טשארלס דער דריטער

פֿון װיקיפּעדיע
טשארלס דער דריטער
Charles III, King of the United Kingdom
געבורט 14 נאוועמבער 1948 (אלט 75)
באקינגהאם פאלאץ, פאראייניגטע קעניגרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניגטע קעניגרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
ווינדזאר הויז דינאסטיע
פאטער פרינץ פיליפ, הערצאג פון עדינבורג רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מוטער עליזאבעט די צווייטע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
www.royal.uk/the-king
מלכה פונעם פאראייניגטן קעניגרייך
(און קאמאנוועלט קעניגרייכן)
8 סעפטעמבער 2022
(1 יאָר און 26 וואָכן‎)
חתימה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

טשאַרלס, קעניג פונעם פאראייניקטן קעניגרייך (ענגליש: Charles, King of the United Kingdom), פולער נאמען טשארלס פיליפ ארטור דזשארדש פון ווינדזאר (ענגליש: Charles Philip Arthur George of Windsor;‏ געבוירן דעם 14טן נאוועמבער 1948), איז דער היינטיגער קעניג פונעם פאראייניגטן קעניגרייך מיט נאך 14 קאמאנוועלט מדינות. ער איז געווארן קעניג ביים עלטער פון 73 מיטן טויט פון זיין מוטער, עליזאבעט די צווייטע, אום 8טן סעפטעמבער 2022.

ער איז דער עלטסטער זון פון עליזאבעט די צווייטע, קעניגין פונעם פאראייניגטן קעניגרייך, און פרינץ פיליפ, הערצאג פון עדינבורג. ער האט געהאלטן דעם טיטל פרינץ פון וויילס זייט 1958 ביז ער איז געווארן קעניג, לענגער פון נארוועלכן פרינץ פון וויילס. אויך איז ער געווען הערצאג פון ראטעסיי (אין סקאטלאנד) און הערצאג פון קארנוואל.

אין 1981 האט פרינץ טשארלס געהייראט זיין ערשטע ווייב דיאנע, און זיי האבן זיך גע'גט אין 1996. זיי האבן געהאט צוויי זין, פרינץ וויליאם, פרינץ פון וויילס, און פרינץ הערי פון וויילס. אין 2005 האט טשארלס געהייראט זיין צווייטע ווייב, קאמילע, די היינטיגע קעניגין.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]