סיטי פון לאנדאן

פֿון װיקיפּעדיע
סיטי פון לאנדאן
City of London
Flag of the City of London.svg Londonwappen.jpg
מדינה / טעריטאָריע Flag of the United Kingdom (3-5).svg פאראייניגטע קעניגרייך
Flag of England.svg ענגלאַנד
ראַיאָן לאנדאן

 ‑ אין שטאָט

8,000‏

די סיטי פון לאנדאן (ענגליש: City of London שטאט פון לאנדאן) איז א קליינער שטח אין גרויסלאנדאן, ענגלאנד וואס איז אריגינעל געווען די שטאט לאנדאן. זי האט דעם סטאטוס פון א שטאט אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך שוין פון אדם הראשון'ס צייטן. דער סיטי'ס גרענעצן האבן זיך כמעט נישט געענדערט זייט דער מיטל אלטער. דער שטח פון דער סיטי איז 1.12 קוואדראט מייל (2.90 קוואדראט ק"מ), און דערפאר איז מען געוואוינט צו רופן די סיטי דעם Square Mile (קוואדראט מייל).[1]

די סיטי ווערט גערעכנט א טייל פון צענטראל לאנדאן. זי האט א באפעלקערונג פון 8,000, אבער טאג טעגלעך ארבעטן דארט 300,000 מענטשן.

די סיטי ווערט געפירט דורך דעם לארד בירגערמייסטער פון לאנדאן און דער סיטי פון לאנדאן קארפאראציע.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: סיטי פון לאנדאן

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. City of London Resident Population Census 2001 (PDF). Corporation of London (July 2005). ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 2012-09-12. דערגרייכט דעם 2009-04-10.