עקאנאמיע פון קאנאדע

פֿון װיקיפּעדיע

קאנאדע האט א פארגעשריטענע עקאנאמיע און רוב פון אירע בירגערס געניסן פון א גוט קוואליטעט לעבן לויט די וועלט'ס סטאנדארטן. רוב פון קאנאדע'ס רייכקייט קומט פון אירע נאטורליכע אוצרות ווי נאטירליכע גאז, פיש, אויל, געהילץ, מינעראלן, און פארם פראדוקציע. וויאזוי אימער, האט זי אבער שפעטער אנגעהויבן אסאך פאבריצירונג און איז מיט די צייט פאררעכנט געווארן אלס איינע פון די שטערקסטע עקענאמיעס אין דער וועלט. קאנאדע ווערט אויך שטארק אנגעזען אין די גלאבאלע עקענאמיע צוליב איר גרויסע האנדל וועלכע'ס עקספארט גרייכט ארום 33.6 פראצענט פון דעם בא״פ (ברוטא אינלענדישן פראדוקט). נאך דער 1990 רעסעסיע האט זיך קאנאדע די שנעלסטע צוריקגעכאפט און דאס זעלבע איז אויך געווען נאך די סעפטעמבער 11 אטאקעס אין 2001. די סיבות דעצו זענען די נידעריגע אינפלאציע ראטעס, נידעריגע אינטערעסט ראטעס, און א שוואכע דאלאר וועלכע העלפט איר שטארק ארויס אין עקספארט און אין אינוועסמענטס. כאטש די עקספארט איז אזוי שנעל געוואקסן און האלט זיך ביי אזא שטארקייט האט עס דאך נישט געברענגט צופיל נייע דזשאבס ווייל די קאנאדער האבן אויסגענוצט די היינטיגע טעכנאלאגיע צו פראדוצירן מער אן דעם וואס מען זאל דארפן אויפנעמען נייע ארבייטער. אויך אינערהאלב די רעגירונג האבן די פארגעשריטענע טעכנאלאגיעס אויפגעזאגט טויזענטער דזשאבס און די אנעמפלאוימענט ראטע שטייט ביי איבער 7 פראצענט. צווישן די יארן פון 1986 ביז 1995 איז קאנאדע'ס עקענאמיע געשטיגן אן אומגלויבליכע 20.4 פראצענט, גרייכנדיג א דזשי.די.פי. פון 776.3 ביליאן דאלאר וואס קומט אויס 25,900 דאלאר פאר יעדן מענטש. ביז אין 1999 האט שוין די ראטע געהאלטן קרוב צו א טריליאן דאלאר. די שנעלסטע וואקסנדיגע אינדוסטריס זענען געווען אויל, קאמוניקאציעס, יוטיליטי, האנדל, און פינאנציעלע סערוויסעס.


ארבעט'ס קראפט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די קאנאדער ציווילע ארבעט'ס קראפט האט געציילט 15.7 מיליאן אין 999', פון וועלכע מענער זענען געווען 87 פראצענט ארבייטער און פרויען 56 פראצענט. די ראטע ביי מענער איז זינט דעמאלט געפאלן און ביי פרויען גאר געשטיגן. די סיבה דערצו איז ווייל די סערוויס סעקטאר איז זייער גרויס געווארן און פרויען זענען ענדערש גוט פאר די סארט ארבעט. רוב ארבייטער אין די פאבריקאציע אינדוסטריעס זענען מענער און רוב אין די סערוויס סעקטארס זענען פרויען. אין גענעראל ארבעטן פרויען דארט ווייניגער שטונדן (פרויען פארנעמען 70 פראצענט פון פארט טיים דשאבס) ווי די מענער און באקומען באצאלט ווייניגער. א דורכשניטליכער קאנאדער מאן וועלכער ארבעט פול טיים פארדינט א יאר מער ווי 40,000 דאלאר. פרויען פארדינען אינגאנצן 28,400 דאלאר.

עס איז שטענדיג געווען א שטורעם אז צו צאלן ווייניגער פאר פרויען ארבייטער איז ריכטיגע דיסקרימינאציע. אין 999' האט די קאנאדער רעגירונג און די פאבליק סערוויס אלייענס באשטעטיגט א נייע געזעץ פון אייניגע באצאלונג פאר מענער און פאר פרויען. די פעדעראלע רעגירונג האט אין די קומענדיגע צוויי יאר צוריקגעצאלט 3.6 ביליאן דאלאר פאר ארום 230,000 פרויען ארבייטער וועלכע האבן באקומען צו ווייניג באצאלט נאר ווייל זיי זענען געווען פרויען און האבן געטאן פרויען דאמינירטע דזשאבס ווי סעקרעטארס א.ד.ג. די אפמאך איז געווען די גרעסטע אזא אפמאך אין די היסטאריע פון נארט אמעריקע. די נומער פון סעלף עמפלאויט (ארבעט פאר זיך אליינס) איז געשטאנען לאנגע יארן ביי 7 פראצענט פון די ארבעט'ס קראפט אבער האט זיך פארמערט אין די לעצטע 5 יאר צו 13 פראצענט.

יוניאנס זענען שוין געווען אין קאנאדע נאך מיט 200 יאר צוריק און האבן שוין געמאכט עטליכע מאל פראבלעמען מיט גרויסע סטרייקס. די גרעסטע אזא סטרייק איז געווען די וויניפעג גענעראלע סטרייק וועלכע האט גענצליך אפגעשאלטערט די שטאט פאר א צייט פון איבער 6 וואכן. די ענדע איז נישט געווען א גוטע ווען די פאליציי האט געשעדיגט פראטעסטירער מיט עכטע אמוניציע. ארום 35 פראצענט ארבייטער אין קאנאדע זענען אונטער א יוניאן. דאס איז צוויי מאל די ראטע ווי אין די פאראייניגטע שטאטן. די ווייניגסטע יוניאן ארבייטער זענען אין די ארגיקולטור סעקטאר (ארום 2 פראצענט) און די מערסטע זענען אין די פאבליק אדמיניסטראציע (ארום 79 פראצענט). די קאנאדער יוניאנס זענען ריזיגע און טייל פון זיי זענען פארבינדן מיט אינטערנאציאנאלע יוניאנס. מיט אסאך אוצרות און א שטארקע ארבעט'ס קראפט טוט קאנאדע פראדוצירן זייער אסאך פון וועלכע זי עקספארטירט 8.5 פראצענט פון איר דזשי.די.פי. ווייל די קאנאדער באפעלקערונג איז זייער קליין קעגן וויפיל סחורה זי גיט ארויס. דאס איז די גרעסטע עקספארט ראטע פון א לאנד. אמעריקע עקספארטירט 7.5 פראצענט, מעקסיקא 5.4 פראצענט, און יאפאן 0.5 פראצענט. קוויבעק און אנטעריא זענען די גרעסטע עקספארטירער ווייל זיי גרעניצן זיך מיט גרויסע אמעריקאנער שטעט ווי ניו יארק און דעטרויט. עס זענען פאראן ביזנעסער וועלכע עקספארטירן 90 פראצענט פון זייער פראדוקציע צו די פאראייניגטע שטאטן.

ארגיקולטור[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ארגיקולטור איז אמאל געווען קאנאדע'ס הויפט עקאנאמיע. היינט איז עס שוין נישט אזוי וויכטיג. אבער אפילו אזוי איז עס א גרויסע טייל אין קאנאדע'ס עקאנאמיע און ספעציעל אין עקספארט. עס זענען פאראן ארום 252,800 פארמס אין קאנאדע וועלכע נעמען צוזאמען אויף א שטח פון 611 אקער לאנד. ארום 430,000 מענטשן ארבעטן נאך היינט אין דעם סעקטאר וועלכע מאכט אויס 3.2 פראצענט פון די ארבעט'ס קראפט. די סעקטאר גיט ארויס 26.7 ביליאן דאלאר פער יאר וועלכע איז 2.1 פראצענט פון קאנאדע'ס דזשי.די.פי. די פארם אינדוסטרי איז טאקע גרויס אבער ווייניג ארבעטן דערמיט פול טיים. רוב פון די פאמיליעס וועלכע וואוינען אויף די פארמס האבן געזאגט אז 2 דריטלעך פון זייער אינקאם קומט נישט פון פארמינג נאר פון אנדערע ארבעט. די פארמינג איז היינט אסאך ווייניגער ווי אמאל ווען יעדער האט זיך געפלאנצן וואס ער האט געוואלט. היינט לייגט די רעגירונג גרויס דרוק מען זאל נאר פלאנצן די סארט זאכן וואס האלטן לענגער (ווערט אנגערופן אין די ביזנעס וועלט: לייווסטאק) און מען פארדינט דערפון מער פראפיט. קאנאדע פארמאגט זייער אסאך ווייץ און אנדערע תבואה וועלכע מאכט אויס האלב פון די סך הכל ארגיקולטור.

געהילץ[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

געהילץ איז א גרויסע ביזנעס אין קאנאדע. כאטש נאר 370,000 מענטשן ארבעטן אין דעם סעקטאר זענען אבער פאראן נאך 510,000 מענטשן וואס ארבעטן אין ביזנעסער וואס זענען פארבינדן מיט געהילץ. אין סך הכל ארבעטן 1 פון 15 מענטשן מיט האלץ. דאס איז א גרויסע נומער וועלכע מאכט אויס מער ווי 2 פראצענט פון די דזשי.די.פי. און 14.6 פראצענט פון עקספארט. קאנאדע פארמאגט אסאך וועלדער וועלכע דעקן איבער 27 פראצענט פון לאנד און מאכן אויס 10 פראצענט פון די וועלט'ס סך הכל וועלדער. במשך די יארן וואס מען האט זיך אריינגעצויגן קיין קאנאדע האבן די באזעצער אויסגעהאקט טויזענטער אקער לאנד און נאך א גרויסע פראצענט איז פארניכטעט געווארן פון פייערן וועלכע ברענען אפ יעדן זומער צענדליגער אקער. די רעגירונג קאנטראלירט 79 פראצענט פון די גאנצע געהילץ סעקטאר און נאר 6 פראצענט ליגט אינגאנצן אין פריוואטע הענט. קאנאדע'ס האלץ איז באוואוסט צו זיין פון די בעסטע אין דער וועלט. איר האלץ איז שיין און האלט שטארק. איינע פון די הויפט זאכן וואס זי מאכט פון אזויפיל האלץ איז צייטונג פאפיר פון וועלכע קאנאדע פראדוצירט 27 פראצענט פון די וועלט'ס צייטונג פאפיר געברויך. ארום 85 פראצענט פון די צייטונג פאפיר פראדוקציע ווערט עקספארטירט. אמעריקע איז די צווייטע אין די רייע מיט מאכן צייטונג פאפיר. זי פראדוצירט 18 פראצענט פון די וועלט'ס צייטונג פאפיר אבער זי עקפארטירט זייער ווייניג ווייל אלעס ווערט גענוצט אינלאנד. בריטיש קאלאמביע, קוויבעק און אנטעריא פארמאגן רוב פון די געהילץ מארקעט און פראדוצירן א יאר אין די ווערט פון 35 ביליאן דאלאר. די דריי פראווינצן שניידן אפ איבער 8 ביליאן קוואדראט פיס וועלדער.

פיש[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

קאמערציאלע פישינג אין קאנאדע גייט צוריק נאך מיט 500 יאר צוריק. פישינג קומט פאר אין די אקעאנען ארום קאנאדע און אין אינלאנד טייכן און לעיקס. היינט צו טאג איז פישינג אסאך קלענער ווי אמאל ווייל עס איז פשוט פאראן ווייניגער פיש אין די וואסערן. די פישינג אינדוסטרי אין קאנאדע איז ריזיג אבער קעגן אלע אנדערע סעקטארס איז עס קליין. נאר 30,000 מענטשן ארבעטן אין דעם סעקטאר וואס מאכט נישט אויס מער ווי 0.1 פראצענט פון די ארבעט'ס קראפט און 0.2 פראצענט פונעם ברוטא אינלענדישער פראדוקט קאנאדער פיש כאפער נעצן ארויס 1.03 מיליאן מעטריק טאנען פיש פער יאר, פון וועלכע 80 פראצענט ווערט עקספארטירט צו 100 לענדער ארום די וועלט. דאס מערסטע גייט קיין אמעריקע (50 פראצענט) און יאפאן (29 פראצענט). כמעט אלע ערליי פיש זענען פאראן אין די וואסערן אין און ארום קאנאדע. די עיקר פיש כאפעריי קומט פאר אין די אטלאנטיק פראווינצן (נאווע סקאשע, ניו בראנסוויק, פרינץ עדוואורד איילענד, און לאבראדאר) וועו עס איז כמעט נישט פאראן א פאמיליע וואס איינער ארבעט נישט אין די פיש אינדוסטרי. די פיש אינדוסטרי גיט ארויס א יאר אין די ווערד פון קרוב צו א ביליאן דאלאר. די רעגירונג האט זייער שטרענגע קאנטראל אויף די וואסערן און גיט אכטונג עס זאל נישט ווערן א מאנגל אין א סארט פיש. ווי מיר ווייסן מערן זיך די פיש דאס מערסטע פון אלע באשעפענישן אבער מיט דעם אלעם איז שוין אין קאנאדע געווען א מאנגל פון עטליכע סארט פיש און די רעגירונג האט געמוזט פארבאטן זיי צו פאנגען פאר א שטיק צייט ביז זיי האבן זיך צוריק פארמערט. כאטש די וואסערן אין קאנאדע ווערן זייער קאלט און טיילמאל פארפרוירן בלייבן אבער אלע פיש אין זייערע ארגינעלע געגענטער צוליב די גוטע וואסער וואס קאנאדע פארמאגט.

דער צוגאנג פון כאפן פיש איז היינט אנדערש ווי אמאל ווען מען האט גענוצט קליינע שיפלעך אויף מערערע ערטער מיט גרויסע מאשינערי פאר די נעצן. היינט נוצט מען ווייניג שיפן אבער יעדע פון זיי איז ריזיג גרויס מיט הונדערטער נעצן וועלכע ווערן אפערירט עלעקטאראניש דורך די אנווייזונגען פון פארגעשריטענע נעוויגאציע סיסטעמען וועלכע קוקן אריין אין די וואסערן און זעען וואו עס דרייען זיך פיש. פיש כאפעריי קומט היינט פאר פיל ווייניגער טעג אין יאר ווייל איין קאמערציאלע שיף קען כאפן אין עטליכע שטונדן אזויפיל פיש ווי עס האט גענומען פאר צענדליגער קליינע שיפן אין עטליכע טעג. אויסער די אטלאנטיק פיש אינדוסטרי איז פאראן נאך א פיש אינדוסטרי אין בריטיש קאלאמביע וועלכע פארקויפט אין די ווערד פון 415 מיליאן דאלאר. די וואסערן אין בריטיש קאלאמביע זענען רייך מיט סעלמאן פיש און פון דעם מאכן זיי ביזנעס. אחוץ דעם איז פאראן פיש אין אלע ווינקלן פון קאנאדע אין קלענערע פראצענטן. די אינדיגנוס איינוואוינער האבן זיך אן אייגענע פיש מארקעט אבער עקספארטירן גארנישט. די סעלמאן מארקעט אין דעם פאציפיק איז צוטיילט צווישן קאנאדע און אמעריקע. במשך די יארן איז געווען עטליכע קאנפליקטן צווישן די צוויי לענדער איבער טעריטאריעס פון כאפן פיש. די קאנאדער האבן געטענה'ט אז די אמעריקאנער פיש כאפער קומען אריין אין זייער טעריטאריע און האבן ארויפגעלייגט א שטייער אפצאל פאר'ן אריינטרעטן אין זייער טעריטאריע. דער קאנפליקט האט זיך שפעטער אויסגעגליכן און היינט גייט אלע בשלום.


פיטער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די פיטער (הויט פון חיות) אינדוסטרי האט געגרינדעט קאנאדע און איז געווען קאנאדע'ס הויפט חיונה אין די ערשטע יארן. די בריטישע און פראנצויזישע האבן זיך אין יענע יארן אסאך געקריגט אויף ווער עס זאל קאנטראלירן די פוטער אינדוסטרי. למעשה איז היינט נישטא די צענטל אזא פארלאנג פאר פוטער אין דער וועלט פון וועלכע קאנאדע איז די פערטע גרעסטע עקספארטירער. די פוטער אינדוסטרי גיט ארבעט פאר ווייניגער ווי 0.1 פראצענט פון די ארבעט'ס קראפט. די אינדוסטרי פארקויפט אין די ווערד פון 150 מיליאן דאלאר פער יאר. ארום 2.6 מיליאן בהמות ווערן גענוצט פאר די פוטער פראדוקציע פון וועלכע רוב דערפון ווערן אויך גענוצט פאר אנדערע פארמינג צוועקן. די פוטער אינדוסטרי געפינט זיך אין אנטעריא, בריטיש קאלאמביע, קוויבעק, און נאווע סקאשע. די בהמות און חיות ווערן געכאפט אין די צענטראלע פראווינצן.

מינעראלן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

קאנאדע איז געבענטש מיט אסאך ערליי מינעראלן, אריינגערעכנט אויל און נאטורליכע גאז. דאס לאנד עקספארטירט מינעראלן אין די ווערד פון 25 ביליאן דאלאר, זייענדיג די וועלט'ס גרעסטע עקספארטירער פון אנדערע מינעראלן (נישט אויל). ארום 80 פראצענט פון קאנאדע'ס מינעראלן ווערן עקספארטירט צו די פאראייניגטע שטאטן, 11 פראצענט גיט קיין אייראפע און יאפאן, און די אבעריגע 9 פראצענט גייט צו נאך 90 לענדער איבער די וועלט. קאנאדע גראבט ארויס אסאך אויל און נאטורליכע גאז פון וועלכע זי עקספארטירט מער ווי האלב דערפון. אין די לעצטע יארן האט זי ארויסגעגעראבן 957 מיליאן פעסלעך אויל און 6.3 טריליאן קיוביק פיס פון נאטורליכע גאז. זי איז די וועלט'ס צענטע אין די רייע פאר אויל און די וועלט'ס גרעסטע עקספארטירער פון נאטורליכע גאז. קאנאדע האט נישט צופיל אויל און גאז אין רעזערוו. מען שאצט אירע רעזערווארן אויף 9.4 ביליאן פעסלעך אויל אבער אין פאקט האט קאנאדע שטחים וועלכע זי האלט פאר רעזערוו פון וואו זי קען ארויסגראבן ווייניגסטענס 300 ביליאן פעסלעך אויל און 255 טריליאן קיוביק פיס נאטורליכע גאז. רוב אויל און גאז קומט פון אלבערטא וועלכע ווערט טיילמאל אנגערופן די קליינע סאודיע אראביע. די אויל און גאז ווערן אויסגעארבעט אין אינדוסטריס צושפרייט אין גאנץ קאנאדע וואו אלע אויל קומט אן דורך פייפליינס.

ענערגיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אן אויל קוואל ביי סארניא, אנטעריא

קאנאדע האט א גרויסע עלעקטריק ענערגיע אינדוסטרי וועלכע גיט ארויס אין א יאר 567 ביליאן קילאוואט שטונדן פון וועלכע 60 פראצענט קומט פון היידרא עלעקטריק, 12 פראצענט פון נוקלעארע קראפט, און 26 פראצענט פון קאנוועציאנאלע ענערגיע (אויל). זייענדיג געבענטשט מיט אסאך פליסיגע טייכן האט קאנאדע באוויזן אויפצושטעלן די וועלט'ס גרעסטע היידרא עלעקטריק אינדוסטרי – די עלעקטריק ענערגיע וואס ווערט געטריבן דורך וואסער פאלן. 85 פראצענט היידרא עלעקטריק ווערט פראדוצירט אין קוויבעק, אנטעריא, נופאונדלענד און לאבראדאר, און בריטיש קאלאמביע. די גרעסטע פון זיי אלע געפינט זיך אין לא גרענד ריוויע, קוויבעק, נעבן דזשעימס בעי מיט 3 היידרא עלעקטריק סטאנציעס וועלכע באלאנגט און ווערט אפערירט דורך די פובליק יוטיליטי פירמע היידרא קוויבעק. די 3 סטאנציעס גיבן ארויס 10.5 מיליאן קילאוואטס פער יאר. אפגערעדט פון די געזונטהייט פון פראדוצירן ענעריגע דורך וואסער פאלן, איז עס פיל ביליגער און ענדלאז. די פירמע היידרא קוויבעק סערווירט עלעטריסיטי און גאנץ קוויבעק פאר א דריטל די פרייז וואס קאסט סיי וואו אין די פאראייניגטע שטאטן. די קאנאדער ענערגיע פירמעס פארקויפן אסאך ענערגיע קיין אמעריקע, ספעציעל פאר קאליפארניע וועלכע האט א מאנגל אין ענערגיע. קאנאדע פארמאגט 14 נוקלעארע רעאקטארס פאר ענערגיע באנוץ. קאנאדער פארשונג פאר נוקלעארע קראפט האט זיך אנגעהויבן אין 950' ווען די רעגירונג האט באשלאסן צו דעוועלאפן אירע נאטורליכע אוצרות פון אוראניום, א הויפט עלעמענט פאר נוקלעארע פראדוקציע. די ערשטע נוקלעארע פלענט איז פארטיג געווארן אין 962' און א צווייטע אין 970'. רוב נוקלעארע פלענטס געפינען זיך אין אנטעריא. 80 פראצענט פון קאנאדע'ס טערמאל קראפט (ענערגיע וואס ווערט פראדוצירט דורך פון היץ און ברענען) געפינט זיך אין אלבערטא וועלכע פארמאגט אסאך אוצרות פון קוילן, אויל, און נאטורליכע גאז. אנדערע 20 פראצענט געפינט זיך אין אנטעריא וועלכע נוצט קוילן וועלכע זי קויפט פון די פאראייניגטע שטאטן. די טערמאל ענערגיע אינדוסטרי ווערט וואס א יאר קלענער צוליב די דרוק פון די קאנאדער ענווייראמענטל דעפארטמענט וועלכע צווינגט די פירמעס צו מאכן ענערגיע אויף נייע וועגן וועלכע פארפעסטיגן נישט אזוי שטארק די לופט.

פֿאבריקאציע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער טאראנטא-דאמיניאן צענטער איו טאראנטא

פֿאבריקאציע איז גאנץ גרויס אין קאנאדע און פארנעמט 15.5 פראצענט פון די ארבעט'ס קראפט און 57.8 פון דאס לאנד'ס סך הכל עקספארט. די פֿאבריקאציע אינדוסטרי שטיצט אסאך אנדערע סעקטארס אין די עקענאמיע דורך זאכן וואס זיי קויפן און פארקויפן. אין די 990' רעסעסיע איז די פֿאבריקאציע סעקטאר פיל פארקלענערט געווארן און געמאכט פארלירן ארום 400,000 דזשאבס. זינט דעמאלט האט זיך עס שוין לאנג צוריקגעכאפט אבער פיל לאנגזאמער ווי עס פלעגט זיין. די סיבה דערצו איז די פארמערטע אימפארטן פון אלערליי פראדוקטן.

אין קאנאדע'ס ערשטע יארן האט זי פראדוצירט שיפן און פארם מאשינען. ווען די וועלט איז געווארן מער אינדוסטריאליזירט האט קאנאדע אויך אנגעהויבן מאסן פראדוקציע. די שטאט מאנטרעאל איז געווען די ערשטע פאבריקאציע ארט אין קאנאנדע וועלכע איז שפעטער איבערגענומען געווארן דורך טאראנטא. די פאבריקאציע אינדוסטרי איז געווארן גרויס צווישן די צוויי וועלט קריגן ווען אלע לענדער י האבן אנגעהויבן פראדוצירן מאשינערי.

קאנאדע'ס הויפט פֿאבריקאציע איז טראנפארטאציע עקוויפמענט, ספעציעל אויטאס און אויטא טיילן. די פירמעס דזשענעראל מאטארס, פארד, קרייסלער, טאיאטא, האנדא, און האנדעי האבן ריזיגע פליגלן אין קאנאדע, רוב פון זיי אין דרום אנטעריא און קוויבעק. די אויטא פאבריקאציע זעלבסט עקספארטירט אין די ווערד פון 57 ביליאן דאלאר יערליך. די אויטא פאבריקאציע אין קאנאדע האט זיך אנגעהויבן ווען די דריי גרעסטע אמעריקאנער אויטא פירמעס האבן געשלאסן אן אפמאך מיט די קאנאדער רעגירונג צו פראדוצירן ווייניגסטענס אזויפיל אויטאס וויפיל זי פארקויפט אינלאנד פער יאר. די קאנאדער אויטא אינדוסטרי פראדוצירט היינט געוויסע ערליי מאדעלן וועלכע ווערן געמאכט נאר אין קאנאדע, צום ביישפיל אלע מיניווענס פון די פירמע קרייסלער ווערן פראדוצירט אין קאנאדע.

נאך אויטאס קומט באן און פליגער עקוויפמענט וועלכע ווערט פראדוצירט אין מאנטרעאל דורך די וועלט באוואוסטע פירמע באמבארדיע. די פירמע גיט ארויס די צווייטע בעסטע באנען אין דער וועלט נאך דייטשלאנד. די נייע וואגאנען אינעם ניו יארק סיטי סובוועי און די שנעלצוג צווישן ניו יארק אין וואשינגטאן איז געבויט געוארן דורך באמבארדיע. אויך אין פליגער איז זי אויסגעצייכנט, ספעציעל מיט פריוואטע דזשעטס. די פירמע איז הויפטקווארטירט אין מאנטרעאל און האט אנדערע פליגלן אין גאנץ קאנאדע און איבער די וועלט. אנדערע פֿאבריקאציע אין קאנאדע זענען: עסן, פאפיר, כעמיקאלן, אייזן, עלעקטראניקס, און קליידונג.


אויסערן האנדל[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

קאנאדע פארמאגט בלויז 0.5 פון די וועלט'ס סך הכל באפעלקערונג אבער איר עקספארט מאכט אויס 4 פראצענט. קאנאדע'ס עקספארט האט זיך ארויפגעארבעט נאך די צווייטע וועלט קריג. אין 945' האט איר עקספארט דערגרייכט די ווערד פון 2.3 ביליאן דאלאר. היינט איז עס געשאצט אויף 300 ביליאן. ווען מען רעכנט די פראצענט עקספארט קעגן די דזשי.די.פי. שטייט קאנאדע די העכסטע אין דער וועלט ביי 33.6 פראצענט. קאנאדע'ס אימפארט שטייט היינט נאנט צו 250 ביליאן דאלאר. איר מערסטע האנדל איז מיט די פאראייניגטע שטאטן מיט וועלכע זי האנדעלט א חשבון פון מער ווי 2 ביליאן דאלאר טעגליך. ארום 4 פינפטלעך פון קאנאדע'ס עקספארט גייט קיין אמעריקע און 3 פערטל פון איר אימפארט קומט פון אמעריקע. עס זענען פאראן הונדערטער פירמעס וועלכע האבן פליגלן אין ביידע לענדער וועלכע שאפט א ריזיגע האנדל. די גרויסע האנדל צווישן די צוויי רעגירונגען האט זיך אנגעהויבן נאכדעם וואס די צוויי רעגירונגען זענען איינגעגאנגען אויף אן אפמאך וועלכע האט געגרינדעט די ען-טי-עי וועלכע האט אראפגענומען אלע שטייערן און געעפנט א כמעט הונדערט פראצענטיגער פרייע האנדל וועלכע האט פילפאכיג פארמערט די האנדל יעדעס יאר. אין יאר 994' איז די ען-טי-עי פארשפרייט געווארן און געטוישט דעם נאמען אויף נאפט"א, ארייננעמענדיג אויך מעקסיקא אינעם פרייע האנדל זאנע. דאס אריינברענגען מעקסיקא האט באקומען גרויס קריטיק אין קאנאדע וועלכע האבן געטענה'ט אז עס שטערט קאנאדע'ס עקספארט. וויאזוי אימער האט זיך עס אויסגעגליכן מיט די יארן און האט אין פאקט נישט געשטערט קאנאדע. אויסער די פאראייניגטע שטאטן האט קאנאדע אסאך האנדל מיט יאפאן, בריטען, דייטשלאנד, צפון קארעא, האלאנד, און כינע.


וואלוטע און באנקירונג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די פאראייניגטע וואלוטע אין קאנאדע איז די קאנאדער דאלאר וועלכע באשטייט פון 100 צענט (ארום 1.50 קאנאדער וואלוטע איז ווערד איין יו-עס דאלאר). די באנק אף קאנאדע, וועלכע איז געגרינדעט געווארן אין 935' און באלאנגט פאר די פעדעראלע רעגירונג, האט די איינציגסטע רעכט צו פרינטען פאפירענע דאלארן פאר די צירקולאציע. די קאנאדער בענק האלטן געלט אין די ווערד פון 800 ביליאן דאלאר. דאס קומט אויס ארום 22,000 דאלאר פער מענטש. 90 פראצענט פון די געלט ליגט קאנצענטרירט און 6 גרויסע דאמעסטיק בענק וועלכע ווערן אפט אנגערופן די ביג סיקס (זעקס גרויסע). אויסער די 6 גרויסע בענק זענען פאראן נאך 3 דאמעסטיק בענק און ארום 50 אויסערן פארוואלטונג בענק וועלכע געבן ארבעט פאר 200,000 מענטשן וואס מאכט אויס 1.3 פראצענט פון די ארבעט'ס קראפט. די קלענערע בענק האבן זייערע אפיסעס און טאראנטא אדער מאנטרעאל. אבער די כלערליי פינאנציעלע סערוויס זענען צושפרייט אויך אין וויניפעג, קאלגערי, און ווענקואווער. די שטאט טאראנטא פארמאגט אויך א בערזע וועלכע איז די 6טע גרעסטע אין דער וועלט. ביי די 990' רעסעסיע האבן די קליינע בענק געהאט שוועריקייטן דורכצושוויצן די שווערע צייטן און אסאך זענען ארויס פון ביזנעס אדער אפגעקויפט געווארן פון גרעסערע פירמעס. אויך גרויסע אינסטיטוציעס און בענק זענען עפעקטירט געווארן און אין א שיינעם טאג אין 994' האט די פירמע קאפעדערעישן טראסט, קאנאדע'ס פערטע גרעסטע טראסט פירמע, זיך דערקלערט באנקראט און ארויס פון ביזנעס.


טראנספארטאציע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די טראנספארטאציע איז גרויס אין קאנאדע און איז העכסט וויכטיג צוליב איר גרויסקייט און מענטשן וואס וואוינען אין אלע עקן צושפרייט. ארום 5.6 פראצענט פון די ארבעט'ס קראפט ארבעטן אין די טראנספארטאציע סעקטאר. פון די הויפט טראנספארטאציע זענען וואסער וועגן פאר קאמערציאלע פראכט. די גרעסטע וואסער וועג איז די סעינט לארענט טייך וועלכע איז געעפענט געווארן פאר ביזנעס אין 959'. דער סעינט לארענט טייך איז פארבינדן מיט'ן אטלאנטיק אקעאן. די צווייטע גרעסטע וואסער וועג איז אויפ'ן פאסיפיק צו די ווענקואווער פארטן. ארום 60,000 קאמערציאלע שיפן לאדענען און אפלאדענען 300 מיליאן טאנען פראכט יערליך. רעילראוד'ס זענען פאראן גענוג אין די גרויסע קאנאדער טערעטאריע אבער ווייניג ווערן נאך היינט גענוצט. די צוויי הויפט באן פירמעס זענען סי-ען און סי-פי. אזוי ווי אין אנדערע אינדוסטריאליזירטע לענדער ווערן באנען ווייניג גענוצט אין קאנאדע און עס קאסט מער געלט דאס אויפהאלטן ווי די פראפיט. אין 977' האט די פעדעראלע רעגירונג געגרינדעט א פאראייניגטע דריטע רעיל פירמע מיט'ן נאמען וויא רעיל פאר פאסאזשירן און אריינגעלייגט אסאך געלט פאר אדווערטייזינג אויפצוארבעטן די רעיל פירמע.

קאנאדע פארמאגט איינע פון די בעסטע שאסייען סיסטעמען אין דער וועלט, גוטע שאסייען און גוט אויסגעלייגט פאר א לאנד מיט אזויפיל טעריטאריע. די רעגירונג און די קאנאדער איינוואוינערס האלטן עס פאר א וויכטיגע פריאריטעט און די רעגיורנג האט שטענדיג אוועקגעגעבן אסאך געלט פאר שאסייען און לאקאלע גאסן. אין די אנפאנג 90טע יארן האט די קאנסערוואטיווע רעגירונג אביסל נאכגעלאזט איר אויסגעבונג פאר ראודס און עס איז שפעטער געווארן א גאנצע אישו ביי די 93' פעדעראלע עלעקציעס ווען די ליבעראלע קאנדידאטור האט צוגעזאגט 6 ביליאן דאלאר איבערצומאכן און פארבעסערן אסאך ראודס. די ליבעראלע רעגירונג האט געהאלטן ווארט און געשענקט 2 ביליאן דאלאר. דאס איבעריגע געלט איז צוגעשטעלט געווארן דורך די פראווינציאלע רעגירונגען. קאנאדע האט ארום 160,000 מייל (253,000 קילאמעטער) פון הייוועיס. די לענגסטע הייוועי איז די טראנס קאנאדע הייוועי וועלכע ציעט זיך פון סעינט דזשאונס, נופאונדלענד ביז וויקטאריע, בריטיש קאלאמביע. אין 98' זענען געווען 459 רעגיסטרירטע אויטאמאבילן פאר יעדע 1,000 איינוואוינער. (יאפאן האט געהאט 395, בריטען 373, און 478 אין די פאראייניגטע שטאטן). די טראקינג אינדוסטרי מאכט אויס 37.7 פראצענט פון טראנספארטאציע. עירליין טראנספארטאציע איז ספעציעל וויכטיג פאר קאנאדע ווייל צו אסאך ראיאנען איז כמעט אוממעגליך אנצוקומען מיט אן אויטא ווייל עס איז נישטא קיין אויסגעפלאסטערטע ראודס צו פארשטופטע ערטער. מיט שיפן איז אויך נישט מעגליך נאר אין די קורצע זומער סעזאן ווייל ווינטער איז די וואסער פארפרוירן. לופט טראנספארטאציע איז פארנומען 90 פראצענט דורך די פירמע עיר קאנאדע וועלכע הלאט אן א ריזיגע נעטווארק פון דאמעסטיק און אינטערנאציאנאלע פלייטס. אין 00' האט עיר קאנאדע אפגעקויפט איר קאנקורענט קענעדיען עירליינס.

עס זענען פאראן 510 ערפארטס אין קאנאדע גרויסע און קליינע. די גרעסטע פון זיי זענען: פערסאן אינטערנאציאנאל אין טאראנטא, ווענקואווער אינטערנאציאנאל ערפארט, דארוואל און מיראבעל אין מאנטרעאל, און קאלגערי אינטערנאציאנאלע ערפארט. אלע ערפארטס זענען פריוואטיזירט זינט 95'. די רעגירונג האט אויך אינעם זעלבן יאר געעפענט דעם אפענע הימלן אגרימענט וועלכע האט אראפגענומען אלע געוועזענע רעגולאציעס צווישן עירליינס פון ביידע לענדער און ביידע האבן געקענט נוצן יענעמ'ס טעריטאריע. טייל פון די רעגולאציעס זענען איבערגעארבעט געווארן נאך די סעפטעמבער אטאקעס אין אמעריקע. אין סך הכל פארנעמט די לופט טראנספארטאציע ארום 12 פראצענט פון טראנספארטאציע. אויסער עיר קאנאדע זענען היינט פאראן א קליינע צאל קאנאדער עירליינס וועלכע זענען פעסט אין ביזנעס, און פרובירן איבערנעמען די עירליין מארקעט. עיר קאנאדע איז א סימבאל פון א פירמע וואס האט אן עכטע מאנאפאל. די קליינע פירמעס באקומען נישט די רעכטן צו אפערירן נאר אין געוויסע געגענטער ווי אויך דארט האט עיר קאנאדע ביליגע עירליינס מיט אנדערע נעמען. אינטערעסאנט איז אז די פירמע עיר קאנאדע איז געווען די איינציגסטע עירליין אין נארט אמעריקע וואס האט פארדינט געלט אין די געוועזענע יאר זינט סעפטעמבער עלעוון.


קאמוניקאציע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

קאמוניקאציע איז זייער גרויס און פארגעשריטן אין קאנאדע. ארום 1.8 פראצענט פון די ארבעט'ס קראפט ארבעטן אין די קאמוניקאציע סעקטאר און מאכט אויס 4.2 פראצענט אינעם דזשי.די.פי. קאמוניקאציעס רעכנט אריין ראדיא, טעלעוויזיע, טעלעקאמוניקאציעס, און פרינט מעדיע (צייטונגען). די קליינע קאנאדער באפעלקערונג פארמאגט 500 פריוואטע ראדיא סטאנציעס און 110 טעלעוויזיע סטאנציעס איבער'ן לאנד. מען שאצט אז 99 פראצענט קאנאדער היימען פארמאגן ביידע. די פאבליק קאנאדער בראודקעסטינג פירמע,סי-בי-סי, גיט ענגלישע און פראנצויזישע סערוויס איבער גאנץ קאנאדע און 99 פראצענט פון לאנד האט צוטריט צו זייער סערוויס. סי-בי-סי פארמאגט אונטער זיך 65 ראדיא און 30 טעלעוויזיע סטאנציעס און אין די לעצטע יארן אויך צוויי אינטערנעט וועב זייטלעך. די רעגירונג איז גענצליך פאראנטווארטליכט אויף די פירמע און גוט זיי צוטריט צו אלע ערטער אינעווייניג אין די רעגירונג'ס געביידעס. מער ווי 99 פראצענט פון קאנאדע'ס היימען פארמאגן כאטש איין טעלעפאן וועלכע באהעפט זיי צו א סאפיסטיקירטע טעלעקאמוניקאציע נעטווארק. רוב דאמעסטיק סערוויסעס ווערט געגעבן דורך סטענטאר עלייענץ, א פאראייניגונג פון 9 פראווינציאלע (7 פריוואטע און 2 פאבליק) טעלעפאן קארפאראציעס. קאנאדע האט עטליכע אייגענע סעטעלייטס וועלכע פירן אריבער צענדליגער טויזענטער קאמוניקאציע אפעראציעס יעדע מינוט אין טאג. בדרך כלל איז קאנאדע פון די מערסט פארגעשריטענע לענדער אין טעלעקאמוניקאציעס.

אין די לעצטע יארן זענען צעלולארע טעלעפאנען שטארק אריינגעכאפט געווארן ביי די קאנאדער מאסן וועלכע באקומען סערוויס פון 4 גרויסע טעלעפאן פירמעס, אריינגערעכנט עי-טי-ענד-טי וועלכע איז די צווייטע גרעסטע אין סעליולערס אין קאנאדע. אין כמעט אלע טעלעקאמוניקאציע זאכן זענען די קאנאדער געווען פון די ערשטע צו האבן. ארום 4 פראצענט היימען האבן א פעקס מאשין, 40 פראצענט א קאמפיוטער, און איבער 30 פראצענט האבן אינטערנעט וועלכע איז די צווייטע העכסטע ראטע אין דער וועלט נאך נארוועגן.

קאנאדע פארמאגט 107 טעגליכע צייטונגען וועלכע צירקולירן צו 4.7 מיליאן מענטשן. ארום 70 פראצענט פון די אלע נייעס פאפירן באלאנגען צו 5 גרויסע מידיא קארפאראציעס, 4 פון זיי אינטערנאציאנאלע פירמעס. די מערסט געליינטע צייטונגען זענען: די גלאוב ענד מעיל, טאראנטא סטאר, און טאראנטא סאן אין אנטעריא. לא דעוויא, די גאזעט, לא פרעס, לא דזשורנאל די מאנטרעאל אין קוויבעק. די גרעסטע פון זיי אלע איז די גלאוב ענד מעיל וועלכע איז די איינציגסטע צייטונג וואס צירקולירט אין גאנץ קאנאדע. קאלגערי העראלד און עדמאנטאן דזשורנאל אין אלבערטא, די פראווינץ און ווענקואווער סאן אין בריטיש קאלאמביע, וויניפעג פרי פרעס אין מאניטאבע. די קאנאדער צייטונגען זענען פון ליבעראלע ביז קאנסערוואטיווע. צום ביישפיל אין טאראנטא וואו עס ווערן פארקויפט די מערסטע צייטונגען, איז די טאראנטא סאן א קאנסערוואטיווע, די גלאוב ענד מעיל איז שטארק ליבעראל אין סאציאלע אישוס אבער איז קאנסערוואטיוו אין פינאנציעלע אישוס און די טאראנטא סטאר איז אינגאנצן ליבעראל. רוב בריוון ווערן געשיקט דורך קאנאדע פאסט וועלכע איז א פובליקע קארפאראציע. עס זענען פאראן עטליכע פריוואטע פירמעס, אריינגערעכנט פורולעיטאר, יו-פי-עס, און פעדעקס.


טוריזם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

טוריזם אין קאנאדע פארנעמט ארום 4 פראצענט פון דזשאבס און גוטע 5 פראצענט אינעם דזשי.די.פי. קאנאדע'ס פארשידענהייט פון סעזאנען און אטראקציעס ברענגט אסאך טוריסטן יערליך. די פארנומענסטע צייטן פאר טוריסטן איז אין דער זומער ווען עס שפילן עטליכע אזויגערופענע פעסטיוועלס אין טייל פראווינצן. אויך אין ווינטער קומען אסאך טוריסטן צו זען די הויכע שנייען און פאר די צענדליגער אקטיוויטעטן וועס מען קען טאן און שפילן אין די שניי. צום מערסטן איז באקאנט די מאונט טראמבלאנט בערג וועלכע ברענגט מענטשן פון די גאנצע וועלט, אריינגערעכנט הויכע פערזענליכקייטן. ארום 60,000 קאנאדער ביזנעסער ארבעטן אין טייל פאר טוריזם. מער ווי צוויי דריטל פארדינטסן פון טוריזם קומען פון קאנאדער איינוואוינער זעלבסט. די מערסטע טוריסטן פון אנדערע לענדער קומען פון אמעריקע (80 פראצענט), בריטען (4.5 פראצענט), און יאפאנעזער (4.1 פראצענט).