לדלג לתוכן

טורין

פֿון װיקיפּעדיע
טורין
Torino
www.comune.torino.it

טורין (איטאליעניש: Torino) איז א וויכטיגע שטאט, א האנדל און קולטורעלער צענטער אין צפון איטאליע אויפן לינקן ברעג פונעם פא טייך. די שטאט האט א באפעלקערונג פון 909,193 (נאוועמבער 2008).

טורין מיט די אלפן, קוק פון סופערגא בארג

טורין געפינט זיך אין צפון־מערב איטאליע. ער איז ארומגענומען פון מערב און פון צפון מיט די אלפן און פון מזרח מיט א הויכן בארג. פיר הויפט טייכן פליסן דורך דער שטאט: דער פא און צויי פון זיינע בייטייכן, דער דארא ריפאריא און דער סטורא די לאנזא, און דער סאנגאנע.