך 1,400 אנדערע צייטונגען און 6,500 אנדערע ערליי נייעס בלעטער. פארשטייט זיך אז די בריטישע ליינען גאר אסאך אז אזויפיל פאפירן מוזן צוגעשטעלט ווערן. ארום 60 פראצענט בריטישע ליינען א צייטונג יעדן טאג און 65 פראצענט ליינען א צייטונג יעדן זונטאג. אויסער דעם ליינען נאך מענטשן לאקאלע פאפירן אין פארשידענע פארמאטן (אויך "דער בלאט" ווערט דארט געלייענט איין מאל אין וואך). בריטאניע איז דער היים פאר דער וועלט'ס עלטסטע נייעס פאפירן. די אבזערווער און דער טיימס איז געפאבלישט געווארן נאך אין דעם 18'טן יאר-הונדערט. די באקאנטע פאפירן זענען: די פיינענטשעל טיימס און דער גארדיאן זענען די קוואליטעט צייטונגען וואס ווערן געדרוקט אויף גרויסע פאפירן מיט ווייניג בילדער. דער סאן און דער דעלי סטאר זענען די מערסט באקאנסטע טעבלאוידס צייטונגען (ציייטונגן וועלכע זענען געדרוקט אויף קליינע פאפירן און האבן אסאך בילדער). דער דיילי מייל און דער עקספרעס זענען די באקאנטסטע אין אינדערצווישן טיפ צייטונגן.

באנקירונג און פינאנציעלע סערוויס

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

בריטאניע איז איינע פון די וועלט'ס גרעסטע פינאנציעלע צענטערן. באנקירונג, פינאנץ, און פארזיכערונג באטרעפט 12 פראצענט פון בריטאניע'ס ברוטא אינלענדישן פראדוקט און גיט ארבעט פאר איבער א מיליאן מענטשן.

די באנק פון ענגלאנד, וועלכע איז געגרינדעט געווארן אין 694', איז נאציאנאליזירט געווארן אין 946' און איז די איינציגסטע באנק וואס גיט ארויס באנקנאטען אין ענגלאנד און אין וויילס. געציילטע בענק אין סקאטלאנד און אין צפון אירלאנד גיבן ארויס וואלוטע אין קליינע סכומים. נאכדעם וואס די ארבעטס רעגירונג איז ערוועלט געווארן אין 997' האט די באנק פון ענגלאנד באקומען אומאפהענגיק אין מאניטעירי (געלט עינינים), דאס מיינט אז זי קען טוישן די אינטרעסט ראטעס ווען עס שמעקט איר גענוי ווי די פעדעראלע רעזערוו אין די פאראייניגטע שטאטן. אויסער די באנק פון ענגלאנד זענען פאראן איבער 10 גרויסע בענק איןבריטאניע אריינגערעכנט די פאסט אפיס וועלכע גיט דארט אויך באנק סערוויסעס ווי מיר האבן פריער דערמאנט. היסטאריש האט די פינאנציעלע מארק געהאט איר באזע אין דער סיטי פון לאנדאן וואס דער פלאץ ווערט גערופן די סקווער מייל. היינט זענען שוין פאראן צענדליגער פינאנציעלע צענטערן אויך אין אנדערע פראווינצן. אבער לאנדאן איז נאך אלץ געבליבן דער הויפט פינאנץ־צענטער פון בריטאניע מיט 20 פראצענט פון דער אינטערנאציאנאלער באנק סיסטעם, דער וועלט'ס גרעסטע פארזיכערונגס מארק און די לאנדאן בערזע וועלכע איז פאררעכנט אלס איינע פון די גרעסטע בערזעס.

דער פונט סטערלינג (£) וואס באשטייט פון 100 פעניס איז די וואלוטע פונעם פאראייניגטן קעניגרייך. ארום 0.63 פונט איז ווערט איין אמעריקאנער דאלאר[פֿעלט אַ מקור] ד.ה. אז עס איז בערך די זעלבע ווערט ווי דער אמעריקאנער דאלאר ווייל א פונט איז גרעסער אין סכום ווי א דאלאר. (פארשטייט זיך אז עס טוישט זיך טעגליך ווי אלע אנדערע וואלוטעס). בעפאר בריטאניע האט איבערגעטוישט איר וואלוטע צו דער דעצימאל סיסטעם , צווישן די יארן 968' און 971', איז דער פונט באשטאנען פון 20 שילינגס און יעדער שילינג איז געווען 12 פעניס. יענע סיסטעם האט געמאכט פילע פראבלעמען ביים האלטן ביכער חשבונות און בריטאניע האט באשלאסן דאס צו טוישן. בריטאניע האט געהאט א מעגלעכגייט אריינגיין אין דער איירא סיסטעם אין וועלכע 12 אייראפעאישע לענדער פארמאגן איין וואלוטע סיסטעם, אבער זי איז געבליבן אינדרויסן מיט איר אייגענע וואלוטע.

בריטאניע איז איינע פון דער וועלט'ס באקאנטסטע ריייזע צילן, און טוריזם פארנעמט א פראמינענטן טייל אין דער רעגירונג'ס יערליכן איינקונפט. טוריזם גיט ארבעט פאר באלד צוויי מיליאן מענטשן און מאכט אויס גאנצע 5 פראצענט אינעם ברוטא אינלענדישער פראדוקט. דער בריטישער טוריסטן אויטאריטעט, אן ארגאניזאציע וואס ווערט געשטיצט דורך דער רעגירונג, האלט קאנטראל אויף אלע באזוכונגס צענטערן און גיט אינפארמאציע צו איבער 800 פון זיי. ענגלאנד, וויילס, סקאטלאנד, און צפון אירלאנד האבן זיך זייערע אייגענע טוריסטן בארדס וועלכע ווערן אויך געשטיצט דורך דער רעגירונג. באזוכער צו בריטאניע קומען פון אלע עקן וועלט. פארגאנגענעם יאר האבן 25.2 מיליאן מענטשן פון איבער-וואסער באזוכטבריטאניע. 67 פראצענט דערפון זענען געווען פון אייראפע און 15 פראצענט פון נארט אמעריקע, פארשטייט זיך דאס מערסטע פון די פאראייניגטע שטאטן.

לאנדאן איז די מערסט פארנומענסטע שטאט דורך טוריסטן. די שטאט איז א גאנץ יאר אנגעפילט מיט באזוכער וועלכע קומען זען די וועלט באקאנטע ערטער ווי דער טורעם פון לאנדאן, די הייזער פון פארלאמענט, דער אויסעווייניגסטער טייל פון באקינגהאם פאלאץ, און נאך. אויך באזוכן טייל מענטשן פארשידענע הייזער פון היסטארישע פאליטיקער און קעניגן, ווי טשערטשיל (בריטישער פרעמיער מיניסטער ביי דער צווייטער וועלט קריג) און קעניגן מערי. גאר אסאך באזוכער גייען אויך ספעציעל צו זען די צוויי וועלט בארימטע אוניווערסיטעטן אקספארד און קעמברידזש ביידע זענען פון דער וועלטס בעסטע אויניווערסיטעטן. גאר אסאך אמעריקאנער פרעזידענטן און וויסנשאפטלער האבן דארט שטודירט און קענען זיך נישט מער גרויסן ווי צו זאגן "איך האב אן אקספארדער בילדונג".