פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
פֿאַראײניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע
United States of America
פאן אמעריקע
סימבאָל אמעריקע
פֿאָן הערב
נאציאנאלע זינגליד: The Star-Spangled Banner
מאָטאָ: In God we trust
e pluribus unum
אָרט פֿון אמעריקע
קאנטינענט צפון אמעריקע
אפיציעלע שפראך ענגליש
הויפטשטאט וואשינגטאן די. סי.

38°53′N 77°01′W / 38.883, -77.017

רעגירונג דעמאקראטיע - פעדעראלע רעפובליק
פרעזידענט
פרעמיער מיניסטער
באַראַק אָבאַמאַ
קיין
גרינדונג דאטום
4טן יולי, 1776
פלאך מאס
וועלט גראדונג פלאך
פראָצענט וואסער
9,631,418 קוואדראט ק"מ
3טע
4.87%
באפעלקערונג
- צאל
- וועלט גראדונג
- ענגקייט

איבער 310,000,000
3טע
31 מענטשן פאר אַ ק"מ
פראדוקט ווערדע $14.441 טריליאן‏[1] ()
וואלוטע טאלער (דאלער) $
צייט זאנע 10, UTC-5, 6, 7, 8
אינטערנעט דאמען (us (com, gov, mil.
טעלעפאן קאד 1+

די פאַראַייניקטע שטאַטן פון אַמעריקע (ענגליש: United States of America)—געוויינלעך גערופן די פאַראַייניקטע שטאַטן—איז אַ פעדעראַלע דעמאָקראַטישע רעפּובליק אין צפון אמעריקע װאָס איז געגרינדעט געװאָרן אין יאָר 1776. זייער הױפּטשטאָט איז װאַשינגטאָן די. סי. די רעפּובליק נעמט ארײן 50 שטאַטן און דעם פעדעראלן דיסטריקט פון קאָלומביע. דער גרעסטער שטאַט איז אלאסקע אין צפון-מערב פון דעם קאָנטינענט פון צפון אמעריקע. דער שטאַט האוואי איז אין דעם פּאציפישן אָקעאן. די אנדערע 48 שטאטן מיט דעם דיסטריקט פון קאָלומביע געפינען זיך צווישן קאנאדע אין צפון און מעקסיקא אין דרום. אין מזרח איז א בארטן מיטן אטלאנטישן אָקעאן און אין מערב מיטן פּאציפישן אָקעאן. אויך האָט די מדינה פינף באוואוינטע און נײן נישט־באוואוינטע אינזלען אינעם פּאציפיק און אינעם קאראאיבישן ים.

דער ערשטער פּרעזידענט איז געווען דזשאָרדזש וואַשינגטאָן.

די פאראייניגטע שטאטן, מיט א שטח פון 9.83 מיליאָן קוואדראט ק"מ (3.79 מיליאָן קוואדראט מײל), איז דאָס דריטע אָדער פערטע גרעסטע לאנד לויטן טאָטאלן שטח, און דאָס דריטע גרעסטע לויטן שטח פון דער יבשה. די באפעלקערונג אין יולי 2011 איז געווען 313 מיליאָן אײנוואוינער, דאָס דריטע גרעסטע אין דער וועלט. א בירגער פון די פאראייניגטע שטאטן ווערט אָנגערופן אן "אמעריקאנער".

דאָס לאנד האָט זיך אנטוויקלט פון די 13 בריטישע קאָלאָניעס אויפן אטלאנטישן בארטן אינעם 18טן יאָרהונדערט. צוליב אמפערייען צווישן דער בריטישער רעגירונג אין די קאָלאָניעס איז געשען די אמעריקאנישע רעוואלוציע. דעם 4טן יולי 1776 האָבן דעלעגאטן פון די 13 קאָלאָניעס ארויסגעגעבן זייער דעקלאראציע פון אומאָפּהענגיקייט, וואָס האָט געגרינדעט די מדינה.

במשך פונעם 19טן יאָרהונדערט האָבן די פאראייניגטע שטאטן זיך פארשפּרייט איבער דעם קאָנטינענט ביז צום בארטן פונעם פּאציפישן אָקעאן.

די עקאָנאָמיע פון די פאראייניגטע שטאטן איז די גרעסטע נאציאָנאלע עקאנאמיע אין דער וועלט, און זייער ברוטאָ אינלענדישער פּראָדוקט (בא"פ) פאר 2012 ווערט געשאצט צו 15.6 טריליאָן דאָלאר – 19% פונעם גלאָבאלן בא"פ לויט קויפקראפט פּאריטעט, פון 2011.[2][3][4]

די עקאָנאָמיע ווערט געטריבן פון א שפע פון נאטורליכע רעסורסן, א גוט־אנטוויקלטער אינפראסטרוקטור,[5] און הויכן פּראדוקטיוויטעט;[6]. דאָס לאנד איז נאָך איינער פון דער וועלטס גרעסטע פאבריצירערס.[7] עס גיט ארויס 39% פון דער גלאָבאלער מיליטערישער אויסגאבע,[8] און איז א פּראָמינענטע עקאָנאָמישע, פּאָליטישע און קולטורעלע קראפט אין דער וועלט, ווי אויך א פירער אין וויסנשאפטליכער פאָרשונג און טעכנאָלאָגישער אינאָוואציע.[9][10]

היסטאָריע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

אין די צײטן פונעם מיטלאלטער האָט מען בכלל נישט געוואוסט פונעם אמעריקאנישן קאָנטינענט; מען האָט געמיינט, אז נאָך אייראָפּע גייט דער פּאציפישער אָקעאן. עס איז געווען א גרויסער שּפּאנישער מאטראָס, וואָס האָט געהייסן קריסטאָפער קאָלומבוס. ער האָט געהאלטן, אז אויב מען פאָרט לאנג אויפן אטלאנטישן אָקעאן, קומט מען אָן אין אינדיע. ער האָט געפּועלט בײ דער שפּאנישער קעניגין, אויב מען גיט אים איבער א גרויסן שיף מיט געלט און מענטשן, וועט ער מאכן א נסיעה און דערמיט פארקירצן דעם וועג קיין אינדיע. ער האָט אויפגעוויזן, אז דאָס וועט אויפהייבן דעם עקספּאָרט-אימפּאָרט פון איבעראל, און שפּאניע, וואָס איז דאן געווען א וועלטמאכט, וועט דערפון שטארק בענעפיטירן.

נאָך א לאנגער נסיעה איז ער אָנגעקומען צו דער טרוקעניש און האָט דאָרט געטראפן א סך אומצוויליזירטע מענטשן. ער און זײנע מענטשן האָבן געמיינט, אז זיי האָבן אנטדעקט א קורצן וועג קיין אינדיע, דערפאר האָט ער אָנגערופן די מענטשן אינדיאנער. דאָס איז געווען אין 1492.

א ביסל שפּעטער איז אָנגעקומען אויף דער טעריטאָריע, וואָס איז הײנט דרום אמעריקע, א גענעראל מיטן נאָמען אמעריגאָ וועספּוטשי, און האָט אנטדעקט, אז דאָס איז בכלל נישט אינדיע, נאָר א נײער קאָנטינענט. דעריבער רופט מען עס אויף זײן נאמען אמעריקע.

דער אָנהייב פון די קאָלאָניעס[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

נאך קריסטאפער קאָלומבוס האָבן די שפּאניער ארויסגעשיקט נאָך שיפן, און צוביסלעך האָט שפאניע באהערשט די גאנצע דרום– און צענטראל–אמעריקע, חוץ בראזיל, וואָס איז געוואָרן א פּאָרטוגעזישע קאָלאָניע.

אין 1565 האָט שפּאניע אויפגעשטעלט א שטעטל אין פלאָרידע, דאָס ערשטע שטעטל מיטן אייראָפּעישן סטיל.

אויך אנדערע אייראָפּעישע לענדער האָבן אָנגעהויבן זיך אינטערעסירן אין דעם נײעם קאָנטינענט: ענגלאנד, פראנקרײך און האָלאנד.

ענגלאנד האָט אויפגעשטעלט ווירדזשיניע אין 1620, דערנאָך מאסאטשוסעטס, און נאָך דעם – פּענסילוועניע. די פראנצויזן האָבן געבויט אינעם צפונדיגן טייל פון נאָרד–אמעריקע די שטעט קוויבעק און מאָנטרעאל, און די האָלענדער האָבן געבויט ניו אמסטערדאם, וואו עס געפינט זיך הײנט ניו יאָרק. אָבער די ענגלענדער האָבן געקעמפט, אז זיי זאָלן זײן די בעלי בתים, און ניו יאָרק איז גאָר שנעל אריבער צו זיי פון האָלאנד. אין יאָר ה'תקכ"ג איז אויך קאנאדע אריבער, אזוי אז גרויסבריטאניע (ענגלאנד) האָט אײנגענומען אלע שטחים, וואָס זענען געשטיצט געווארן בײ אנדערע לענדער.

די מלחמה פאר אומאָפּהענגיקייט[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

אזוי ווי ענגלאנד איז פאקטיש געווען דער בעל הבית אויף דער טעראטאָריע האָט זי פרובירט דאָס אויסניצן צום מאקסימום. דער דעמאלטדיגער ענגלישער קעניג געאָרגג דער דריטער האָט ארויפגעלייגט שווערע שטײערן אויף די אײנוואוינער. די אײנוואוינער האָבן פארלאנגט, אז אזוי ווי זיי זענען א חלק פונעם ענגלישער קעניגרײך, זאָלן זיי קענען וויילן א פארטרעטערשאפט אין דעם ענגלישן פּארלאמענט, וואָס זאָל זיך אָננעמען פאר זיי, און נישט דערלאָזן די אומיושרדיגע שטײערן. דער קעניג האָט זיי דאָס נישט געוואָלט נאָכגעבן. דאָס האָט געברענגט דערצו, אז אין דער צווייטער העלפט פונעם 17טן יאָרהונדערט האָט זיך אָנגעהויבן א באוועגונג, וואָס זי האָט זיך אָנגערופן "די אמעריקאנישע רעוואלוציע" . די מענטשן האָבן אָנגעהויבן פארלאנגען מער פרײהייט, ענגלאנד איז נישט גרייט געווען זיי דאָס צו געבן, אזוי אז אין יאָר 1763 האָבן זיך צוזאמען גענומען דרײצן קאָלאָניעס, וואָס האָבן נישט געוואָלט זײן אונטער בריטאניע און אין אפּריל 1775 האָט די מלחמה פאר אומאָפּהענגיקייט אויסגעבראכן אונטער גענעראל דזשאָרזש וואשינגטאָן און דעם 4טן יולי 1776 האָט טאָמעס זשעפערסאָן אָנגעשריבן די דעקלאראציע פון אומאָפּהענגיקייט פאר די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע.

די ערשטע דרײצן לענדער, וואָס האָבן זיך דערקלערט אומאָפּהענגיק און זענען געוואָרן א חלק פון דער נײער מדינה, זענען דעלאווער, פּענסילוועניע, ניו דזשערסי, דזשארזיע, קאָנעטיקעט, מאסאטשוסעטס, מערילענד, דרום קאראליינע, ניו העמפּשער, ווירדזשיניע, ניו יאָרק, צפון קאראליינע און ראוד אײלענד.

דער ווידערשטאנד האָט זיך צופלאקערט, די ענגלענדער האָבן געשיקט אן ארמיי אונטערצודריקן דעם ווידערשטאנד, נאָך א לאנגער קאמף האָבן זיך די ענגלענדער אונטערגעגעבן.

די מלחמה האָט אָנגעהאלטן ביזן 3טן אויגוסט 1782. דעם 3טן סעפּטעמבער 1783 האָט ענגלאנד אונטערגעשריבן א שלום אָפּמאך מיט אמעריקע. כאטש געאָרג דער דריטער פון ענגלאנד האָט נאָך געוואָלט אָנהאלטן די מלחמה, האָט ער פארלוירן אינעם פּארלאמענט זײנע שטיצער, און מען האָט דורכגעפירט א רעזאָלוציע אינעם פּארלאמענט פאר שלום.

פון דאן אָן האָבן די דערמאנטע דרײצן קאָלאָניעס באקומען א פולקומע זעלבטשטענדיקייט. דזשאָרזש וואשינגטאָן איז געוואָרן אויסדערוועלט אלס דער ערשטער פּרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.

פון 1803 צו 1848 האָט זיך אמעריקע'ס גרויס געטריפלט ווײל אמעריקע'ס אידיאָלאָגיע איז געווען זיך אויסשפּרייטן ווי מער, וואָס צוליב דעם האָט אויסגעבראכן אין יענע יאָרן צוויי מלחמות:

די ערשטע: אמעריקע האָט דערקלערט קריג קעגן בריטאניע דעם 18טן יוני 1812, צוליב דער נישט פרײער באוועגונג פון אמעריקע ארום דער וועלט און צוליב אירע פישכאפּערס, וואָס מען האָט זיי נישט געלאָזט האנדלען א.ד.ג. און אנדערע ווערטער פרײע האנדל - וואָס דאָס איז געווען דער רעזולטאט פון דער מלחמה פון ענגלאנד און פראנקרײך - איינזעענדיג אז ס'איז נישט רעאליסטיש זיך צו שלאָגן קעגן אזא אימפּעריע, האָט מען באשלאָסן אײנצונעמען קאנאדע, וואָס איז געווען אונטער בריטאניע.

דער בירגער–קריג[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

א וויכטיגער קאפּיטל אין דער געשיכטע פון די פאראייניגטע שטאטן איז דער בירגער-קריג, וואָס האָט אויסגעבראָכן אין יאָר ה'תרכ"א, עס איז באקאנט מיטן נאָמען דער קאמף פון דעם צפון מיטן דרום. די דרומדיגע לענדער פון די פאראייניגטע שטאטן האָבן באשעפטיגט איבער א מיליאָן שווארצע קנעכט, די זענען געווען שווארצע מענטשן, וואָס מען האָט געצוואונגענערהייט געברענגט פון אפריקע. די דרום שטאטן האָבן געהאט א סך פעלדער אין זייער באנוץ, און עס איז זיי געווען וויכטיג צו האָבן אסאך ארבעטערס פאר די תבואה און פרוכטן. די צפון אײנוואוינער אין שפיץ פונעם פּרעזידענט אברהם לינקאָלן האָבן אויפגעפאָדערט די דרום לענדער צו באפרײען די קנעכט, וויבאלד דאָס איז קעגן דעם מענטשליכן מאָראל און קעגן די פארשריפטן פון דער דעקלעראציע פון אומאָפּהענגיקייט פון די פאראייניגונג, וואס לויטעט, אז אלע מענטשן זענען באשאפן געוואָרן פרײ. די דרומדיגע האָבן זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון דעם פרעזידענטס פאָדערונג, זיי זענען געגאנגען א טריט ווײטער און האבן דערוויילט א נײעם פּרעזידענט, מיטן נאמען זשעפערסאָן דעוויס, זיי האָבן געלאָזט וויסן אז זיי טיילן זיך אָפּ פון די פאראייניגטע שטאטן. לינקאָלן האָט דאָס נישט צוגעלאָזט און איז ארויס מיט א בלוטיגן קאמף קעגן די דרום שטאטן, עס האָט זיך געצויגן פיר יאָר, און איבער זעקס הונדערט טויזענט סאָלדאטן זענען געהרגעט געוואָרן. צום סוף האָבן זיך די דרוםדיגע אונטערגעגעבן, די יוניאָן האָט זיך צוריק פאראייניגט, און די שווארצע קנעכט זענען ארויס פרײ. (פרעזידענט לינקאָלן איז דערמאָרדערט געוואָרן איינצלנע טעג נאָך דעם, וואָס די דרוםדיגע לענדער האָבן זיך אונטערגעגעבן).

דער אמעריקאנער פאָן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

דער פאָן אין אמעריקע האָט דרײ קאָלירן: רויט, בלוי, און ווײס. עס האָט דרײצן פּאסן, טייל רויט און טייל ווײס, דאָס סימבאָליזירט די דרײצן גרינדעדע קאָלאָניעס, און עס האָט פופציג ווײסע שטערן אויף א בלויען גראדעגיגן הינטערגרונט, דאָס זענען די פופציג שטאטן וואָס זענען דערין פאראייניגט.

א פאָלק פון אימיגראנטן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

די פאראייניגטע שטאטן איז א פאָלק, וואָס איז צוזאמענגעשטעלט פון אלע סאָרט מענטשן אין דער וועלט. פון די פארצײטישע אײנוואוינער די אינדיאנער זענען געבליבן עטליכע הונדערט טויזנט אלס אָנדענק, פון זיי זענען דא אזעלכע וואָס לעבן נאָך ביז הײנט אין ספּעציעלע רעזערוואציעס. די רעגירונג גיט זיי נאך אסאך בענעפיטן, כדי זיי צו פארגיטיגן פאר וואָס מען האָט פון זיי צוגענומען זייער לאנד, ווי דאָס אז זיי מוזן נישט צאָלן קיין שטײערן. אָבער די מערהייט פון דער באפעלקערונג פון די פאראייניגטע שטאטן זענען ווײסע מענטשן אָפּשטאמיגע פון אייראָפּע און אזיע, אָבער עס זענען אויך פאראן מיליאָנען שווארצע וואָס זענען קינדער פון די וועלכע זענען געברענגט געוואָרן געצוואונגענערהייט פון אפריקע צו דינען אלס קנעכט פאר די ערשטע באוואוינער. אין די שנייאיגע געביטן אין אלאסקע טרעפט מען נאָך די עסקימאָסישע שבטים.

געאָגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

דער לאנד–שטח פון די 48 שטאטן אין דער יבשה פון די פאראייניגטע שטאטן איז 7,700,000 ק"מ2. אלאסקע, מיט א שטח פון 1,480,000 ק"מ2, איז דער גרעסטער שטאט. האוואי, מיט א שטח פון 16,000 ק"מ2, אקופּירט אן ארכיפּעלאג אינעם פּאציפישן אָקעאן, דרום־מערב פון צפון אמעריקע.

די פאראייניגטע שטאטן איז דאָס דריטע גרעסטע לאנד לויט סה"כ שטח—יבשה און וואסער—אין דער וועלט (נאָך רוסלאנד און קאנאדע). דאָס לאנד גרעניצט קאנאדע אין צפון און מעקסיקא אין דרום. דער קאנאדע-פאראייניגטע שטאטן גרענעץ, וואָס איז באשטימט געוואָרן אין דעם מיטן פונעם 19טן יאָרהונדערט, ציט זיך אין א גראדער ליניע לענגאויס דעם 49סטן גארטל ליניע צפון, אריבערגייענדיג טײכן און אָזערעס (פיר פון די גרויסע אָזערעס זענען צעטיילט צווישן די צוויי לענדער, און נאָר מיטשיגאן אָזערע געהערט אין גאנצן צו די פאראייניגטע שטאטן), אָן צו בארעכענען מיט טאָפּאָגראפישע ליניעס. די גרענעץ שאפט נישט קיין פּראבלעמען; די צוויי זײטן פון דער גרענעץ האָבן א גרויסע ענלעכקייט אין קולטור, שפּראך, טראדיציע און לעבנסשטייגער. די דרום גרענעץ מיט מעקסיקא איז העלפט פון דער לענג פון דער גרענעץ מיט קאנאדע, און גייט מערסטנס דורך מדבר־געגנטן.

אין מזרח ליגן די פאראייניגטע שטאטן אויפן ברעג פונעם אטלאנטישן אָקעאן; דער ברעג איז צוויי מאָל אזוי לאנג ווי דער מערב ברעג אויפן פּאציפישן אָקעאן. די אונטערשייד איז צוליב א סך טיפע אײנגוסן, וואָס געפינען זיך אין דעם צפון טייל פונעם מזרח בארטן, און טאקע דאָרט געפינען זיך די גרויסע פּאָרטן פון די פאראייניגטע שטאטן (באָסטאָן, ניו יאָרק, פילאדעלפיע, און באלטימאָר). דער דרום טייל פונעם בארטן איז פלאך און נישט באקוועם פאר שיפן. דער איינציגער גרויסער פּאָרט אין דרום איז דער פּאָרט פון ניו-אָרלינס, וואָס ליגט אין דער מיסיסיפּי דעלטע, וואָס ווערט שטענדיג פארשטאָפּט מיט דער עראָזיע פונעם טײך, און פאָדערט טײערע און רעגולערע אויפהאלטן טאטן.

אויפן שטח פון די פאראייניגטע שטאטן געפינען זיך בארגקייטן וואָס צוטיילן די פארשידענע געאָגראפישע ראיאָנען. די בארגקייטן וואס ציען זיך פון צפון קיין דרום פּאראלעל צו די בארטנס זענען: אפּאלאטשיע בערג (Appalachian Mountains) פּאראלעל צום מזרח בארטן, און די ראָקי בערג (Rocky), די קאסקייד בערג און די סיערע נעוואדא (Sierra Nevada) פּאראלעל צום מערב בארטן. אלס רעזולטאט פון די בארגקייטן געפינען זיך זיבן נאטור ראיאָנען לענגאויס די פאראייניגטע שטאטן, אין פּאסן וואָס גייען פון צפון קיין דרום: (1) אטלאנטישער בארטן; (2) אּפּאלאטשיע בארגקייטן; (3) דער מיטל מערב; (4) ראָקי בערג; (5) דער מערב מדבר־בעקן; (6) סיערע בערג; (7) פּאציפישער בארטן.

די נידעריקסטע און העכסטע פּונקטן אויף דער יבשה פון די פאראייניגטע שטאטן זענען ביידע אינעם שטאט קאליפארניע, נישט מער ווי 130 ק"מ ווײט איינס פון דער אנדערע. דער העכסטער שפּיץ אינעם לאנד, אין אין גאנץ צפון אמעריקע, איז מאקינלי בארג, הויך 6,194 מעטער. טעטיקע וואולקאנען געפינען זיך אין אלאסקע דורכאויס די אלעקסאנדער און אלעאוטישע אינזלען, און האוואי באשטייט פון וואולקאנישע אינזלען.

דער קלימאט אין די פאראייניגטע שטאטן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

די פאראייניגטע שטאטן איז א טייל פון דעם נײעם אנטדעקטן קאָנטינענט אמעריקע, ביידע טיילן דרום און צפון גרעניצן זיך מזרח זייט מיטן אטלאנטישן אָקעאן און מערב מיטן שטילן אָקעאן. אויך בײם מערב ברעג איז דאָ בײ ביידע טיילן די הויכע בערג וואָס זענען פארדעקט מיט אייביגע שנייען ווי די ראָקי בערג און די אנדן, אָבער זי טיילט זיך אָפּ מיט איר קלימאט פון דרום אמעריקע. דער קלימאט אין די פאראייניגטע שטאטן איז אין אלגעמיין מיטלמעסיג און באקוועם, באלאנסירט צווישן צפון זײט וואו עס הערשט זייער א קאלטער וועטער, און דאקעגן דרום און צענטראלע אמעריקע וואס דער וועטער איז אין אלגעמיין טראָפּיש און א שווערע היץ און הויכע פײכטקייט נעמט איר ארום.

אויך איז דער צענטראל אמעריקע און טיילן פון די פאראייניגטע שטאטן ווי פלאָרידא, וואָס ווענדט זיך צום זיד פאול, אפן צו שטורמישע ווינטן, אין געוויסע סעזאנען פון יאָר הוראַגאַנען.

אויך איז א חילוק אינעם ווינטער און זומער, ווען אין די פאראייניגטע שטאטן איז זומער איז אין דרום אמעריקע ווינטער און אזוי פארקערט.

די פאראייניגטע שטאטן איז פון די רײכסטע קאָנטינענטן אין נאטורליכע וואונדער, עס געפינען זיך דאָרטן בערג און טאָלן גרין פארדעקט מיט ריזיגע וועלדער, עס זענען דאָ אין אירע גרינע ביימער וואָס בליען און שפּראצן לויט די אָפּשאצונגען איבער צוויי טויזנט יאָר. הויכע ציכטיגע ווײסע בערג שפּיצן מיט שניי א גאנץ יאָר, טרוקענע וויסטענישן וואָס באקומען נישט קיין רעגן כמעט א גאנץ יאָר, און דערקעגן פייכטע נאסע געגנטן מיט שלאקרעגנס א גאנץ יאָר. עס געפינט זיך דאָרטן די גרעסטע זיסע וואסערזאמלונגען אין דער וועלט, אויך האָט זי נאטורליכע מינעראלן.

צוליב זײן ריזיגן פארנעם און דער אייניקייט פון דעם גרויסן לאנד, איז זײן קלימאט פארשידנארטיג. אין קאליפארניע און אין דעם פלאָרידע האלב אינזל איז דער ווינטער זייער איינגענעם, אָבער אין זומער איז זייער הייס מיט א הויכע מאס פײכקייט, דאקעגן אינעם צפונדיגן טייל פונעם לאנד איז דער זומער הייס אָבער צום אויסהאלטן, אָבער דער ווינטער איז זייער א קאלטער צוליב די פראָסטיגע ווינטן וואָס קומען ארײן פונעם צפון פאלוס.

דעמאָגראפיק[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

באפעלקערונג[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

דער פאראייניגטע שטאטן צענזוס ביורא שאצט אפ די באפעלקערונג צו 316,291,000, פון זיי זענען 11.2 מיליאן אומלעגאלע אויסלענדער. דאס איז פיר מאל אזוי פיל ווי די באפעלקערונג איז געווען אין 1900, בערך 76 מיליאן. די פאראייניגטע שטאטן איז דאס דריטע מערסטע באפעלקערטע לאנד אין דער וועלט, נאך כינע און אינדיע.

82% פון אמעריקאנער וואוינען אין שטאטישע געגנטן. די גרעסטע צענטערן פון באפעלקערונג זענען ארום ניו יארק (19,015,900), ארום לאס אנדזשעלעס (19,015,900) און ארום שיקאגא (9,504,753).

שפּראך[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

אמעריקאנישע ענגליש איז די נאציאנאלע שפראך פון די פאראייניגטע שטאטן פראקטיש גערעדט. 80% פון דער באפעלקערונג רעדט נאר ענגליש אין דער היים. די צווייטע שפראך איז שפאניש, וואס 12% רעדן אין דער היים. אויף דער פעדעראלער ניווא איז נישט פאראן קיין אפיציעלע שפראך, אבער אין 28 שטאטן איז ענגליש די אפיציעלע שפראך. אין האוואי זענען ענגליש און האוואיש די אפיציעלע שפראכן.

עקאָנאָמיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

וואל סטריט, ניו יארק

די פאראייניגטע שטאטן האבן א קאפיטאליסטישע עקאנאמיע, וואס איז די גרעסטער עקאנאמיע אין דער וועלט. זייער ברוטא אינלענדישער פראדוקט ווערט געשאצט צו 15.1 טריליאן דאלאר אין 2011. די וואלוטע איז דער אמעריקאנער דאלאר, וואס האט דעם סימבאל $.

ארבעטלאזיקײט און אינפלאציע זענען גאנץ נידעריג. אגריקולטור איז שטארק אנטוויקלט, און זיי זענען פון דער וועלטס גרעסטע פראדוצירערס פון קוקורוזע, ווייץ, צוקער און טאבאק.

דאס לאנד האט רייכע מינעראל רעסורסן, כולל גאלד, נאפט, קויל און אוראניום. די הויפט פאבריקאציע אינדוסטריעס זענען אויטאמאבילן, עראפלאנען און עלעקטראניק.

די ערד[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

די ערד אין די פאראייניגטע שטאטן איז אין מערהייט זייער גוט צום בארבעטן, די בעסטע ערד איז אין דעם צענטראלן חלק וואס באקומט ריזיגע קאוואנטום פון דעם מיסיסיפי טייך, אלס רעזולטאט ווערט די פאראייניגטע שטאטן גערעכנט צו זיין איינע פון די אנטוויקלסטע לענדער אין לאנד ווירטשאפן און אויך אין האדעווען שאף און רינדער.

עס שטעלט נישט בלויז צו פאר אייגענע געברויכן, נאר עס פארבלייבט איר איבער גענוג צו עקספארטירן צו אנדערע מדינות.

עס געפינט זיך אין איר ערד פיל נאטורליכע מינעראלן, ווי גאלד, זילבער, נאפט, קוילן, אוראניום, אייזן, קופער, בליי און נאך. אירע געדיכנטע וולדער זענען געבענטש מיט אויסגעצייכנטע סארטן ביימער וואס ווערט פארנוצט צו בויען און מעבל אינדוסטריע.

אינדוסטריעס[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

עס געפינט זיך אין די פאראייניגטע שטאטן פארצווייגטע אינדרוסטריעס וואס זענען פון די אנטוויקלסטע אין דער וועלט. אין די לעצטע הונדערט יאר איז זי פארוואנדלט געווארן אלס איינע פון די רייכסטע אינדוסטריעלע לענדער פון דער וועלט.

איינקונפט[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

אמעריקאנער מטבע פון א האלבן דאלאר

די דורכשניטליכע יערליכע איינקונפט פאר א הויזגעזינד ריכטיג פאר 2005 איז 46,326 דאלאר, אבער מיט וועזנטלעכע אונטערשיידן צווישן די שטאטן. למשל, ווען די יערליכע איינקונפט אין ניו דזשערסי איז געווען $60,246, איז זי אין מיסיסיפי געווען $34,396. די דורכשניטליכע יערליכע איינקונפט פאר א מענטש איז געווען $25,036.

צווישן די ראסן זעט מען אן אפשטאנד אין דער איינקונפט פון אפריקאנע אפשטאמיגע און היספאנישע (מערסטנס מעקסיקאנער) אנגעשטעלטע קעגן אייראפעישע און אזיאטישע (מערסטנס פון דעם ווייטן מזרח). די דורכשניטליכע איינקונפט פאר אן אזיאטישן פאמיליע איז די גרעסטע, $57,518, פאר ווייסע $48,977 און פאר אפריקאנער $30,134.

די איינקונפט אפשטאנדן אין די פאראייניגטע שטאטן זענען פון די גרעסטע אין דער אנטוויקלטער וועלט. אין 2006 האט דער העכסטער צענטל פארדינט 16 מאל מער ווי דער נידריגסטער צענטל.

דער מעדיאנער נעט ווערט (median net wealth) אין 2004 איז געווען $93,100 פאר א הויזגעזינד. דאס העכסטע פערטל איז געווען $422,400 פאר א הויזגעזינד (אחוץ דעם עיקר וואוינארט).

וויסנשאפט און טעכנאָלאָגיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

די פאראייניגטע שטאטן איז א פירער אין וויסנשאפטליכער פארשונג זײט דעם סוף פונעם 19טן יארהונדערט. אין 1876 האט אלעקסאנדער גרעהעם בעל באקומען דעם ערשטן אמעריקאנישן פאטענט פארן טעלעפאן. טאמעס עדיסאנס לאבאראטאריע האט אנטוויקלט דעם פאנאגראף, דעם ערשטן עלעקטרישן לאמפ, און דעם ערשטן פילם קאמערע. ניקאלא טעסלא האט פיאנירט בייטשטראם און ראדיא. די אויטאמאביל פירמע פון הענרי פארד האט געמאכט פאפולער די מאנטאזש-ליניע. אין 1903 האבן די רייט ברידער געמאכט די ערשטע קאנטראלירטע פלי.

רעגירונג[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

אמעריקע איז די עלטסטע פעדעראציע צווישן היינטיגע לענדער. עס איז א קאנסטיטוציאנעלע רעפובליק און א רעפרעזאנטיווע דעמאקראטיע.

די רעגירונג ביישטייט פון דריי פליגלען: די לעגיסלאטור (קאנגרעס), דער עקזעקוטיוו און די געריכטליכע מאכט.

לעגיסלאטיוו[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

די געזעץ געבער וואס איז דער קאנגרעס וועלכע אנטהאלט צוויי הייזער דער סענאט וואס איז דער אויבערשטער הויז, און דער קאנגרעס וואס איז דער אינטערשטער הויז. זיי ווערן אויך גערופען די לעגיסלאטארן.

יעדער שטאט שיקט צום סענאט צוויי סענאטארן, וועלכע דינען אין אמט זעקס יאר, דער קאנגרעס ביישטייט פון קרוב צו פיר הונדערט און פופציג פארשטייער, דאס איז אזוי אויסגעשטעלט אז יעדע פינעף הונדערט טויזנט מאן שיקן איין קאנגרעס מאן אדער קאנגרעס פרוי צום פארלאמענט. די וואלן פאר די קאנגרעס קומט פאר יעדע צוויי יאר, זייער הויפטקווארטיר איז אין דעם קעפיטאל געביידע וואס געפינט זיך אין וואשינגטאן די. סי.


די עקזעקוטיווער אָרעם[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

נאך דעם וואס דער געזעץ געבער פירן דורך א געזעץ קומט אריין דער פרעזידענט מיט זיינע פופצן מיניסטארן. זיי זענען די אויספירער וואס ווערן גערופן די עקזעקוטיווע ארעם, זייער אויפגאבע איז אויסצופירן אלץ וואס דער קאנגרעס האט באשטימט. זיי פירן אן די טאג טעגליכע ווירטשאפט אין דער פעדעראלער רעגירונג, ס'ווערט אנגערופן ביים המון עם גאווערמענט, דאס עקזעקיוטיוו פליגל קען נישט איינפירן נייע געזעצן (דאס איז די ארבעט פון דעם ערשטן פליגל די געזעץ געבער) און אויך נישט טוישן וואס דאס איז די ארבעט פון יורידיסקוציע, דאס עקזעקיוטיווע פליגל איז געמאכט געווארן בלויז אויספירן וואס מען פון פריער באשטימט, די אנפירער איז אלעמאל דער פרעזידענט, דאס איז א ליסטע פון אלע דעפארטמענטן:


1. (State), אויסערן אינטערעסן געגרינדעט 1789, באשיצן ציווילע אין נישט ציווילע פאסאזשירן, דיפלאמאטישע באציאונגען


2. (Treasury), געלט קאסע, געגרינדעט 1789, אלעס ארום געלט ווי שטייערן בענק פאסט באצאלן


3. (Defense), באשיצן, געגרינדעט 1947, זען אז נאציאנאלע און מילטערישע זיכערהייט זאל קלאפן (די פענטאגאן איז אין זייער באזיץ)


4. (Justice), געזעצליך, געגרינדעט 1870, זען אז אלעס זאל ווערן געטון געזעצליך ווי למשל האלטן א אויג אויף אלקאהאל, באווערבן עדים. און טראספארטאציע פאר יורידיציע צוועקן ווי למשל פריזענע'ס,


5. (Interior), אינעווייניג-שטחים, געגרינדעט 1849, פובליקע פארקס, וועלדער, אויך צושטעלן וואסער,


6. (Agriculture), איבער עסן, געגרינדעט 1889, געזונטע עסן, הונגער, פארמ'ס נאטורליכע אוצרות


7. (Commerce), האנדל, געגרינדעט 1903, די עקאנאמיע וואוקס, אלטערנאטיווע ארבייט'ס פלעצער, האנדל מיט דער וועלט


8. (Labor), ארבעט, געגרינדעט 1913, (קודם געווען אינאיינעם מיט קאמערץ), העלפן און שיצן דעם ארבעטער


9. (Health and Human Services), געזונטהייט, געגרינדעט 1953, קראנקייטן, קאנטראל מעדיקער, העלפט ארימע,


10. (Housing and Urban Development), הייזער, געגרינדעט 1965, שעלטער'ס, עפארדעבעל הייזער,


11. (Transportation), טראנספארטאציע, געגרינדעט 1966, לופט, באן, הייוועי, טראק, געזעלשאפט, פארבעסערן


12. (Energy), ברענשטאף, געגרינדעט 1977, נוקלעארע וואפן אין רעאקטאר, אלעס ארום ברענשטאף,


13. (Education), דערציאונג, געגרינדעט 1979, ארבעט פאר דערציאונגס אינטערעסן


14. (Veterans Affairs), וועטעראנען אינטערעסן, געגרינדעט 1988, גיט אכטונג אויף די וועטעראנען


15. (Homeland Security), היימלאנד זיכערהייט, געגרינדעט 2002, אפהיטן פון נאטורליכע אדער טעראריסטישע געשעענישן

יוריסדיקציע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

נאך דעם קומט אריין דער געריכט, זייער אויפגאבע איז צו זען אז די געזעצן וואס מען האט באשטימט זאלן ווערן איינגעהאלטן פונקט ווי מען האט זיי באשטימט, און ווער עס איז עובר דערויף זאל ווערן באשטראפט.

אמעריקאנער שטאטן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

אמעריקע באשטייט פון פופציג שטאטן, דאס הייסט כאטש אין פאקט איז זי איין גרויסע מדינה, איז זי אבער צוזאמענגעשטעלט און פאראייניגט פון פופציג לענדער, אכט און פערציג פון זיי געפינט זיך זייט ביי זייט אין צענטער פון צפון אמעריקע, די אנדערע צוויי לענדער זענען אלאסקע און האוואי. וואס קאנאדע און דער פאציפישער אקעאן טיילט זיי אפ פון זייער היימלאנד.

ווי געזאגט איז ביים אנהייב געווען בלויז דרייצן שטאטן, מיט דער צייט זענען צוגעשטאנען נאך מדינות, אין הונדערט צוואנציג יאר נאך איר גרינדונג האט זי געציילט אכט און פערציג לענדער. אין יאר תשי"ט איז צוגעקומען דער שטאט אלאסקע, און א יאר דערנאך דער פופציגסטער שטאט האוואי.

די הערשאפט[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

די הערשאפט אין די פאראייניגטע שטאטן איז אינטערעסאנט, יעדער איינער פון די פופציג שטאטן האט אן אייגענעם גובערנאטאר, אן אייגענע געזעץ הויז, און אייגענע געריכט הייזער, וועלכע פירן אן די אינערליכע אנגעלעגנהייטן פון זייער שטאט, ווי דערציאונג, פארקער. דאגעגן די אויסערלעכע פאליטיק און נאציאנאלע זיכערהייט זענען אונטער דער צענטראלער פעדעראלער רעגירונג וואס איר זיץ געפינט זיך אין דער הויפטשטאט, וואשינגטאן די סי.

אין שפיץ פון לאנד שטייט א פרעזידענט וולעכער ווערט אויסדערוויילט אין דעמאקראטישע וואלן איינמאל אין פיר יאר, אין די הענט פונעם פרעזידענט איז קאנצעטרירט די רעגירונגס באפולמעכטיקונג, ער איז דער פאקטישער פירער פונעם לאנד. דאס איז אנדערש ווי רוב דעמאקראטישע מדינות וואס ביישטיין פון א פארלאמענט, און די רעגירונג אויטאריטעט איז אין די הענט פון דעם פרעמיער מיניסטער.


די פופציג שטאטן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

Us50states.png

50 שטעט

  1. אלאבאמא
  2. אלאסקע
  3. אריזאנע
  4. ארקענסאו
  5. קאליפארניע
  6. קאלאראדא
  7. קאנעקטיקעט
  8. דעלעווער
  9. פלארידע
  10. דזשארדזיע
  11. האוואי
  12. איידעהא
  13. אילינוי
  14. אינדיאנע
  15. אייאווע
  16. קענזעס
  17. קענטאקי

 

  1. לואיזיאנא
  2. מעין
  3. מערילענד
  4. מאסאטשוסעטס
  5. מישיגען
  6. מינעסאטע
  7. מיסיסיפי
  8. מיזורי
  9. מאנטענע
  10. נעבראסקא
  11. נעוואדא
  12. ניו העמפשער
  13. ניו זשערסי
  14. ניו מעקסיקא
  15. ניו־יאָרק (New York)
  16. צפון קאראליינע
  17. נארט-דעקאטע

 

  1. אהאיא
  2. אקלעהאמע
  3. ארעגאן
  4. פענסילוועניע
  5. ראוד איילענד
  6. דרום קאראליינע
  7. סאוט-דעקאטע
  8. טענעסי
  9. טעקסאס
  10. יוטא
  11. ווערמאנט
  12. ווירדזשיניע
  13. וואשינגטאן (Seattle)
  14. וועסט ווירדזשיניע
  15. וויסקאנסין
  16. וויאמינג

באוואוינטע טעריטאריעס

  1. אמעריקאנישער סאמאא
  2. גוואם
  3. נארטערן מעריאנעס אינזלען
  4. פארטא ריקא
  5. u.s. ווירדזשין אינזלען


נישט אריינגערעכענט

יידן אין די פאראייניגטע שטאטן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

קריסטאפער קאלאמבוס איז אָנגעקומען אין די פאראייניגטע שטאטן אין יאָר ה'רנ"ב, דאָס הייסט אין דעם יאָר ווען מען האָט ארויסגעטריבן די יידן פון שפּאניע. יידן זאגן, אז פון הימל האָט מען דאן צוגעגרייט א רעטונגס פּלאץ פאר די קומענדיקע יאָרן פאר די יידן.

די ערשטע יידישע אימיגראנטן זענען געקומען קיין אמעריקע פון אייראפּע, הויפּטזעכליך שפּאנישע און פּאָרטוגעזישע יידן, וואָס זענען אנטלאָפן פון דער אינקוויזיציע צו דער נײער וועלט. יאָרן שפּעטער, ווען עס זענען פאָרגעקומען רדיפות אין דייטשלאנד און אין רוסלאנד קעגן יידן, די באוואוסטע פאָגראָמען, האָט זיך פארשטארקט דער אימיגראציע שטראָם פון דאָרט צו קומען צו די פאראייניגטע שטאטן.

נאָך דער צווייטער וועלט–מלחמה זענען פיל געראטעוועטע פון די נאצישע אקופּירטע לענדער געקומען צו די פאראייניגטע שטאטן, און האָבן איבערגעבויעט און אויפגעלעבט פון דאסנײ די פארניכטעטע יידישע געמיינדעס פון זייער אלטער היים. מען האָט אויפגעשטעלט בליענדיגע יידישע געמיינדעס בתי מדרשים, ישיבות, כוללים, חסידישע הויפן, ליטווישע ישיבות, מיידל שולעס און תלמיד תורה'ס, עס ווירבלט יידישקייט אויפן העכסטן גראד.

היינט צו טאָג געפינט זיך דער גרעסטער יידישער יישוב אין די פאראייניגטע שטאטן, עס איז נישט דאָ קיין שטאַט, וואו עס וואוינען נישט אין איר קיין יידן. אָבער רוב פרומע יידן זענען קאָנצטעטרירט אין די גרויסע שטעט ווי ניו יאָרק, ניו דזשערסי, לאָס אנדזשעלס, אין אלגעמיין זענען די יידן גלײכבארעכטיגט ווי די איבעריגע באפעלקערונג, פיל גרויסע יידישע קהילות עקזיסטירן אין לאנד. אסאך פון זיי פירן זייערע קינדער און אייניקלעך אויף די אלטע וועגן גענוי ווי זייערע זיידעס האָבן זיך געפירט פאר הונדערטער יארן. אויך זענען די אמעריקאנער ײדן באוואוסט איבעראל פאר זייער מיטלייד און הילף פאר יעדן נויטבאדערפיגן.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

  1. United States. אינטערנאציאנאלער געלדפאנד. דערגרייכט דעם ‏16טן אפריל, 2013.
  2. ציטירן גרײַז: אומגילטיגער <ref> טאַג; קיין טעקסט נישט געשריבן פֿאַר רעפֿערענצן מיטן נאָמען IMF_GDP
  3. World Economic Outlook Database. אינטערנאציאנאלער געלדפאנד (September 2011). דערגרייכט דעם September 11, 2011.
  4. דער אייראפעישער פארבאנד האט טאקע א גרעסערע קאלעקטיווע עקאנאמיע, אבער ער איז נישט אן איינציקע מדינה.
  5. [1]מוסטער:Dead link
  6. U.S. Workers World's Most Productive. CBS News (February 11, 2009). דערגרייכט דעם April 23, 2013.
  7. Manufacturing, Jobs and the U.S. Economy, 2013, http://americanmanufacturing.org/category/issues/jobs-and-economy/manufacturing-jobs-and-us-economy
  8. "Trends in world military expenditure, 2012", SIPRI (April 15, 2013). דערגרייכט דעם April 15, 2013. 
  9. Cohen, Eliot A. (July/August 2004). "History and the Hyperpower", Foreign Affairs (Washington D.C.). דערגרייכט דעם July 14, 2006. 
  10. "Country Profile: United States of America", BBC News (London) (April 22, 2008). דערגרייכט דעם May 18, 2008. 

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע