אברהם משה באב"ד
געבורט |
1909 אוקראינע | |
---|---|---|
טויט | 31 מערץ 1966 (אלט 57 בערך) | |
מדינה | פוילן, פאראייניגטע קעניגרייך, פאראייניגטע קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און אירלאנד | |
פאך | רב | |
הרב אברהם משה באב"ד (כ"ב כסלו ה'תרס"ט - י"א ניסן ה'תשכ"ו) איז געווען דער רב פונעם סונדערלאנד בית המדרש, א חשובע ליטווישע קהילה אין סונדערלאנד, ענגלאנד, און א בעלזער חסיד.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]הרב אברהם משה איז געבוירן געווארן כ"ב כסלו תרס"ט צו זיין פאטער הרב יוסף דוב באב"ד רב פון טויסט און אב"ד פון מיקוליניץ, אן אייניקל פונעם רבי ר' העשיל פון קראקע, און צו זיין מוטער טויבא.
ער האט געלערנט ביי זיין פעטער, הרב דוד מנחם מאניש באב"ד, טארנאפאלער רב, מחבר פון שו"ת חבצלת השרון.
אום ר"ח ניסן ה'תרצ"ו האט ער געהייראט חיה, די טאכטער פונעם פרעמישלאנער רבי אין לאנדאן, רבי ישראל אריה מרגליות, און זיי האבן זיך באזעצט אין לאנדאן.
אין תרצ"ח איז ער באשטימט געווארן ראש ישיבה פון דער "אור ישראל" ישיבה אין לאנדאן. אין תש"ב איז ער באשטימט געווארן רב פון דער עדת ישראל קהילה. אין תש"ז האט מען אים אויפגענומען ווי רב פונעם סונדערלאנד בית המדרש, וואו ער איז געבליבן ביז זיין פטירה.
צענדליקע יארן איז הרב באב"ד געווען טעטיק אין דער אגודת ישראל באוועגונג. אין תרצ"ז האט ער זיך באטייליקט אין דער כנסייה הגדולה אין מארינבאד. ער האט ארויסגעגעבן מערערע ארטיקלען אין חרדישע צייטונגען, און האט געטון פאר חינוך עצמאי.
משפחה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רב באב"ד און זיין ווייב חיה (מרגליות) האבן געהאט א טאכטער און א זון:
- ביילא ברכה ראבינאוויטש, ווייב פון הרב בן-ציון ראבינאוויטש, ביאלער רבי. נפטר געווארן כ"ט אייר תשנ"ה.
- הרב יוסף דוב באב"ד, דיין פון דער בעלזער קהילה אין לאנדאן, איידעם ביי הרב אברהם דוד הורוויץ, שטראסבורגער רב