שטיין עפאכע

די שטיין עפאכע איז די פעריאדע פון היסטאריע וואס נעמט אריין די ערשטע פארשפרייטע באנוץ מיט טעכנאלאגיע אין מענטשליכע עוואלוציע און דער אויסשפרייט פון דער מענטשהייט מין בעלי חיים פון מזרח אפריקע צו די רעשט פון דער וועלט.
עס ענדיגט זיך די תקופה מיט דער אנטוויקילונג פון אגריקאלטור און די אריינברענגען פון געוויסע בעלי חיים צווישן דער מענטשהייט, און דער צושמעלצונג פון קופער שטיין צו מאכן אייזן.
די פעריאדע ווערט פארעכענט אלס פרעהיסטאריש וואס האט זיך אנגעהויבן צוליב דעם וואס אין יענע צייטן האט נאך דער מענטש נישט געקענט שרייבן, וואס מיטן שרייבן האט מען ערשט געקענט אנהייבן צו וויסן און רעכענן היסטאריע כדי צו דאקומענטירן וואס גייט פאר.
די תקופה ווערט גערופן די שטיין-צייט ווייל די מערסטע פארשפרייטע רעשטלעך פון מענטשלעכער קולטור זענען שטיין-געצייג. שארפע שטיינער, בעיקר פלינט פון פארשידענע טיפן, אבסידיאַן, באזאלט, און קאלכשטיין, זענען געפארעמט געווארן פאר באנוץ אלס געצייג, שניידן און באארבעטן, און אלס וואפן.
די דאטום'ס פון ווען ביז ווען עס האט זיך געצויגן איז אין מחלוקת ווייל עס ווענדט זיך אסאך אין דעם ראיאן פון ווי מ'רעדט ווי למשל עס איז נאך היינט דא געזעלשפאטן וואס וואונען ווי אין יענע תקופה, זייער צוריקגעשטאנען.