בראנדז עפאכע
די בראָנז עפּאָכע צייכנט אפ די עפאכע אין וועלכע כלים געמאכט פון קופער און בראנדז זענען גענוצט געווארן. כראנאלאגיש, שטייט די עפאכע צווישן דער שטיין עפאכע און דער אייזן עפאכע. בשעת די שטיין עפאכע האבן מענטשן נאך נישט געוואוסט וויאזוי ארויסצונעמען מעטאל און אנדערע מינעראלן פון די שטיין און וועלכע עס געפונט זיך. די בראנדז עפאכע צייכנט אפ די תקופה אין וועלכע מענשטן האבן אויסגעטראפן די טעכניק וויאזוי ארויסצונעמען די מעטאלן און שמעלצן ארץ. די אייזן עפאכע צייכנט אפ די תקופה ווען מען האט שוין געהאט די טעכניק אינגאנצן אויסגעארבייט צו שמעלצן אייזן ארץ און מען האט געמאכט כלים און געווער סיי פון שטיין און סיי פון די מעטאלן. דער סדר פון די דריי עפאכעס איז דער אנהייב פון דער היסטאריע פון טעכנאלאגיע.
עס איז נישט קלאר ווען פונקטליך די בראנדז עפאכע הייבט זיך אן אדער ענדיגט זיך, צוליב דעם וואס מענטשן האבן דאן נישט געקענט שרייבן און דעריבער נישט איבערגעלאזט קיין געשריבענע רעקארדס. אלעס וואס מיר ווייסן היינט וועגן די עפאכע איז נאר פון ארכעאלאגיע. אזוי אויך, אין יעדער געגנט האט זיך די עפאכע אנגעהויבן און געענדיגט אין אנדערע תקופות, און ווען אין געוויסע פלעצער און די וועלט איז מען שוין געווען פארגעשריטן, איז אין אנדערע פלעצער נאך געווען צוריקגעשטאנען.