וויליאם דער פערטער

פֿון װיקיפּעדיע
וויליאם דער פערטער
William IV
געבורט 21 אויגוסט 1765
באקינגהאם פאלאץ, פאראייניגטע קעניגרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 20 יוני 1837 (אלט 71)
ווינדזאר שלאס, פאראייניגטע קעניגרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניגטע קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און אירלאנד, קעניגרייך האנאווער, קעניגרייך פון גרויסבריטאניע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
וויליאם דער פערטער
זיין חתימה

וויליאם דער פֿערטער (ענגליש: William IV;‏ 21סטן אויגוסט 1765 - 20סטן יוני 1837) איז געווען מלך פונעם פאראייניגטן קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און אירלאנד און מלך פון האנאווער פון 26סטן יוני 1830 ביז זיין טויט. וויליאם, דער דריטער זון פון געארג דער דריטער און דער ברודער און יורש פון געארג דער פערטער, איז געווען דער לעצטער מלך און דער פארלעצטער המאנארך פונעם הויז פון האנאווער.

אין זיינע יונגערע יארן האט ער געדינט אינעם קעניגלעכן ים-פלאט, און ווען ער איז געווארן קעניג האט מען גערופן דעם "מאטראס קעניג" (Sailor King). ער האט געדינט אין צפון אמעריקע און אין די קאראיבן. ווען זיינע צוויי עלטערע ברידער זענען געשטארבן אן איבערלאזן געזעצלעכע יורשים, איז ער ארויף אויפן טראן ביי דער עלטער פון 64.

אין דער תקופה פון זיין הערשאפט האט מען דורכגעפירט עטלעכע רעפארמען: מען האט פארראכטן דעם "ארעמעלייט געזעץ" (Poor Law), מען האט באגרענעצט די באשעפטיקונג פון קינדער, פארבאטן שקלאפעריי כמעט איבער דער גארער בריטישער אימפעריע, און מען האט געענדערט די וואלן סיסטעם אין בריטאניע דורכן 1832 רעפארעם געזעץ.

וויליאם איז נישט געווען אזוי שטארק אריינגעמישט אין פאליטיק ווי זיין פאטער אדער זיין ברודער, דאך איז ער געווען דער לעצטער בריטישער מאנארך וואס האט באשטימט א פרעמיער מיניסטער קעגן דעם ווילן פון פארלאמענט.

דורך זיין ברודער פרינץ אדאלפוס אלס רעגענט, האט ער געהערשט איבער האנאווער.

נאך זיין טויט האט ער נישט איבערגעלאזט קיין געזעצלעכע יורשים, און דאס בריטישע קעניגרייך איז אריבערגעגאנגען צו זיין ניכטע וויקטאריע.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: וויליאם דער פערטער