נאט"א
צפון אטלאנטישע פאקט ארגאניזאציע (ענגליש North Atlantic Treaty Organization). איז אן אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציע, געגרינדעט פאר זיכערהייט צוועקן, דורך די פאראייניגטע שטאטן, קאנאדע, און עטליכע לענדער אין מערב אייראפע. אין יאר 1949.
דער ציל איז דער פיפטער פונקט פונעם פאקט. אויב איינע אדער מערערע לענדער אינעם פאקט, ווערט אטאקירט דורך אן אנדער לאנד, אין אייראפע אדער צפון אמעריקע, ווערט עס פארעכנט ווי אן אטאקע קעגן אלע לענדער. אלע לענדער האבן א רעכט זיך צו פארטיידיקן אלס זעלבסטשוץ. ווי עס ווערט דערקלערט אין פונקט 51 פון די פאראייניקטע פעלקער אפמאך. אלע לענדער וועלן קומען זיין בייהילפיג, צום אטאקירטן לאנד אדער לענדער. און וועלן זעלבסטשטענדיקערהייט, און פאראייניקטערהייט מיט די אנדערע לענדער, ווען עס וועט זיין נויטיק, קומען צו הילף אריינגערעכנט באוואפנטע קרעפטן. ביז די זיכערהייט וועט אומגעקערט ווערן, צום באטראפענעם לאנד אדער לענדער, וואס זענען מיטגלידער אינעם פאקט.
גרינדונגס לענדער[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
איטאַליע
איסלאנד
פאַראייניקטע שטאַטן
בעלגיע
פאראייניגטע קעניגרייך
דענמאַרק
לוקסעמבורג
נאָרוועגיע
האָלאַנד
פארטוגאל
פראַנקרײך
קאַנאַדע
דאס איז א ליסטע פון די לענדער, וואס האבן זיך אנגעשלאסן, אין די נאכפאלגענדע יארן.
אין 1952.
אין 1955
דייטשלאנד
מערב דייטשלאנד, אין 1990 איז גאנץ דייטשלאנד, געווארן א מיטגליד נאכן פאראייניקונג פון מזרח דייטשלאנד.
אין יאר 1982.
אין 1999.
אין יאר 2004.
אין יאר 2009.
רעאקציע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
די סאוועטן פארבאנד האט רעאגירט, מיט אויפשטעלן די ווארשע פאקט. אין וועלכע די לענדער אין מזרח אייראפע האבן זיך אנגעשלאסן. די ווארשע פאקט איז צעפאלן אין 1990, און עטליכע פון די לענדער האבן זיך אנגעשלאסן אין נאט"א.
די ערשטע מאל וואס נאט"א קרעפטן זענען גענוצט געווארן איז געווען ביי די יאגאסלאוויע, קריג אין 1998. די ערשטע מאל וואס נאט"א קרעפטן האבן זיך אנעפאנגען באטייליקן אין א פולע קריג איז נאכן אטאקע 11\9, אויף אמעריקע, און אירע טרופן זענען אריין אין אפגאניסטאן, און אין איראק.