איראק

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
איראק
פאן איראק
סימבאָל איראק
פֿאָן הערב
נאציאנאלע זינגליד:
אָרט פֿון איראק
קאנטינענט אזיע
אפיציעלע שפראך אראביש
הויפטשטאט באגדאד33°20′N 44°26′E / 33.333°N 44.433°E / 33.333; 44.433


רעגירונג פעדעראלע פארלאמענטארע רעפובליק
פרעזידענט
פרעמיער מיניסטער
דזשאלאל טאלאבאני
נורי אל־מאליקי
גרינדונג דאטום
3טן אקטאבער 1932
פלאך מאס
וועלט גראדונג פלאך
פראָצענט וואסער
438,317 קוואדראט ק"מ
59סט
1.1
באפעלקערונג
- צאל
- וועלט גראדונג
- ענגקייט

30,399,572
39סט
73.5 מענטשן פאר אַ ק"מ
פראדוקט ווערדע $125.665 ביליאן (62סט)
וואלוטע איראק דינאר
צייט זאנע +3
אינטערנעט דאמען iq.
טעלעפאן קאד 964+

איראק (אראביש: العراق al-‘Irāq; קורדיש: عێراقEraq), אפיציעל די רעפובליק פון איראק, איז דאס אור-אלטע לאנד וואס אידן רופן בבל. איראק גרענעצט זיך מיט איראן פון איין זייט, מיט טערקיי פון דער קורדישער זייט און מיט סיריע און סאודי אראביע. זײַן הױפּטשטאָט איז באַגדאַד.  די הויפט עטנישע גרופעס זענען אראבער און קורדן; אנדערע זענען כולל אסירישער, טורקמען, שאבאקיס, יאזידיס, ארמענער, מאנדעאנער, צירקאסער און קאווליא.

איראק האט א בארטן־ליניע לאנג 58 ק״מ אויפן צפון זייט פונעם פערסישן איינגאס. צוויי הויפט טייכן, די חידקל און פרת, פליסן קיין דרום אדורך איראק און אריין אין שאט אל-אראב נאנט צום פערסישן איינגאס. די טייכן פארזארגן איראק מיט א היבש כמות פון פרוכעפערן לאנד.

דער געגנט צווישן די חידקל און פרת טייכן ווערט גערופן מעסאפאטאמיע, און איז געווען די היים פון נאכאנאנדיקע ציוויליזאציעס זייט אוראלטע צייטן. איראק איז געווען דער צענטער פון די אקאדישע, סומערישע, אסירישע און בבלי אימפעריעס. אויך איז ער געווען א טייל פון די מעדישע, אכעמענישע, העלעניסטישע, פארטישע, סאסאנידע, רוימישע, ראשידון, אומאיאד, אבאסישע, איובישע, מאנגאלישע, סאפאוויד, אפשאריד און אטאמאנישע אימפעריעס.[1]

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די סומערישע ציוויליזאציע האט אנגעהויבן אין היינטיקן איראק.

20טן יארהונדערט[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

פון דער ענדע 1960ער יארן האט סאדאם כוסעין פארכאפט די מאכט אין איראק. ער האט אומגעברענגט אלע זיינע פאליטישע שונאים און געפירט א דיקטאטורישע רעזשים פאר איבער 30 יאר, ביז אמעריקע האט דערקלערט קריג אויף אים, פאר'ן חשד אז ער האט מאסן פארניכטונג וואפן. ארויסגעשטעלט האט זיך עס אלס א בלאף.

איראן-איראק מלחמה[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט אַרטיקל – איראן-איראק מלחמה

אין 1980 האט איראק מיט די שטיצע פון אמעריקע און די מערב וועלט אינוואדירט איראן מיטן ציל צו פארכאפן די אויל רייכע דרום מערב טיילן פון לאנד, סאדאם האט געהאפט צו בעניפיטירן פונעם פאקט אז איראן איז נארוואס אריבער א רעוואלוציע און איר מיליטער איז געווען אין כאאס.

די גאלף קריג[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אין 1991 האט דער ערשטער פרעזידענט דזשארזש ה. וו. בוש אינוואדירט איראק, אינאיינעם מיט די פאראייניגטע פעלקער, כמעט נאר פון דער לופט, אלס נקמה אקציע פאר סאדאמ'ס אקופירן טיילן פון דאס קליינע לענדל קואווייט. הארט פאר פורים, יענץ יאר האט כוסעין זיך אונטערגעגעבן און איז ארויס פון קאווייט, נאכקומענדיק די פארלאנגען פון די וועלט.

מאסן פארניכטונג וואפן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דער צארן פון אמעריקע האט זיך אבער נישט אפגעטאן פון. זינט דעם ביטערן טאג פון 9/11 האט דער לעצטער פרעזידענט דזשארדזש וו. בוש, כסדר ווידערהאלט אז סאדאם כוסעין זאל אויפגעבען זיינע (אומעקזיסטירענדע) מאסן פארניכטונג וואפן, ווען זיינע סטראשונקעס האבן נישט געברענגט די ריכטיגע רעזולטאטן, האט פרעזידענט בוש מיט זיינע אליאירטע קרעפטן אינוואדירט דאס לאנד איראק אין ווינטער 2003 האט אמעריקע אינוואדירט איראק מיט א מעכטיגע אטאקע אונטערן נאמען שאק און ציטער.

די מלחמה[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

עס האט נישט גענומען קיין פיר וואכן, און איראק איז געווען אייגענומען דורך אמעריקאנער און בריטישע טרופען. צוויי יאר האט גענומען ביז מ'האט געפינען דעם געוועזענעם דיקטאטור אין אן אינטערערדישן מויזן לאך.

איראק נאך דער מלחמה[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

זינט דער מלחמה איז שוין דורך עטליכע יאר, אבער קיין שלום הערשט דארט נישט. א קליינער פארמאט פון א בירגער קריג גייט דארט אן, מיט א שרעקליכע שחיטה צווישן די שיאיטן און די סוניס, איבער 2300 אמעריקאנער סאלדאטן האבן דארט פארלוירן זייערע לעבנס, און מעגליך נאענט צו א האלב מיליאן איראקער טויטע.

עקאנאמיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די עקאנאמיע פון איראק איז באזירט אויפן נאפט סעקטאר, וואס טראדיציאנעל האט פארזארגט עטלעכע 95 פראצענט פון עקספארט פארדינסט. אין די שפורן פון דער איראן-איראק מלחמה און די שאדן וואס די איראנער האבן פארשאפן צו דער איראק נאפט אינדוסטריע איז די איראקער עקאנאמיע אריין אין א קריזיס. די רעגירונג האט רעאגירט מיט איינפירן א א ראציאנירונג סיסטעם, האט געבארגט א סך פון אנדערע לענדער און ארגאניזאציעס, און שפעטער האט אפגעשטופט צוריקצאלן אירע דרויסנדיקע חובות. היינט ווערט גערעכנט אז די עקאנאמישע פארלוסטן פון איראק צוליב דער מלחמה מיט איראן שטייען מינדערסטן ביי 100 מיליארד אמעריקאנער דאלאר. נאך ווען די מלחמה האט אויפגעהערט אין 1988 האט די עקספארט פון נאפט פון איראק ווידער געשטיגן ווען מען האט געבויט רערן צו פירן נאפט און ווידער אויפגעבויט די אפאראטן און פאמפעס. א קאמבינאציע פון נידריגע נאפט פרייזן, דעם נויט צוריקצובאצאלן די חובות וואס מען האט געבארגט אין די מלחמה יארן (אומגעפער 3 מיליארד דאלאר א יאר) און דעם קאסט פון ווידעראויפבויען דאס לאנד האבן פארערגערט דעם קריזיס, וואס האט געברענגט ענדליך די איראקער אינוואזיע אין קואווייט.

אום 20סטן נאוועמבער 2004 האבן די 19 רייכסטע לענדער אין דער וועלט מסכים געווען מוותר צו זיין אויף 80 פראצענט (33 מיליארד דאלאר) פון דעם גאנצן חוב פון איראק (42 מיליארד דאלאר) צו די דאזיקע לענדער. דער סכום פונעם דרויסנדיקן חוב פון איראק וואס איז געשטאנען פאר דער אינוואזיע אין 2003 אויף 120 מיליארד דאלאר, איז געוואקסן אין יאר 2004 נאך פינעף מיליארד דאלאר.

סוף פון 2005 און דעם ערשטן העלפט פון 2006 האט איראק געענדערט די פארעם פון אפצאלן זיינע חובות, און האט פארמינערט 16 מיליארד דאלאר פון זיין דרויסנדיק חוב. נאכדעם הייבט זיך אן די עקאנאמיע צו שטארקן [1], און דער ברוטא אינלענדישער פראדוקט האט געוואקסן ביז אין 2006 איז איראק געשטאנען אין דעם 58סטן פלאץ אין דער וועלט.

די אפיציעלע וואלוטע אין איראק איז דער איראקישער דינאר.

נאפט און ענערגיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

מיט רעזערוון פון 143.1 ביליאן פעסער, איז איראק דער דריטער אין דער וולעט אין נאפט רעזערוון, נאך ווענעזועלע און סאודי אראביע. אין דעצעמבער 2012 האט פראדוקציע פון נאפט דערגרייכט 3.4 מיליאן פעסער א טאג. איראק האט נאר אומגעפער 2,000 נאפט קוואלן, אין פארגלייך מיט 1 מיליאן קוואלן אין טעקסאס. איראק איז געווען א גרינדער מיטגליד פון אפעק.

ווי אין 2010 האט איראק גענערירט נאר העלפט פון דער עלעקטריציטעט וואס די קונדן פאדערן, וואס ברענגט ארויס שארפע פראטעסטן אין די זומער מאנאטן.

וואסער פארזארג און סאניטאציע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די קוואליטעט פון וואסער אין איראק איז גאנץ שוואך.

פאליטיק[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

איראק איז א מיטגליד אין אפעק, און אין אנדערע אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציעס.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. Top 10 Battles for the Control of Iraq. Livescience.com. דערגרייכט דעם 2009-03-23.


אַזיע-לענדער 
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אָמאַן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעע · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · יארדאניע · ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליי · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · ציפערן · צפון קארעע · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · רוסלאנד · תימן


לענדער אין דער אַראַבישער ליגע  
איראק - אלזשיר - אָמאן - באכריין - דזשיבוטי - טוניסיע - יארדאניע - לבֿנון - ליביע - מאריטאניע - מאראקא -סאודי אראביע - סאמאליע - סודאן - סיריע - עגיפטן - פאראייניגטע אראבישע עמיראטן - פאלעסטינע (פל"א) - קאטאר - קאמאראס - קואווייט - תימן