לדלג לתוכן

וועלס

פֿון װיקיפּעדיע
וועלס
דער לעדער טורעם - איינער פון די מערקווערדיגע טוריסטישע ערטער פון דער שטאט
מדינה / טעריטאָריע עסטרייך
קאָאָרדינאַטן 48°09′0″N 14°01′0″E / 48.15000°N 14.01667°E / 48.15000; 14.01667קאארדינאטן: 48°09′0″N 14°01′0″E / 48.15000°N 14.01667°E / 48.15000; 14.01667
בירגערמייסטער אנדרעאס ראבל
שטח 45.92 קוואדראט ק"מ
הייך 317 מעטער

 ‑ אין שטאָט

60,739‏  (שטייענדיג 2017)

וועלס (דייטשיש: Wels), איז א שטאט אין דעם פעדעראלן לאנד אויבער עסטרייך אין עסטרייך. די שטאט געפינט זיך אויפן ברעג פונעם טרוין טייך (דייטשיש: Traun). די שטאט ווערט פארעכנט אלס א פראווינץ פאר זיך אליין, און זי פארמאגט אלע אדמיניסטראטיווע רעכטן און באפולמאכטיגונגען זייט דעם 18טן יאנואר 1964. די באפעלקערונג פון וועלס רעכנט אויס 60,739 איינוואוינערס. די שטאט איז באוואוסט אלס א צענטראלער איינקויף-ארט.

וועלס געפינט זיך אין צענטער פון אויבער-עסטרייך, אין א הייך פון 317 מעטער איבער דעם ים פלאך. די לענגאויס פון דער שטאט פונעם צפון ביזן דרום איז 9.5 קילאמעטער, און פון מזרח צו מערב 9.6 קילאמעטער. 3.4% פון איר שטח איז פארדעקט מיט וועלדער, און 23.5% פונעם שטח ווערט באניצט פאר לאנדווירטשאפט.

דאס געריכט-הויז פון וועלס

לויט פארשידענע ארכעאלאגישע אויסגעפינסן, איז די געגנט פון וועלס האט זיך אנגעהויבן צו באפעלקערן נאך אין דער נייער שטיין עפאכע (צווישן 3500 און 1700 יארן פאר דער קריסטלעכער ציילונג). די אויסגעפינסן זענען באזירט אויף אנטדעקונג פון איינפאכע ווערקצייג, הויפטזעכלעך פון ארום די ברעגן פונעם טראון טייך, דארט וואו געפינט זיך יעצט דער שטאט'ס צענטער.

א בית הקברות פון דער בראנדז עפאכע מיט 60 קברים און צירונג זענען אנטפלעקט געווארן אויפן זעלבן ארט וואו עס געפינט זיך היינט צו טאגס דעם שטאט'ס פליפעלד.

שווערדן פון דער האלשטאט עפאכע קולטור, זענען געטראפן געווארן (אומגעפער 750-400 יאר פאר דער קריסטלעכער ציילונג) אין דער געגנט פון "פערנאו" (דייטשיש: Pernau).

דורך דער אייזן עפאכע קעלטן האבן זיך באזעצט אין דער געגנט, איבערלאזנדיג נאך זיך גאלדשטיקלעך, לאדישקעס, שווערדן און אייזענע הארשפילקעס, דער נאמען פונעם טייך "טראון" שטאמט אפ פון יענער עפאכע, און ווארשיינליך אויכעט דער נאמען פונעם שטאט - "וועלס".

א שלאס אין וועלס

דורך דער דער רוימישער עפאכע, האט וועלס ערלאנגט א וויכטיגקייט צוליב איר צענטראלער ארטשאפט אינעם פראווינץ נאריקום. ארום יאר 120 האט וועלס באקומען רעכטן פון א רוימישער שטאט אונטערן נאמען "מוניסיפיום אווילאווא" (לאטיין: Municipium Ovilava). ערגעץ ארום יאר 215 דורך דער הערשאפט פונעם רוימישן קייזער "קאראקאלא (לאטיין: Caracalla) האט מען ווידער געטוישט דעם נאמען פון דער שטאט צו "קאלאניע אאורעליא אנטאניאנא אווילאביס" (לאטיין: Colonia Aurelia Antoniana Ovilabis), און זי האט באקומען א סטאטוס פון א קאלאניע. אין דער צייט די באפעלקערונג פון דער שטאט איז געווען אומגעפער 18,000 איינוואוינערס.

אין דער מיטל אלטער יארן, וועלס האט באדינט אלס א האנדל צענטער. אין יאר 943, די אונגארישע האבן פארלוירן צו די בייערישע מאכטן אין דער "שלאכט פון וועלס". אין יאר 1222, אונטער דער הערשאפט פון דער באבאנבערגער פאמיליע, וועלס האט צוריק באקומען רעכטן פון א שטאט. דער רוימישער קעניג און אימפעראטאר מאקסימיליאן דער ערשטער, איז געשטארבן אין וועלס אין דעם 1טן יאנואר 1519, נאכדעם וואס איז ער אנטזאגט געווארן א צוגאנג צו אינסברוק דורך אירע בירגער.

דורך דער צווייטער וועלט קריג, האט זיך געפינען אין וועלס דער קאנצענטראציע לאגער "מאטהאוזן".

אין 18 יאנואר 1964, איז וועלס געווארן א "סטאטוטאר-שטאט" (דייטשיש: Statutarstadt), נעמליך, א שטאט וואס אויסער די אייגענע שטאטישע אויטאריטעטן וואס זי פארמאגט שוין אלס א מוניציפאליטעט, באקומט אויכעט צוזעצליכע אדמיניסטראטיווע אויטאריטעטן און באפולמאכטיגונגען מיט א שטאטישע-רעגירונג וואס דערלאנגען איר א גרויסן איינפלוס נישט נאר אין דער שטאט אליינס, נאך אין דעם גאנצן פראווינץ.

אומגעפער 28% פון די איינוואוינערס פון וועלס, זענען נישט עסטרייכערס. די גרויסע מערהייט פון די פרעמדערס שטאמט פון באסניע און הערצעגאווינע, טערקיי, קראאטיע, און פון דער געוועזענער יוגאסלאוויע.

וועלס האט אומגעפער 40,000 ארבעטערס וועלכע ווערן באשעפטיגט אין מער ווי 4,000 פירמעס, מיט 22,600 ארבעטערס וואס קומען צו ארבעטן טאג טעגליך פון די ארומיגע שטעט און הינטערשטעט, און 8,600 ארבעטערס וועלכע וואוינען אין שטאט אבער פארן ארויס ארבעטן אין די ארומיגע שטעט און הינטערשטעט. איבער 60% מענטשן פון דער ארבעט קראפט, זענען טעטיג אין געזעלשאפטליכע סערוויסעס. די מערהייט פון די פירמעס אין דעם געביט איז טעטיג הויפטזעכלעך אין האנדל, און די איבעריגע, זענען צוטיילט צו סאציעלע סערוויסעס, פינאנצירונג און טראנספארט. דער צווייטער פאפולערער ווירטשאפטליכער געביט אין וועלס איז פראדוצירונג. די אינדוסטריעלע זאנע פון וועלס געפינט זיך אין דער ביישטאט "פערנאו". עס זענען פאראן דארט פירמעס פון דער כעמישער אינדוסטריע, מעבל פראדוצירערס, מעכאנישע אינזשענירן און נאך.

די אלטע טראון בריק אין וועלס
די אלטע טראון בריק אין וועלס