האלשטאט
|
האלשטאט (דייטשיש: Hallstatt) איז א קליין דארף אין דער דאכשטיין געגנט אין דעם פעדעראלן לאנד אויבער עסטרייך, אין עסטרייך. דאס דארף איז אנגעריגלט צווישן די ברעגן פון דער האלשטאט אזערע (דייטשיש: Hallstätter See) וואס איר ברייט באשטייט פון סך הכל צוויי קילאמעטער, און צווישן די משופע'דיגע בארגאראפן פון דער דאכשטיין געבערג-קייט, וועלכע ציען זיך אראפ צו א טיפקייט פון 135 מעטער אין דער טיפעניש פון דער שמאלער אזערע. די באפעלקערונג פון האלשטאט באשטייט פון סך הכל 774 איינוואוינער. אויסער זיין אומבאשרייבליכער שיינקייט, דאס דארף איז בארימט און באקאנט צוליב צוויי גרונדן: דער ערשטער גרונד איז אז דאס דארף האט דערלאנגט זיין נאמען צו דער האלשטאט קולטור וועלכע איז געווען א קעלטישע קולטור פון דער פריצייטיגע אייזן עפאכע, און דער צווייטער גרונד איז געווען די ערשטע זאלץ מינע אין דער גאנצער וועלט וואס געפינט זיך אין דעם זאלץ-בערג (דייטשיש: Salzberg). די צוויי אויבנדערמאנטע סיבות האבן געברענגט די אונעסקא ארגאניזאציע אין יאר 2001 צו אן ענטשיידונג צו דערקלערן דעם דארף אלס א וועלט ירושה ארט. אין יאר 2011 איז פארעפענטליכט געווארן אין דער מעדיע אז נאכדעם וואס די כינעזער האבן איינגעזאמלעט אין לויף פון א סאך יארן אויספירליכע אויסקונפט איבערן דארף, האבן זיי אנגעהויבן אויפצושטעלן אין דעם גואנדאנג באצירק אין כינע פונקט אזא דארף וואס האט א אומהיימליכע ענדליכקייט צום אריגינעלן דארף אין עסטרייך.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וויבאלד דער געביט פון האלשטאט איז געווען רייך אין זאלץ, איז האלשטאט און איר ארומיגע געגנטער באזעצט געווארן שוין יארן צוריק, דורך א באפעלקערונג וואס פלעגט אויסהאקן דעם זאלץ, אים איינפאקן אין א פארמע פון הערצער, און דערנאך אים פארקויפן. די רייכקייט פון דער האלשטאט אומוועלט אין זאלץ און דער האנדל אין אים האבן געברענגט צו אן אנטוויקלונג פון א פארגעשריטענע קולטור אין לויף פון דעם ערשטן טויזנט פאר דער קריסטלעכער ציילונג, וועלכע האט געטראגט דעם נאמען "האלשטאט קולטור" (דייטשיש: Hallstattzeit). די קולטור וואס איז געווען אויסגעשפרייט איבעראל אין צענטראלער אייראפע, איז געווען פארבונדן מיט די קעלטן און זייערע אפשטאמפאטערס, און פלעגט צימליך שטארק בליען אין דער פריצייטיגער אייזן עפאכע. אין יאר 1846 איז אנטפלעקט געווארן נעבן האלשטאט אן אור-אלטער צווינטער וואס האט אנטהאלט אין זיך 4,000 גראבשטיינער, ווי אויך האט מען אנטדעקט א פארצייטישן ווערק-הויז פאר שמידעריי. ביידע פריערדערמאנטע אנטדעקונגען זענען פארבונדן מיט דער האלשטאט קולטור.
שפעטער האט זיך די האלשטאט קולטור געטוישט מיט דער "לא טען" (La Tène) קולטור וועלכע פלעגט עקזיסטירן ביז דער באזעצונג פון דער רוימישע אימפעריע, און זייט דעמאלטס, ווי אויך אין די מיטל אלטער טעג זענען נישט אנטדעקט געווארן סיי וועלכע נייע אויסגעפינסן. אבער טראצדעם איז באוואוסט אז דאס דארף האט גוט אויפגעהיטן אויף זיין סטאטוס אלס א האנדל צענטער. און א מארק פלעגט דארט עקזיסטירן פון יאר 1311 אומגעפער. דערצו פלעגט מען ווייטער אויסהאקן זאלץ, אויכעט אין די מיטל אלטער טעג, און פון יאר 1595 פלעגט דער זאלץ אריבערגעפירט ווערן אין א פארמע פון זאלץ-וואסער דורך א ספעציעלער רער וואס איז אויפגעבויט געווארן פון 13,000 אויסגעהוילטע בוים-שטאמען, און וועלכע האט דורכגעפירט זאלץ אין זיך אין לענגאויס פון 40 קילאמעטער ביז דער שטאט עבענזע (דייטשיש: Ebensee).
ביז דער ענדע פון דעם 19טן יארהונדערט דער צוגאנג צום דארף איז געווען נאך דורך קליינע זעגל-שיפלעך אין דער אזערע אדער דורך שמאלע שטעגן. די קליינע צאל פון ערד וואס האט זיך געפונען צווישן דער געבערג-קייט און די ברעגן פון די אזערע, איז אויסגענוצט געווארן פאר בוי, און אפילו די באוועגונג צווישן די הייזער אין דעם קליינעם דערפל, איז געווען דורך שיפלעך אדער דורך א שטעג וואס האט דורכגעשניטן די משופע'דיגע בארגאראפן וואס האבן זיך געפונען העכער אים. די גרויסע ענגשאפט פון דעם פלאך אינעם דארף האט פאראורזאכט אז איינמאל אין 10-15 יאר האט מען ארויסגעגראבן די ביינער פון די טויטע פון זייערע קברים, און דערנאך זיי אריבערגעפירט צו א דלוסקמא (א ספעציאלער קאסטן וואס ווערט דערמאנט אין דער משנה, און וועלכער ווערט באניצט צו באגראבן סקעלעטן), און אין דעם ביינער-מוזיי (דייטשיש: Beinhaus) וואס געפינט זיך אינעם דארף ווערן געהאלטן מער ווי 1,200 קאפ-שיידלעך, טייל פון זיי געפארבט און באצירט מיט פארשידענע געמעלן.
דער ערשטער וועג וואס פירט צו האלשטאט איז געפלאסטערט געווארן לענגאויס דעם מערב'דיגן ברעג פון דער אזערע אין יאר 1875, און טיילווייזיג, דער וועג איז דורכגעריסן דורך אן אויפרייס פונעם ריזיגן פעלדז וועלכער געפינט זיך לענגאויס דעם ברעג. נאר אין יאר 1966 האט מען געפלאסטערט א מאדערנעם וועג דורך טונעלן וועלכע זענען אויסגעגראבן געווארן אין דעם בערג וועלכער געפינט זיך אויפן מערב'דיגן חלק פונעם דארף. ביז היינטיגן טאג האקט מען אויס זאלץ אין האלשטאט, אבער טראצדעם, דער עיקר פון דער ווירטשאפט אינעם דארף פארלאזט זיך אויפן טוריזם צווייג.