לדלג לתוכן

סונדערלאנד

פֿון װיקיפּעדיע
סונדערלאַנד
Sunderland
עכא 24 און ווירמוט בריק
ראקער ליכטטורעם, פענשא מאנומענט, פֿולוועל מיל
נאציאנאלער גלאז צענטער, סונדערלאנד מוזיי
מדינה / טעריטאָריע ענגלאַנד
פאראייניגטע קעניגרייך
קאָאָרדינאַטן 54°54′22″N 1°22′52″W / 54.906°N 1.3811°W / 54.906; -1.3811קאארדינאטן: 54°54′22″N 1°22′52″W / 54.906°N 1.3811°W / 54.906; -1.3811
גראפנשאפט טיין און וויר

 ‑ אין שטאָט

174,286‏  (שטייענדיג 2011)
צײַט זאָנע UTC

סונדערלאנד (ענגליש: Sunderland) איז א שטאט ביים מויל פונעם טייך וויר אין טיין און וויר, צפון-מזרח ענגלאנד.

סונדערלאנד איז אריגינעל געווען דריי קליינע דערפער:

  • מאנקווירמוט, געשאפן אין יאר 674 אויף דער צפון זייט פונעם טייך. 
  • בישאפווירמוט, געגרינדעט אין 930 אויף דער דרום זייט פונעם טייך.
  • סונדערלאנד, א קליין פֿישעריי דארף ביים מויל פונעם טייך, האט באקומען א טשאַרטער אין 1179.

א גרויסער טייל פון דער שטאט איז אויף א נידריגן בארגקייט פאראלעל צום בארטן. דורכשניטלעך איז סונדערלאנד בערך 80 מעטער העכער פונעם ים־פלאך. די שטאט איז צעטיילט דורכן טייך וויר וואס גייט אדורך דער שטאט אין א טיפן טאל.

70% פון דער באפעלקערונג וואוינט אויף דער דרום זייט פונעם טייך און 30% אויף דער צפון זייט. די שטאט שפרייט זיך ביז צום ברעג ים.


לויטן צענזוס, 81.5% פון סונדערלאנדער איינוואוינער זענען קריסטן, 9.6% האבן נישט קיין רעליגיע, 0.7% זענען מוסולמענער און 7.6% האבן נישט געוואלט אויסזאגן זייער רעליגיע.

נאר 114 יידן וואוינען אין סונדערלאנד. פאר 1750 האט די שטאט נישט געהאט קיין יידישע געמיינדע. אין 1790 איז געווען אין דער שטאט א רב פון האלאנד. די קהילה האט געוואקסן ביז דער צווייטער וועלט-מלחמה, אבער זייט דעמאלסט אלע סונדערלאנדער יידן אדער זענען נפטר געווארן אדער האבן זיך באזעצט אין גרעסערע יידישע קהילות. אין 1890 האבן ליטווישע יידן פון קראטינגע געעפנט דעם סונדערלאנד בית המדרש. די רבנים פונעם בית המדרש זענען געווען הרב בלאך, הרב הורוויץ, הרב דוד ראבינאוויטש, זיין זון הרב משה אליעזר ראבינאוויטש און הרב אברהם משה באב"ד. אין 1980 האט דער בית מדרש זיך פאראייניגט מיט דער ענגלישער שול, און הרב שמאי צאהן איז געווארן שטאט׳ס רב. די קהילה איז ביסלעכווייז געווארן גאנץ קליין און אין אדר תשס״ו האט מען פארמאכט די שול.

מען האט איבערגעבויט סונדערלאנד סטאנציע אין נאוועמבער 1965. די סטאנציע ווערט באדינט דורך נארדערן באן באדינונגען צווישן ניוקאסל און מידלזברא , און דורך גראנד צענטראל באדינונגען קיין יארק און  לאנדאן.[1]