לעסטער

פֿון װיקיפּעדיע

לעסטער (ענגליש: Leicester ˈlɛstɚ) איז א שטאט אין די מזרח מידלאנדס פון ענגלאנד. זי איז די פארוואלטונג שטאט פון לעסטערשיר. די שטאט ליגט אויפן סאר טייך און ביים ברעג פונעם נאציאנאלן וואלד. אין 2004, איז די באפעלקערונג פון דער שטאט געשאצט צו 285,100, מיט 441,213 וואוינען אין דעם ברייטערן לעסטער שטאטישן שטח, מיט דעם איז לעסטער די מערסטע באפעלקערטע שטאט אין די מזרח מידלאנדס, די 10טע מערסטער באפעלקערטער יישוב אינעם פאראייניגטן קעניגרייך און די 8טע גרעסטע אין ענגלאנד אליין.