גלאזגא

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
גלאזגא
Glasgow
Glasgow Montage.png
הערצאג פון וועלינגטאן סטאטוע; גלאזגא וויסנשאפט צענטער
קעניגלעכער עקסטשיינדזש ביינאכט; גלאזגא ראטהויז
גלאזגא הימל־ליניע
אוניווערסיטעט פון גלאזגא; פיניסטאן קראַן
מדינה / טעריטאריע Flag of Scotland.svg סקאטלאנד
Flag of the United Kingdom.svg פאראייניגטע קעניגרייך
קאארדינאטן 55°51′29″N 4°15′32″W / 55.85806°N 4.25889°W / 55.85806; -4.25889קאארדינאטן: 55°51′29″N 4°15′32″W / 55.85806°N 4.25889°W / 55.85806; -4.25889
שטח 175.5 קוואדראט ק"מ
באפעלקערונג (2011)

 ‑ אין שטאט
 ‑ ענגקייט

598,830‏
3,298.0 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאנע UTC
www.glasgow.gov.uk
Glasgow UK location map.svg

גלאַזגא (ענגליש: Glasgow; סקאטס: Glesga; שאטישע גאליק: Glaschu) איז די גרעסטע שטאט אין סקאטלאנד און די דריטע מערסטע באפעלקערטע אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך. די שטאט געפינט זיך אויפן קלייד טייך אין דרום־מערב סקאטלאנד.

גלאזגוי איז געוואקסן פון א קליינעם דארפישן יישוב אויפן קלייד טייך צו ווערן איינער פון די גרעסטע ים־פארטן אין גרויסבריטאניע. אין דעם 15טן יארהונדערט האט מען אויפגעשטעלט דעם אוניווערסיטעט פון גלאזגא, און אינעם 18טן יארהונדערט איז עס געווארן דער צענטער פון דער סקאטישער אויפקלערונג. פון דעם 18טן יארהונדערט איז עס געווארן איינער פון די הויפט מיטלפונקטן פון איבעראטלאנטישן האנדל מיט בריטישער צפון אמעריקע און די בריטישער מערב־אינדיע.

מיטן אנהייב פון דער אינדוסטריעלער רעוואלוציע האט די באפעלקערונג און עקאנאמיע פון גלאזגוי און דעם ארומיגן ראיאן זיך פארברייטערט אן א שיעור צו ווערן פון דער וועלטס עיקר צענטערן פון שווערער אינזשעניריע, מערווערדיר אין דער שיפבויען און ים אינזשעניריע אינדוסטריע. היינט איז עס פון די צען הויפט פינאנץ צענטערן אין אייראפע.

גלאזגוי האט געהאט א שפיץ באפעלקערונג פון 1,128,473 אין 1949, ווען עס איז געווען די פערטע גרעסטע שטאט אין אייראפע, נאך לאנדאן, פאריז און בערלין. היינט איז די באפעלקערונג פון דעם אפיציעלן שטח פון דער שטאט פון גלאזגוי 592,000.

רעליגיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

גלאזגוי האט זיבן שולן.

טראנספארט[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דער הויפט בוס טערמינאל איז ביוקאנאן בוס סטאנציע. נאך לאנדאן האט גלאזגוי דאס גרעסטע שטאטישע באן נעצווערק, די הויפט באן טערמינאלן זענען צענטראל סטאנציע און קווין גאס סטאנציע.

צווילינג שטעט[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

גלאזגוי האט עטלעכע צווילינג שטעט.[1]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. Glasgow City Council — Twin cities of Glasgow. Glasgow.gov.uk (3 August 2009). דערגרייכט דעם 12 September 2009.
  2. Turin City Hall — International Affairs Retrieved on 26 January 2008.
  3. Glasgow 'twinned' with Lahore. Web.archive.org (29 November 2006). ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 29 November 2006. דערגרייכט דעם 12 September 2009.
  4. "Glasgow 'twinned' with Marseille", BBC News (25 April 2006). דערגרייכט דעם 12 September 2009. 
  5. Bethlehem is city’s latest twinned town. Eveningtimes.co.uk (25 January 2007). דערגרייכט דעם 12 September 2009.
  6. ::Bethlehem Municipality::. www.bethlehem-city.org. דערגרייכט דעם 10 October 2009.