עקאנאמיע פון אויסטראליע
די עקאנאמיע פון אויסטראַליע איז אַ גרויסע געמישט-מאַרק עקאנאמיע, מיט אַ בא״פ פון 1.69 $A טריליאן אין 2017.[1] אין 2018 איז אויסטראַליע געווארן דאס לאַנד מיט דעם גרעסטן מעדיאַן (מיטלווערט) רייכקייט פּער דערוואַקסענער.[2] אויסטראַליע׳ס גאַנצע רייַכקייַט איז A$ 8.9 טריליאן אין יוני 2016.[3] אין 2017, איז אויסטראַליע געווען די 13ט-גרעסטע נאציאנאלע עקאנאמיע לויט נאָמינאַלן בא״פּ,[4] 20סט-גרעסטע דורך קויפקראפט-פאריטעט בא״פּ,[5] און איז געווען דער 25סט-גרעסטע עקספּאָרטירער פון סחורה און דער 20סט-גרעסטער אימפּאָרטירער.[6]
די אויסטראַלישע עקאנאמיע איז דאַמינירט דורך זייַן דינסט סעקטאָר, וואס נעמט אריין 61.1% פון בא״פ און באניצט 79.2% פון דער אַרבעט קראַפט ווי אין 2016.[7] מזרח אזיע (אַרייַנגערעכנט ASEAN און צפון־מזרח אזיע) איז אַ שפּיץ עקספארט ציל, וואס גיט אפ אומגעפער 64% פון עקספּאָרטן אין 2016.[8] אויסטראַליע האט די אַכט-העכסטן סה״כ געשאצטע ווערט פון נאַטירלעכע רעסורסן, אפגעשאצט צו 19.9 $US טריליאן אין 2016.[9] טראָץ דעם לעצטן אַראָפּגיין אין דעם מינעריי סעקטאָר, איז די אויסטראַלישע עקאנאמיע פארבליבן שטיל און סטאַביל[10] [11] און האט נישט דורכמיטגעמאכט אַ רעסעסיע זינט יולי 1991.[12]
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ 1345.0 – Key Economic Indicators, 2017. דערגרייכט דעם 6טן סעפטעמבער 2017.
- ↑ Urs, Rohner (October 2018). "Global Wealth Report 2018". Credit Suisse - Research Institute (אויף ענגליש) (Credit Suisse): 7.
- ↑ Australian household wealth now stands at $8.9 trillion. דערגרייכט דעם 26סטן יולי 2017.
- ↑ GDP ranking. דערגרייכט דעם 13טן מיי 2019.
- ↑ GDP ranking, PPP based. דערגרייכט דעם 13טן מיי 2019.
- ↑ AUSTRALIA-OCEANIA :: AUSTRALIA. דערגרייכט דעם 25סטן סעפטעמבער 2017.
- ↑ Australian Industry Report 2016, Chapter 2: Economic Conditions. דערגרייכט דעם 5טן סעפטעמבער 2017.
- ↑ Australia's export performance in 2016. דערגרייכט דעם 10טן סעפטעמבער 2017.
- ↑ 10 Countries with the Most Natural Resources.
- ↑ Aussie jumps on surprising economic strength. דערגרייכט דעם 4טן מערץ 2016.
- ↑ Economy puts aside post-mining boom blues. דערגרייכט דעם 4טן מערץ 2016.
- ↑ Australia goes 25 years with recession. דערגרייכט דעם 26סטן יולי 2017.
אויסטראליע · אונגארן · איסלאנד · אירלאנד · איטאליע · בעלגיע · גריכנלאנד · דייטשלאנד · דענמארק · דרום קארעע · האלאנד · טערקיי · טשילע · טשעכיי · ישראל · יאפאן · לוקסעמבורג · מעקסיקע · ניי זילאנד · נארוועגיע · סלאוואקיי · סלאוועניע · עסטרייך · פארטוגאל · פוילן · פינלאנד · פראנקרייך · קאנאדע · שפאניע · שוועדן · שווייץ · פאראייניגטע קעניגרייך · פאראייניגטע שטאטן |